בלאט 1 פון 1

רב האט מתיר געווען חמץ אין בערגען בעלזען

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 12:29 pm
דורך יידל
די "געטא פייטערס האוז מוזעאם" האט ארויסגעגעבן א היסטארישער דאקומענט אין וועלכער דער רב פון בערגן בעלזן, הרב יששכר בערנארד דעיוויס פסקנט אז מען מעג עסן חמץ אין פסח (בשעת די קריג יארן) ווייל עס גרעניצט זיך מיט פיקוח נפש. דער דאקומענט געפונט זיך שוין אין באזיץ פון דעם מוזעאם זינט 1997, אבער דער מוזעאם האט ביז היינט געצעגערט דאס ארויסצוגעבן נישט ווילנדיג פארשאפן בושות פאר הרב דעיוויס. דער באשלוס דאס צו מפרסם זיין האבן זיי געמאכט נישט לאנג צוריק, איינזעענדיג אז דאס איז נישט קיין בושה, און אז דאס איז א וויכטיג שטיקל היסטאריע.

הרב דעיוויס איז געווען רב פון ראטערדאם, האלאנד בשעת די צווייטע וועלט מלחמה. ווען גערמאניע האט אינוואדירט האלאנד, איז ער מיט זיין משפחה דעפארטירט געווארן קיין בערגן בעלזן. ווען עס איז געקומען פסח האט הרב דעיוויס באפוילן פאר די אידן אין בערגן בעלזן צו עסן חמץ ווייל אז נישט קען מען אויסגיין פאר הונגער. הרב דעיוויס האט געפירט א פסח סדר ווי ער האט געזאגט די ברכה אויף מצות (נישט קלאר צו אויף די ברויט אדער ער האט געהאט ספעציעלע מצות).

Re: רב האט מתיר געווען חמץ אין בערגען בעלזען

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 12:59 pm
דורך שמואל הלוי
ווי קען מען זעהן די דאקומענט?

Re: רב האט מתיר געווען חמץ אין בערגען בעלזען

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 1:10 pm
דורך יידל
אין דעם מוזעאם... (עס איז דוכט זיך אין ירושלים)

Re: רב האט מתיר געווען חמץ אין בערגען בעלזען

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 1:11 pm
דורך שמואל הלוי
אהא... איך האב געמיינט אז ס'איז געווארן פאבליצירט ערגעץ ווי אויפן נעט.

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 4:46 pm
דורך משולם שטיינפעלד
איז דאס די רעדע אדער מען רעדט וועגן א געשריבענע פסק?