בלאט 1 פון 1

בילדער וואס מוויל פון אונז באהאלטען

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 3:22 pm
דורך אוהב דעת
סאיז דא אסאך בילדער וואס מוויל נשט ווייזען פאר די אינגע דור סוואלט כדי געווען צו מאכען א אשכול דערפון
איך האב דריי בידער וואס איך וועל לייגען
ליבאוויטשער רבי אן א קאפעל אין קאליזש
סאטמערע רבי מיט די פוס אויפן בענקעל , אן א היט און רעקל
בובובער רב אלס קינד מיט א בעדינג סוט , אויף איינעמס אקסלען , אין א סווימינג פול
דער עולם ווערט געבעטן צו לייגען נאך

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 5:39 pm
דורך עוד מישהו
נו לייג ארויס, איך האב נישט קיין בילדער, אבער איך געדענק נאך די גוטע צייטן, ווען פנים חדשות פלעגט ארויסקומען, און יעדע וואך זענען געווען זאפטיגע בילדער, פארשטייט זיך פאלשע, אבער ווער האט דעמאלט געהאט פאטאשאפ. בקיצור אמאל איז געווען זיך צו האלטן אין די זייטן.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 6:43 pm
דורך אריק
דער באבובער בילד איז דאכצעך געווען אין שבת בלעטל נישט לאנג צוריק.

דער סאטמארער בילד מיינסטו מסתם די בילד אויפן שיף, דער בילד ווער נישט באהאלטן און עס איז נישטא וואס.

דער ליובאוויטשער בילד וואלט געווען אינטערעסאנט צו זען.

נו, יעלה ויבא...

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 9:43 pm
דורך איחוד פעלד
דער בילד פין ליבאוויטשער קומט לכאורה לכאורה פין דער ביכל פין ליאזנער.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 9:57 pm
דורך ידען
דער עולם ווערט געבעטען צו לייגען נאך?

האסטעך נאך גארנישט געלייגט צולייגער.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 11:17 pm
דורך נ נח
די בילד פין באבוב׳ע רב איז אלץ יונגרמאן

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:07 am
דורך אוהב דעת
נ נח האט געשריבן:די בילד פין באבוב׳ע רב איז אלץ יונגרמאן

ניין, ער איז געווען 10 יאר אלט

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:12 am
דורך יאיר
לאמיר שוין זען דעם ליובאוויטשער אנ'ם קאפל.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:17 am
דורך אוהב דעת
איחוד פעלד האט געשריבן:דער בילד פין ליבאוויטשער קומט לכאורה לכאורה פין דער ביכל פין ליאזנער.

יא עס איז און זיין בוך larger then life , part 2, און דער ליאזנער האט מיר געזאגט אז דער רבי האט הנאה געהאט אר ער שרייבט אראפ היסטארי לאמתו , און נישט פארדרייט, אוודאי די ליבאוויטשע חסידים ווילען עם הארגענען דערפאר

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:22 am
דורך יאיר
מען קען עס זיין אויפ'ן אינטערנעט?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:28 am
דורך יאיר
בילד
עס איז געווען א רעגיסטראציע בילד און מען האט געמוזט אויסטון דעם קאפל.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:41 am
דורך אוהב דעת
אזוי טענהן די חסידים, ( חוץ פון וואס זיי שרייען אז די בילד איז געפאלשט) ער ברענגט אבער ריאות אז די רבי פלעגט זיך כסדר ארום דרייען אזוי

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:56 am
דורך יאיר
ווייסט אפשר איינער וואס די ראיות זענען?
די טענה אז עס איז סיי פאלש און סיי ער האט זיך געמוזט אויסטון דעם קאפל דערמאנט מיר פון א מעשה:
ראובן האט געבארגט א האמער פון זיין חבר. ווען ער האט עס צוריקגעגעבן איז דער האמער געווען צובראכן, ווען דער חבר האט אים פארגעהאלטן דערויף ענטפערט ער, "ערשטנס, איך האב דיר עס צוריקגעגעבן גאנץ. צווייטנס, עס איז שוין געווען צובראכן פארדעם. דריטנס, איך האב קיינמאל קיין האמער פון דיר נישט געבארגט..."

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 4:58 am
דורך טעפל
אוהב דעת האט געשריבן:אזוי טענהן די חסידים, ( חוץ פון וואס זיי שרייען אז די בילד איז געפאלשט) ער ברענגט אבער ריאות אז די רבי פלעגט זיך כסדר ארום דרייען אזוי

מ'דערציילט אז מ'האט געפרעגט ר' jb סאלאווייצ'יק צו ס'איז אמת אז די רבי אין קאלעדזש האט געלערנט מיט א חומש אינטערן טיש, האט ער געענטפערט "ניין מנחם איז געוועהן א פרומער ער האט ניט געלערענט אהן א קאפל".