דחקל תפוחין קדישין די עפל-סוד

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 237 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 197 מאל

דחקל תפוחין קדישין די עפל-סוד

שליחה דורך אוהב דעת »

דחקל תפוחין די סוד פונם עפל
שבת פאר די סעודה זאגט מען די תפילה,  אתקינו סעודתא... דחקל תפוחין....
לויט אריז״ל מיינט די עפל, די הייליגע שכינה, עס אנטבלעקט די שכינה אויף א ווייבליכען אויפן, דער רמ״ק ר׳ משה קארדאווערא, זאגט אז די עפל איז מרמז אויף די דריי אבות, און אויף די השפעה פון חכמה בינה און דעת, ווייל א עפל טוט ארויסברענגען די שלימות פון טעם, ריח און קאליר.

אויך בפשטות דרייט זיך אלעס ארום דעם עפל, ראש השנהעסט מען עפל די גן עדן ווערט באטראכט ווי א עפל גארטען, די עץ הדעת לויט געוויסע שיטות איז געווען א עפל בוים
 
עס איז אינטערסאנט צו באמערקן אז אויך אין אנדערע גלויבען ווערט א עפל באטראכט ווי די ווייבליכע חלק פון א אפגאט, ביי א באקאנטע מחלוקה צווישען 3 געריכישע פרוי׳שע געטער, אפראדיטע, הערע און אפינע, איבער עפעס א גאלדענע עפל, האט געברענגט צו די בארימטע טראיאנער מלחמה.

אין א אלטע ליטווישע לעגענדע אז באקאנט וועגן א אפגאט וואס וויינט אין איר עפל גארטען, וועגן זי איז אראפגעפאלען אויף די וועלט ווי א עפל.

א אנדערע ברימטע עפל-סוד איז די שטאטAvalon דאס איז זייער פארהייליגט ביי די איירישע, לויט געוויסע לעגענדעס, איז ביי זיי אויך אנגענומען אז אין די שטאט הערשט נישט קיין שלעכטס.

אין ספר נפלאות ר' פנחס מקאריץ איז דא די מעשה וואס א איד האט געברענגט א עפל צו די טערקישע סולטאן, א עפל פון גן עדן, אין דאס האט פארלענגערט די לעבן פונם סולטאן, לויט די מעשה קען מען באקומען די עפל פון באהאלטענע שטאט לוז וואס איז ערגעץ פארבארגען צווישען די וועלט אין די גן עדן, אין דארט ביים טויער פון שטאט איז דא א בוים וואס עס עפנט זיך אויף ווי א טויער צום שטאט פון די אומשטארבליכע.

די מדרש זאגט שוין אז די נאמען לוז קומט פון נוסענבוים, אינעם בוים איז דא א לאך וואס לויפט א הייל וואס פירט צו דעם שטאט. 

די קשר פון א וואלד נוסענ-בוים מיט א שטאט וואס די מענטשען בלייבען יונג, און עס וואקסט עפל פון גן עדן, איז אויך אנגענומען ביי די קעלטען אזוי ווי ביי די אידען, פאר א גאנצע רייע סגולות. 

ר׳ נחמן אין לקוטי מהר״ן זאגט אז די אגוזים הנקראים לוזים, איז מרמז אויף א גטליכע פורצוף פון די שכינה וואס איז פארבינדען מיט לאה.  

לוז איז אויך באקאנט פאר א ביין, וואס פון דעם וועט ארויסוואקסען א נייער גוף ביי תחיית המתים.

סאיז דא א באקאנטע פעאזיע פון williams butler yeats  אויף דעם ענין:

 I have drunk ale from the Country of the Young 
And weep because I know all things now 
I have been a hazel tree and they hung
The Pilot Star and the Crooked Plough
Among my leaves in times out of mind

אין אידיש: 
געטרונקען האב איך אויל פונם לאנד פון די יונגע,
און איך וויין, ווייל איך ווייס יעצט אלע זאכען,
איך בין געווען א וואלד נוסנבוים און מפלעגט הענגען,
דעם אויבער-שטערן און דעם אויסגעבויגענע פלוג,
צווישען מיינע בלעטער , אין די צייטען אויס פון דעם זין.

דאס לאנד פון די אינגע וואס דער פעאט דערמאנט, ווערט אנגערופן Tír na nÓg , אז דאס איז א לאנד ווי מענטשען בלייבען יונג אויף אייביג.

לויט די לעגענדע איז די וואלד ארום גענומען מיט 9 נוסענביימער וואס  דאס פירט צי די ״ לאנד פון די יונגע״

די אויבער-שטערן פארשטיי איך, איז די צפון שטערן וואס שיינט איבער דו בוים.

סאיז אינטערעסאנט צו באמערקען, אז לויט  די אירלנדישע לעגענדע איז א וואלד-ניס מרמז אויף א ווייבליכע געטליכע פיגור.

ט״ו בשבט וואס איז ר״ה לאילנות, וואס לויט ווי מעו פירט זיך (וואס עס שטאמט פון ספר חמדת ישראל)עסט מען אסאך מיני פרוכט,  ווערט לויט אסאך פאררעכענט ווי ראש השנה פאר די שכינה וועגן דעם עסט מען פרוכט מיט ניס,  וואס איז דירעקט מרמז אויף די שכינה, און מקען מתקן זיין די עבירה וואס אדם און חוה האבען געזונדיגט מיטן עפל.

און א״י איז איינגעפירט צו פלאנצען ביימער אין ט״ו בשבט סאיז דא באקאנטע בריווען און דרשות פון הרב קוק)( וואס ווי באקאנט פלעגט ער אויסגעראבן ערד מיט זיין אייגענע הענט) ווי ער איז מסבר די קשר פון פלאנצען ביימער בכלל, אין דעם טאג, מיט די שכינה.

ועס איז נאך היינט דא אידען צווישען אונזואס פארשטייען די עפל-סוד, און זעהן אין דעם גרויסע זאכען און ווערן מיט דעם געהאלפען

אין ווער עס וויל באמת טועם זיין פון די עסן קען טרייען צו גיין דא !






 

 
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר