בלאט 1 פון 1

יוסף שפיל

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 10:33 pm
דורך אריק
אזוי ווי עס איז יעצט די עניני דיומא וואלט איך געוואלט אויסשמועסן דא און הערן פון די חברים איבער די צענדליגער יוסף שפיל/מכירת יוסף פארשטעלונגען וואס זענען פארגעקומען במשך די יארן, אנגעהויבן נאך אינדערהיים ביז צום "זיידענעם העמעדל". און אויך צי די לעגענדעס וואס מען פארציילט אז עס זאל האבן עס בייזן פאסירט צו די שפילער.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 11:32 pm
דורך אוהב דעת
סהאט מיר א עלטערע פרוי פארציילט, אין איר שטאט האלמין איז אבא הירש ז״ל געווען דער יוסף , אין סגווען זייער שיין

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 10:48 am
דורך דולה ומשקה
דער באקאנטסטע 'מכירת יוסף שפיל' איז דער נייטרא תשט"ז

דער הרגשים וואס די שפילערס האבען אריין געלייגט, יעדער איינער פון זיי באזונדער, יעדער האט גענומען זיין חלק צום עקסטרים ערנסקייט, זייי זענען נישט געוועהן קיין באזונדערע זינגערס אדער עפעס ספציעלע אקטערס, אבער דער אופן ווי אזוי זיי האבן זיך אהער געשטעלט מיט אזא נאטירליכקייט כאילו דאס געשעהנט יעצט אויף דער מינוט. פון די אלע 'יוסף שפילס' לאז אויס די קלארע און בולט'דיגע חילוק ציווישען דער יוסף (ברוך אייזענבערג ז"ל), נאר לאמיר אנכאפן אפילו 'יעקב' ווי אזוי ער זינגט זיין שטיקל גלייך ווען ער קומט אריין אין אזוי אויך במשך דער שפיל לאפוקי און לעומת די אנדערע 'יעקב'ס.

מען דערקענט אז די שפילערס פון נייטרא יוסף שפיל זענען נישט קיין סתם אקטערס, נאר תוכן'דיגע מענטשען. זיי זענען נישט געקומען זינגען שיינע ניגון אדער דער שפיל זאל אויס זעהן עפעס ספעציעל פראפעשינאל, נאר פארקערט אהער געשטעלט א נאטירליכע ערנסטע תוכן'פולע שפיל. למעשה איז דאס געוועהן דער לעצטע פון די סארט שפילס, וואס האט געהאט די ביפאר מלחמה חן.

די אידען וואס זענען געזעצן ביי דעם שפיל אין אודיענץ, פינעף און ניינציג פערצענט פון זיי זענען געוועהן נאצי דוכגעלעבטער, א בחור פון 15 וואס האט זיך בטייליגט איז כל הפחות געבוירען בשנת ת"ש, כל שכן וכל שכן פאר איינער וואס איז געוועהן עלטער, די סארט אידען האבען געהאט גאנץ אנדערע השגות און מושגים אויף דער וועלט. דער געוויין וואס האט זיך אפגעטוהן ווען יעקב מוסר'ט די שבטים איז געוועהן יאמערטליך, אסאך האבען זיך דערמאנט די לעצטע ווערטער וואס זיי האבען געהערט פון זייער פאטער פארן ווערן אוועקגענומען עקד"ה הי"ד.

איך פרעזענטליך האב געהערט פון איד וואס איז געוועהן ביי דעם שפיל וואס האט זיך אזוי צו-וויינט ביי דעם חלק ווי יוסף זוכט זיינע ברידער, דאס האט איהם נעבעך אזוי דערמאנט פון א תקופה ביים קריג בשעת זיין משפחה געלאפען ציווישען פעלדער אין וועלדער, ער איז געוועהן בערך 12 יאר, ציווישען דער לויפעריי מיט דער קעיאס, איין פאר נאכט האט ער זיך געטראפען אפגעטיילט פון זיין משפחה, ס'נישט צו פארשטיין וואס דאס מיינט א יונגעל טיילט זיך פלוצלינג אפ אין אטזעלעכע שטורעמישע צייטן, ערשט מיט עטליכע וואכען שפעטער מיט גרויסע סייעתא דשמיא מיט השגחה פרטית נסי ניסים האט ער געטראפען זיין ברידער, אין זיין געשיכטע גייט ווייטער, עכ"פ דאס אלעס איז איהם יעצט ארויף געקומען אויף דער זכרון, ער האט זיך גענומען ביטערליך וויינען ער האט געמוזט ארויסגיין אפוואשען זיין פנים און כאפען א טרינק. ער האט מיר געזאגט אז עס איז געוועהן זיין ערשטע מאהל וואס ער האט געוויינט צוליב דער דעם אדורכגאנג.

