בלאט 1 פון 3

פארדאן פאר יונתן פאלארד!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 12:59 pm
דורך בן ישראל
אין ליכט פון דעם וואס די סי איי עי האט לעצטענס אויפגעדעקט אז דער איזרעילי שפיאן "יונתן פאלארד" האט אינגאצן נישט געארבעט אקעגן די אינטערעסן פון אמעריקע, נאר ער האט געזוכט צו באשיצן מדינת ישראל פון אירע פיינט איראן, סיריע, וכדומה, איז פארשטערקערט געווארן די דרוק אויף פרעזידענט אבאמא אז ער זאל שענקן א פארדאן פאר פאלארד וואס שמאכטעט שוין בערך 28 יאר אין טורמע, און איז אין א שלעכטע געזונט צושטאנד, פילע פאלאטישאנס פון ניו יארק האבן אנגעהויבן לייגן דרוק אויפן פרעזידענט אין שפיץ פון אסעמבלימאן דוב הייקינד וועלכער איז שוין באקאנט מיט זיינע פילע לייסטונגען לטובת יענקל עסטרייכער וואס איז אצינד אויף בעיל אין באליביע.

דרך אגב

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 2:12 pm
דורך גדעון
בן ישראל האט געשריבן:דוב הייקינד וועלכער איז שוין באקאנט מיט זיינע פילע לייסטונגען לטובת יענקל עסטרייכער וואס איז אצינד אויף בעיל אין באליביע.


http://gestetnerupdates.com/2012/12/25/ ... mote-self/

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 3:10 pm
דורך בן ישראל
גדעון האט געשריבן:
בן ישראל האט געשריבן:דוב הייקינד וועלכער איז שוין באקאנט מיט זיינע פילע לייסטונגען לטובת יענקל עסטרייכער וואס איז אצינד אויף בעיל אין באליביע.


http://gestetnerupdates.com/2012/12/25/ ... mote-self/

בקיצור, לאמיר נישט פארקריכן פונעם נושא, מיין עיקר פוינט איז געווען לגבי פאללארד.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 5:44 pm
דורך בן ישראל
URGENT! PLEASE SIGN THIS PETITION URGING PRESIDENT OBAMA TO PARDON JONATHAN POLLARD IN LIGHT OF NEW EVIDENCE! http://t.co/imnf25W4 Please sign it and share this important petition with others.

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 1:09 pm
דורך בדחן
וואס עפעס? איז דאס א יידישע אישו אדער א מדינת ישראל אישו?
פון דערווייטענס זעט מיר עס אויס אז לבי פדוין שבוים האבן מיר נישט קיין התחייבות דערצו, פארוואס זאל מען סתם שתדלן פאר א פארברעכער וואס האט זייער הארב עובר געווען אויפן געזעץ?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 5:58 pm
דורך [NAMELESS]
די אקטיוויסטען לטובת פאלארד האבן זיך ווידער צו-פייערט און ווילן אז אבאמא זאל געבן שלח מנות פאר מדינת ישראל ווען ער קימט זיין באזיכן אין מארטש, אז ער וועט באפרייען פאלארד.

נשלח: פרייטאג פעברואר 08, 2013 1:38 am
דורך איך זאג דיר
בדחן האט געשריבן:וואס עפעס? איז דאס א יידישע אישו אדער א מדינת ישראל אישו?
פון דערווייטענס זעט מיר עס אויס אז לבי פדוין שבוים האבן מיר נישט קיין התחייבות דערצו, פארוואס זאל מען סתם שתדלן פאר א פארברעכער וואס האט זייער הארב עובר געווען אויפן געזעץ?

איך פארשטיי גיין קשור, זאג נאר דער יונתן פאלארד איז עפעס נישט קיין איד פון ווי נעמסטו אז ס'איז נישט קיין אידישע אישי?
און צווייטענס ווען דו זאלסט ווען ח"ו סימן וואלסטו געוואלט אז מ'זאל איבערקערן א וועלט, אמת? דאס זעלבע איז שייך אויך לגבי יונתן פאלארד.

נשלח: פרייטאג פעברואר 08, 2013 1:41 am
דורך איך זאג דיר
אויסבעסערונג: איך פארשטיי נישט דיין קשיא, זאב נאר וכו'....

נשלח: פרייטאג פעברואר 08, 2013 1:50 am
דורך איך זאג דיר
איך זאג דיר האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:וואס עפעס? איז דאס א יידישע אישו אדער א מדינת ישראל אישו?
פון דערווייטענס זעט מיר עס אויס אז לבי פדוין שבוים האבן מיר נישט קיין התחייבות דערצו, פארוואס זאל מען סתם שתדלן פאר א פארברעכער וואס האט זייער הארב עובר געווען אויפן געזעץ?

