בלאט 1 פון 1
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 8:42 pm
דורך היימישער ליטוואק
קורצע פראגע: קען מען ביי זיי ארבייטן "אף-דע-בוקס"?
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 11:03 pm
דורך איחוד פעלד
לכאורה איז דא אפאר פראבלעמען מיט דער פאסטען.
מען דארף קענען טייפען ענגליש 40 ווערטער א מינוט.
מען דארף האבען א קאלעדזש דעגרי. (אולי וואלט געוועהן כדאי איינצוגעבען ק"ש אלץ א קאלעדזש סוכ"ס לערנט מען זיך דא אסאך...).
מען דארף צוויי יאר עקספיריענס אין טרענסלעישען. אגב איז דא א טעות דארט ווי זיי שרייבען "צוויי" יאר אדער "פיר" יאר אויף די זעלבע זאך.
מען דארף ארבעטען אסאך מאהל ביינאכט אין וויק ענדס.
מען באקומט פארדעם דער נישטיגע פינף און דרייסיג דולר א שעה.
בעסער לערנען אין כולל פאר דער געלט.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 11:19 pm
דורך שמעקעדיג
אין וועלכע כולל צאלט מען אזויפיל?
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 11:20 pm
דורך שמעקעדיג
עס קען אויך זיין א שאלה פון מסירה.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 11:31 pm
דורך איחוד פעלד
שמעקעדיג האט געשריבן:עס קען אויך זיין א שאלה פון מסירה.
אין הכי נמי
באדע סי איי עי וואס איז בעיקר פאר אינטערנאציענאלע ענינים פארשטיי איך נישט ווי מען לייגט אריין אין פעקל א איד.
למשל זיי ווילען מען זאל זיי איבערטייטשען אלע קול קורא'ס בענין רח"ה ווייל רח"ה האט געהאט געגעבען קאונסלינג פאר א פרוי וואס האט זיך געטראפען מיט א שפיאן ווען זי איז געגאנגען אויף דער סאבוועי און זי האט אים געפרעגט דיירעקשענס וכו'.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 12:33 am
דורך [NAMELESS]
נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 12:51 am
דורך Starbucks
וואס איז טאקע פשט, ביי וועם פונקטליך זוכט די סי.איי.עי. זיך אונטערצוהערן? וועליכע וועלטס טעראריסט רעדט יידיש?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 12:58 am
דורך berlbalaguleh
ייש"כ פאר'ן לינק. די אלע אראבישע סטודענטן וואס לערנען יודיש, טריפט זיי האניג פון פיסק. אבער איך האב מורא אז אויב ס'וועט נאך ח"ו אמאל זיין א מצב וואס יודן וועלן זיין אין א קאנסענטרעישן קעמפ, וועלן זיי (די אראבער וואס קענען יודיש) זיין די וואס וועלן שמייסן די יודן און אנשייגעצן אויף יודיש. אייכמאן ימ"ש האט אויך געקענט עברית און יודיש. ס'איז טאקע געווען אזא מעשה וואס א פוילישער גוי וועלכער האט געקענט רעדן אידיש איז געווארן אן אויפזעער אין קאנסענטרעישן קעמפ און ער האט גרודפ'ט די יודן שרייענדיג אויף יודיש.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:02 am
דורך berlbalaguleh
Starbucks האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט, ביי וועם פונקטליך זוכט די סי.איי.עי. זיך אונטערצוהערן? וועליכע וועלטס טעראריסט רעדט יידיש?
די היימישע יודן וואס ברענגען מקווה נייעס. די פראטאקאלן פון די זקני ציון איז דאך געבויעט אויף מיטינגס וואס די ראשי הקהילה זאלן האבן אפגעהאלטן.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:16 am
דורך Starbucks
berlbalaguleh האט געשריבן:ייש"כ פאר'ן לינק. די אלע אראבישע סטודענטן וואס לערנען יודיש, טריפט זיי האניג פון פיסק. אבער איך האב מורא אז אויב ס'וועט נאך ח"ו אמאל זיין א מצב וואס יודן וועלן זיין אין א קאנסענטרעישן קעמפ, וועלן זיי (די אראבער וואס קענען יודיש) זיין די וואס וועלן שמייסן די יודן און אנשייגעצן אויף יודיש. אייכמאן ימ"ש האט אויך געקענט עברית און יודיש. ס'איז טאקע געווען אזא מעשה וואס א פוילישער גוי וועלכער האט געקענט רעדן אידיש איז געווארן אן אויפזעער אין קאנסענטרעישן קעמפ און ער האט גרודפ'ט די יודן שרייענדיג אויף יודיש.
דארפסט נישט זארגן, ס'האט נישט געפעלט קיין קאפאוס פון אונזערע ברידער זעלבסט ביים שואה, און ס'וועט ווייטער נישט פעלען נעקסט טיים.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:16 am
דורך sunbar
איך טראכט דערפון...
נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 2:33 am
דורך מים חיים
איך האב שוין אמאל אויפגעסיינט אלס א פרילענסער פאר א גאווערמענט עידזשענסי (דזשאסטיס דעפארטמענט פון ניו יארק סטעיט), צו טרענסעלעיטן פון אידיש אויף ענגליש.
איך קען גוט אידיש, גוט ענגליש, און איך טייפ שנעל אויך. (מען האט מיר אקצעפטירט אן א קאלעדזש דעגרי) איך האב מיר אבער אויסגענומען אז עס מוז זיין א קעיס ביי קעיס בעיסיס, און איך מוז וויסן איידער איך נעם אן די ארבייט וואס די קעיס רעדט זיך וועגן.
למעשה, חוץ די ערשטע ארבייט וואס זיי האבן געוואלט זעהן וויאזוי איך טייטש איבער, האב איך קיינמאל נישט אנגענומען קיין דזשאב ביי זיי, ווייל אלעס וואס מען האט מיר געאפערט איז געווען קאסטאדי מלחמות פון היימישע אידן....
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 10:42 am
דורך מומחה
די קעפל איז נישט ריכטיג, די ארבעט איז נישט פאר די סי.איי.עי. נאר פאר אן אנדערע רעגירונגס אגענטור
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 11:03 am
דורך קאווע טרינקער
Starbucks האט געשריבן: וועליכע וועלטס טעראריסט רעדט יידיש?
אחאמאנאדינדשז'אד'ס (בקיצור: המן'ס) חברים.