די שפילערס האבען אראפ געלייגט אזעלעכע טאלאנטפולע ארבעט (טייל פון זיי אלינס האבען מיט געמאכט דער קריג אויף געוויסע אופנים), אז דאס איז דער איינציגסטע 'יוסף שפיל' וואס מענטשען קענען ביישטיין איבער צוהערען.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 10:58 am
דורך sunbar
איך האב אמאל געהערט אז הרה'ג רבי אברהם חיים שפיצער שליט'א איז געווען יהודה ביי דער שפיל אין נייטרא.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 11:11 am
דורך דולה ומשקה
sunbar האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט אז הרה'ג רבי אברהם חיים שפיצער שליט'א איז געווען יהודה ביי דער שפיל אין נייטרא.


איך האב אויך אזוי געהערט,
דאכציך די אלע רוממערס וואס פארען ארום כאילו עפעס האט געזאלט פאסירען מיט די אלע 'שפילערס' איז הוילע פאנטאזיע, מיט קיינעם איז גארנישט געשעהן, איך בין נאר נייגעריג צו וויסען ווי אזוי דאס איז געבוירען געווארען.

איך האב גערעדט צו פליישמאן (יחצל) וואס דער שורש הדברים, ער האט מיר געזאגט אסאך האבען איהם שוין געפרעגט איבער דעם, אבער ער זעלבסט פארשטייט נישט דער שאלה...

דער סקריפט פון דער 'נייטרא מכירת יוסף' קומט במקורו פון דער שפיל וואס מ'האט געשפילט אין שטאט מונקאטש בשנת תרצ"ד, נאר רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל האט אביסל מוסיף אין גורע געוועהן, אז עס זאל שטימען מיט מדרשי חז"ל.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 12:25 pm
דורך sunbar
פון ווי האבן זיי געהאט די מעגליכקייט דאס אפצוכאפן אין יענער טעג?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 12:29 pm
דורך [NAMELESS]
ביי יוסף שפיל פון תשנ״ב (ווי איך האב מיך באטייליגט) האט מען אנשטאטס טרוף טורף יוסף געזאגט טרוס טורס יוסף. אויך אנשטאטס ״א חרם און א בונד״ האבן זיי געזאגט ״א חרס און א בונד״.
האט מען דאס אויך געטוהן אין די פריערדיגע פלעי׳ס?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 12:30 pm
דורך אוהב דעת
דולה ומשקה האט געשריבן:
sunbar האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט אז הרה'ג רבי אברהם חיים שפיצער שליט"א איז געווען יהודה ביי דער שפיל אין נייטרא.


איך האב אויך אזוי געהערט,
דאכציך די אלע רוממערס וואס פארען ארום כאילו עפעס האט געזאלט פאסירען מיט די אלע 'שפילערס' איז הוילע פאנטאזיע, מיט קיינעם איז גארנישט געשעהן, איך בין נאר נייגעריג צו וויסען ווי אזוי דאס איז געבוירען געווארען.

איך האב גערעדט צו פליישמאן (יחצל) וואס דער שורש הדברים, ער האט מיר געזאגט אסאך האבען איהם שוין געפרעגט איבער דעם, אבער ער זעלבסט פארשטייט נישט די שאלה...

דער סקריפט פון דער 'נייטרא מכירת יוסף' קומט במקורו פון דער שפיל וואס מ'האט געשפילט אין שטאט מונקאטש בשנת תרצ"ד, נאר רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל האט אביסל מוסיף און גורע געוועהן, אז עס זאל שטימען מיט מדרשי חז"ל.


דעמאלס פארוואס האבן זיי געזאגט "טרוס טורט יוסף" אנשטאט "טרוף טורף יוסף" ?
דא קען מען זען יוסף שפיל
אז דו מאכסט גוגעל סוירטש פון יוסף שפיל וועסטו זען אז מ'האט עס שוין געשפילט פאר יארן צוריק.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 9:02 pm
דורך דולה ומשקה
די אלע טוישעריי איז בלוי שוואכער הערצער אין מלא הרגשים וואס קומט מקטנות המוחי"ן.
1) אדרבה קען איינער אהער ברענגען קראנטע אינפראמאציע אז עפעס זאל געשעהן צו סיי וועלעכע פון די שפילערס.

2) ביי די נייטרא יוסף שפיל איז געוועהן אכט שפילערס ביי יענעם חרם נישט צעהן,

3) זיי זאגען קלאר ארויס "מיר טוען קיינעם פאר קיין צענטע מצרף זיין...", דהיינו אפילו מ'זאל זיך איינרעדען אז סיי ווער וואס געפונט זיך אונעם זאל ווערט אוטומאטיש אריינגעציילט אין דער מנין, זאגען דא די שפילער בפירוש אז זיי זענען קיינעם נישט מצרף צו זייער חרם.