איך פארשטיי גיין קשור, זאג נאר דער יונתן פאלארד איז עפעס נישט קיין איד פון ווי נעמסטו אז ס'איז נישט קיין אידישע אישי?
און צווייטענס ווען דו זאלסט ווען ח"ו סימן וואלסטו געוואלט אז מ'זאל איבערקערן א וועלט, אמת? דאס זעלבע איז שייך אויך לגבי יונתן פאלארד.

איך וויל בעטן דעם עולם זאל מיר מוחל זיין פאר די טעותים וואס איך מאך ביים שרייבן, איך שרייב פון מיין סעלפון און איך האב צרות צרורות ווען איך שרייב פון מיין סעלפון אפשר קען איינער מיך געבן א עצה. ישר כח.

נשלח: פרייטאג פעברואר 08, 2013 2:07 am
דורך געפילטע פיש
וואסערע סעלפאון האסטו?
א בעסערע פלאץ צו פרעגן טעקניקעל שאלות איז אין אחיעזר פורום

נשלח: פרייטאג פעברואר 08, 2013 10:07 am
דורך איחוד פעלד
וואס איז די חוצפה צו פארלאנגען א פארדאן פאר איינער וואס האט עובר געוועהן אויף ספיענאדזש וואס איז פין די הארבסטער עבירות אין אמעריקא אז עס טראגט אפילו טויט שטראף!!

לבי אומר לי, אז מדינת ישראל אליין האט נישט געדארפט זיינע טובות, און זיי האבען געווארפן דעם צודרייטען אונטער די באס............

נשלח: דינסטאג פעברואר 19, 2013 3:56 pm
דורך אוי טאטי
באריכטן זאגן אז הגאון ר׳ חיים קניעווסקי שליט׳א האט ארויסגעגעבן א בריוו פאר פרעזידענט אבאמא, אז ער זאל פארדאנען פאלארד ביי זיין באזוך אין א׳י. איינער ווייסט מער?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 9:37 am
דורך יאסעלע וואסער טרעגער
על פי תורה דארף זיכער יעדער יוד טון אלעס וואס ער קען אז פאלארד זאל באפרייעט ווערן.
און די תורה שטייט נישט מצות פדיון שבוים אויף נאר געוויסע תפיסה זיצער...

יעדער יוד איז מחיוב צו טאן ״אלעס״ אז א יוד וואס זיצט און תפיסה זאל באפרייעט ווערן.
פארשטייט זיך אז אויב איינער איז א סכנה פאר די געזעלשאפט דאן האט מען נישט קיין ברירה אלס חיך קודמין אבער לכאורה דארף מען דאך דארט אויך טאן אלעס צו פארגרינגערן פארן יוד.

אלענפאס פאלארד איז קיין סכנה פארן געזעלשאפט, ער זיצט שוין יארן לאנג און ער גייט שוין קיינמאל נישט טון עפעס וואס איז נישט און איינקלאנג 100% מיטן געזעץ.

נ״ב דאס שרייבט א הייסער סאטמערער...

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 9:52 am
דורך לעמאן דזשוס
יאסעלע, דאס אז ביזט א הייסע סאטמארער שטימט גראדע שטארק מיט דיין שטעלונג, ווייל עס איז קעגן מדינת ישראל....עכ״פ ביז נישט לאנג צוריק...מדינת ישראל האט זיך מיט אים נישט געקימערט און זיך פון אים הינטיש אפגעשאקלט!

און איחוד, דו ביזט ריזיג! ממש פארשטייסט נישט?

ער האט שפיאנירט פאר א פריינטליך לאנד!! די געווענליכע שטראף דערויף איז בערך זיבן יאר, ער זיצט שוין 27.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 10:06 am
דורך [NAMELESS]
יאסעלע וואסער טרעגער האט געשריבן:על פי תורה דארף זיכער יעדער יוד טון אלעס וואס ער קען אז פאלארד זאל באפרייעט ווערן.
און די תורה שטייט נישט מצות פדיון שבוים אויף נאר געוויסע תפיסה זיצער...

יעדער יוד איז מחיוב צו טאן ״אלעס״ אז א יוד וואס זיצט און תפיסה זאל באפרייעט ווערן.
פארשטייט זיך אז אויב איינער איז א סכנה פאר די געזעלשאפט דאן האט מען נישט קיין ברירה אלס חיך קודמין אבער לכאורה דארף מען דאך דארט אויך טאן אלעס צו פארגרינגערן פארן יוד.

אלענפאס פאלארד איז קיין סכנה פארן געזעלשאפט, ער זיצט שוין יארן לאנג און ער גייט שוין קיינמאל נישט טון עפעס וואס איז נישט און איינקלאנג 100% מיטן געזעץ.

נ״ב דאס שרייבט א הייסער סאטמערער...


ווי אזוי ביסטו מגדיר א סכנה פאר געזעלשאפט? (א מנהל וואס צו׳מזיק׳ט א קינד? א טערעפיסט וואס איז מטמא זיינע תלמידים ותלמידות? אדרבה גיב אונז אן הגדרה פון איינעם וואס מ׳דארף יא איינשפארן. און ווער גייט מחליט זיין צו ער האט דאס געטוהן צו נישט? בי״ד (און לאמיר זיך פארשטעלן אז א גרויסע רב כדוגמת הסיפור בלאנדאן איז אינוואלווד, וואס טוט מען דעמאלס? אדער גייט מען גראד אין קאורט און זיי זאלן שוין מחליט זיין צו עס איז א סכנה צו נישט?

געשרייען צו באפרייען פולארד

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 4:40 pm
דורך נאר,,פרייליך
א שטורמישער געשריי האט זיך געהערט אין ירושלים היינטיגען טאג קעגן דזשאן קערי פאר'ן נישט העלפן באפרייען יונתן פולארד
פלאקאטען האבען גערופען די מאסען צום האטעל מצודת דוד צו פארשרייען דעם אמעריקאנער פארשטייער אז הלמאי מען לאזט שוין אריבער 29 יאר זיצען א שפיאן פאר די מדינה

#קוקט.אויס.זיי.קענען.אויך

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 5:31 pm
דורך שעפטל
פרישע נייעס קאכטס זיך איבער פאלארד:

עס איז באריכטעט אז ער גייט נאך באפרייט ווערן בעפאר פסח פון דאס יאר, אין אן אויסטויש אז מדינת ישראל גייט ארויסלאזן פאלעסטינער טעראריסטן דערפאר.

ער איז עלידזשעבל פאר פאראל אום נאוועמבער פון קומענדיגען יאר 2015, וואס ווי די זאך קענער זאגן וועט ער מסתמה סיי ווי ארויסגיין דעמאלטס, פשוט ווייל ער האט באקומען לעבענסלענגליכע טורמע וואס קיינער האט נאך אין די היסטאריע פון אמעריקע אזאנס נישט באקומען אין זיינע אומשטענדן און חטאים. אויב ער קומט ארויס יעצט מיינט דאס אז אבאמא וועט קורצער מאכן זיין דינען מיט 19 חדשים אינגאנצן.

אינטערסאנט איז צו זעהן ווי די גאר רעכטע פארפירן שטארק קעגן דעם אויסטויש, טראץ דעם וואס זיי וויינען שוין יארן אז מ'זאל אים באפרייען.

אין אן היסטארישע אקט האט היינט פאלארד אליינס צוריקגעוויזן א געפלאנטע פאראל הירינג וואס האט געדארפט פארקומען, ווייל ער איז נישט מסכים צו זיין פארמישט אין א אויסטויש וואס וועט ארויסלאזן טעראריסטן.

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 5:33 pm
דורך Shiala
געווען אן אריכות אויף אייוועלט מיינע צוויי צענט פון דארט (סאררי איך בין פויל איבערצושרייבן)

Shiala האט געשריבן:אז מרעדט צו מען האט אים איינגעזעצט פאר אזוי לאנג מיט יוסטיץ וויל איך קוואטן דריי נקודות פון וויקי (נישט דו וויכי, די וועבזייטל)

1) עס איז אין די היסטארי נישט געגעבן געווארן אזא לאנגע סענטענס פאר איינער וואס האט שפיאנירט פאר אן אליאירטן מדינה.

2) מען האט נאך אין די היסטארי נישט געגעבן אזא לאנגע טערם פארן אן אמעריקאנער סיטיזען פאר אזא מין פארברעכן.

3) מען קען נישט ליגעלי געבן אזא לאנגע טערם פאר דער פארברעכן

מאכן זיי גאנצע מעשות אז ער איז שולדיג אין די טויט פין אמאריקאנע אגענטן וואס מען ווייסט שוין היינט אז עס איז ליגנט, הכלל יוסטיץ איז עס נישט, און איך בין נישט קיין ציוניסטישער סימפאטיקער איך בין אין א פייט פאר יוסטיץ. אבער אז מען קען געבן פאר אן אמעריקאנער ווייסע קאלער פארברעכער 100 יאר און פאר אומשילדיגע מענטשן די תליה אידאך גארנישט שווער.....