4) נעם אין באטראכט - דער נייטרא יוסף שפיל איז שוין געוועהן געשפילט לפני עיני של הג"ר מיכאל בער אין די ישיבה, א שיינע שטיק צייט פאר עס איז געשפילט געווארען פורים תשט"ז,

5) דער באבוב יוסף שפיל וואס איז געשפילט געווארען פורים תש"ם האט כמעט גארנישט געטוישט.

6) די אלע טוישעריי איז נולד געווארען ווען מ'האט דאס געוואלט שפילען חוה"מ תשנ"ה, דעמאלס זענען די צד האוסרים געזיכט כל מיני תירוצים אויף צו אסר'ן דעם שפיל (וואס איז למעשה געוועהן דער ערשטע שפיל צו שפילן חוה"מ), אויף איינע פון די טענות אז מ'טאר נישט צוליב דעם חרם אין נאך אזעלעכע קינדערישע אויסדריקען, האבען די אנפירערס דאס אויסגעבעסרט לשיטתם פון רבנים.

למשל איין געוויסע טויש - לדוגמא - איז ווען יעקב מוסר'ט די שבטים, בין הגראמען זאגט ער אזוי: "איין ברידער דעם צווייטען מיט גאוה רופן קנעכט".
דאס ווארט 'גאוה' איז געווארען ארויס גענומען.

אזוי אויך ווען יעקב זינגט "וגם ראיתי מלאך אלקים פנים אל פנים", איז אויך שפעטער געווארען ארויס גענומען.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 9:40 pm
דורך אריק
אוהב דעת האט געשריבן:סהאט מיר א עלטערע פרוי פארציילט, אין איר שטאט האלמין איז אבא הירש ז״ל געווען דער יוסף , אין סגווען זייער שיין

ר' אבא הירש האט אין האלמין נישט געוואוינט.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 9:44 pm
דורך איך אויך
ראשעקאל האט געשריבן:ביי יוסף שפיל פון תשנ״ב (ווי איך האב מיך באטייליגט) האט מען אנשטאטס טרוף טורף יוסף געזאגט טרוס טורס יוסף. אויך אנשטאטס ״א חרם און א בונד״ האבן זיי געזאגט ״א חרס און א בונד״.
האט מען דאס אויך געטוהן אין די פריערדיגע פלעי׳ס?

עס איז קלאר אז מען האט געטוישט די זאצן וועגן די לעגנדעס וואס מען פארציילט אויף די נייטרע שפילערס ספעציעל דעס אז דער יוסף איז ל"ע נפטר געווארן.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 10:09 pm
דורך היימישער ליטוואק
תכלית, איז דער "יוסף" פון באבאוו שפיל גשטארבן?
איז דער "יוסף" פון חה"מ שפיל גשטארבן?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 4:36 am
דורך טעפל
אוהב דעת האט געשריבן:דעמאלס פארוואס האבן זיי געזאגט "טרוס טורט יוסף" אנשטאט "טרוף טורף יוסף" ?
דא קען מען זען יוסף שפיל
אז דו מאכסט גוגעל סוירטש פון יוסף שפיל וועסטו זען אז מ'האט עס שוין געשפילט פאר יארן צוריק.


די וועבסייט פון וואס די האסט דא געברענגט איז שוין לאנג אפגעשטארבן.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 2:52 pm
דורך אוהב דעת
אריק האט געשריבן:
אוהב דעת האט געשריבן:סהאט מיר א עלטערע פרוי פארציילט, אין איר שטאט האלמין איז אבא הירש ז״ל געווען דער יוסף , אין סגווען זייער שיין

ר' אבא הירש האט אין האלמין נישט געוואוינט.

גערעכט זיין משפחה איז געווען אין שטאט טעקמעהין ( עפעס אזוי) ער האט אבער געלערנט אין האלמין אסאך יארען , שטומט?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 3:40 pm
דורך דולה ומשקה
היימישער ליטוואק האט געשריבן:תכלית, איז דער "יוסף" פון באבאוו שפיל גשטארבן?
איז דער "יוסף" פון חה"מ שפיל גשטארבן?


כמה יוס"ף איכא בשוקא?
נייטרא יוסף שפיל - ר' ברוך אייזענבערג נפטר שנת תש"ע (היפשט אפאר יאר זייט תשט"ו)

באבוב יוסף שפיל - הרה"ג ר' שלום קעססלער שליט"א

חוה"מ - גראסס

א צווייטע חוה"מ "א זיידענע העמדל" - ליפא שמעלצער