פאוינט איז מיר לעבן אין א מדינה של חסד מיט א צובראכענע יוסטיץ סיסטעם, וואס כאגעזאגט צובראכן כאגעמיינט א נישט עקזיסטירענדע יוסטיץ......

נאך איין נקודה, אויב איז נישט גענוג די עבסטענס אוו יוסטיץ ליידן נאך אלא אידן פאלארד בכללם פון שנאת ישראל וואס דריי פערטל יוסטיץ דעפארטמענט איז אינגאנצן אינפעקטירט מיט....

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 5:36 pm
דורך Shiala
לעמאן דזשוס האט געשריבן:יאסעלע, דאס אז ביזט א הייסע סאטמארער שטימט גראדע שטארק מיט דיין שטעלונג, ווייל עס איז קעגן מדינת ישראל....עכ״פ ביז נישט לאנג צוריק...מדינת ישראל האט זיך מיט אים נישט געקימערט און זיך פון אים הינטיש אפגעשאקלט!

און איחוד, דו ביזט ריזיג! ממש פארשטייסט נישט?

ער האט שפיאנירט פאר א פריינטליך לאנד!! די געווענליכע שטראף דערויף איז בערך זיבן יאר, ער זיצט שוין 27.

די מאקסימום שטראף איז צעהן יאר אבער די אמעריקאנע יוסטיץ איז קיין יוסטיץ האט מען געמאכט א מעשה אפצוטוהן ישראל אז ער האט געליעקט אינפארמעישען וואס האט געלייגט אין סכנה אמעריקאנער אגענטן אבער מען זעט שוין היינט די דיקלעסיפייד דאקומענטן אז עס איז געווען א בילבול פרעג פארוואס ער זיצט נאך......

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 5:39 pm
דורך Shiala
בן ישראל האט געשריבן:אין ליכט פון דעם וואס די סי איי עי האט לעצטענס אויפגעדעקט אז דער איזרעילי שפיאן "יונתן פאלארד" האט אינגאצן נישט געארבעט אקעגן די אינטערעסן פון אמעריקע, נאר ער האט געזוכט צו באשיצן מדינת ישראל פון אירע פיינט איראן, סיריע, וכדומה, איז פארשטערקערט געווארן די דרוק אויף פרעזידענט אבאמא אז ער זאל שענקן א פארדאן פאר פאלארד וואס שמאכטעט שוין בערך 28 יאר אין טורמע, און איז אין א שלעכטע געזונט צושטאנד, פילע פאלאטישאנס פון ניו יארק האבן אנגעהויבן לייגן דרוק אויפן פרעזידענט אין שפיץ פון אסעמבלימאן דוב הייקינד וועלכער איז שוין באקאנט מיט זיינע פילע לייסטונגען לטובת יענקל עסטרייכער וואס איז אצינד אויף בעיל אין באליביע.


די סי איי עי האט דאס אייביג געוואוסט רשעים וואס זיי זענען, פארן קאורט האט מען דערציילט שטותים אז ער האט געגעבן אינפאו פאר א מדינת ישראל אגענט וואס איז געווען א טאפלטער אגענט פאר רוסלאנד און אזוי האט רוסלאנד באקומען נעמען פון אמעריקאנער שפיאנען, א חטא וואס בארעכטיגט די לייף מיט 30 יאר ביז פאראול, מיען ווייל האט די עידזענסי געוואוסט אז פאר די אמתע פארברעך קען מען אים קוים געבן 10 יאר וואס ער וואלט נאר געזיצן פינעף דערפון

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 5:40 pm
דורך שעפטל
Shiala האט געשריבן:געווען אן אריכות אויף אייוועלט מיינע צוויי צענט פון דארט (סאררי איך בין פויל איבערצושרייבן)]

דאס קען דיר קאסטן און אזעלעכע אנגעצויגענע צייטן...

אבער דו שרייסט פיין און מיט רעכט! אבער ס'איז זיס צו זעהן אין וואספארא ספאט מ'האט אים אריינגעלייגט און כ'פיל אז ער האנדעלט עס פיין

נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 12:33 pm
דורך חביבי
@YiddishNews: Israel: U/D Channel 2 reports, deal that would have freed Jonathan Pollard still before Pesach has collapsed, almost no chance to revive it

נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 12:47 pm
דורך דריידל
סתם נייגעריג האט מען שוין געטראפן א ווארט פאר די רובין שמחה? לכאורה וועט מען דארפן ניצן די זעלבע ווארט פאר די פאלארד שמחה