בלאט 1 פון 1

אגודה: חינוך איבער אביוז און באריכטן צו די פאליציי, א חיוב!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 12:59 am
דורך יואליש
קלארע אנערקענונג איבער די שרעקליכע תוצאות פון די "מגיפה" פון [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אביוז, די חיוב פון מוסדות התורה און עלטערן צו רעדן קלאר צו קינדער, רימט אויס "פראזשעקט יעס," און פאדערט אויף ע"פ תורה צו גיין צו די פאליציי תיכף ומיד ווייל וויכטיגע באווייזן קענען פארלוירן גיין דורך ווארטן.

באגעלייגטע שטעלונג און אויפאדערונג איז פארטיילט געווארן ביי די היי יעריגע אגודות ישראל קאנווענשאן.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:05 am
דורך יואליש
קען איימיצער דאס איבערטייטשן לתועלת הציבור?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:08 am
דורך יאיר
אומגלויבליך. וואס איז געשען אז זיי האבן געטוישט אזוי דראסטיש זייער מיינונג?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:19 am
דורך Starbucks
יאיר האט געשריבן:אומגלויבליך. וואס איז געשען אז זיי האבן געטוישט אזוי דראסטיש זייער מיינונג?


נו, זאג דו...

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:20 am
דורך שמעקעדיג
אפשר איז דאס נאר כדי להוציא מלבן פון די אויטאריטעטן אז היימישע אידן טוען גארנישט.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:21 am
דורך יאיר
זיי האבן דאך ערשט געזאגט אז דער בעסטער וועג איז צו גיין קודם צו די רבנים, פלוצלינג ווערן זיי אזוי היסטעריש.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:23 am
דורך יואליש
ווי געזאגט, ווי ס'גויאישט זיך (קאטולישע קירכע) אידיש'ט זיך. פילייכט, דרויסענדיגע פרעשור מענטשעלט אויס?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:24 am
דורך petergrifin
570am אויף האט מען הײנט נאכט גערעדט װעגן אן נײע ארגענײזעשן װאס דוב הײקינד גײט עפענן בקרוב פאן סעקועל אביוז מיט מענטשן װאס האבן שוין יארן עקספירענס
און מיט דער פול סופארט פון גרויסע רבנים אויב אײנער האט אויס געהערט דער גאנצע שוי ביטע טײל מיט.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:24 am
דורך יואליש
שמעקעדיג האט געשריבן:אפשר איז דאס נאר כדי להוציא מלבן פון די אויטאריטעטן אז היימישע אידן טוען גארנישט.


כ'וואלט אלעס געגלייבט ביזן זיין מגלה פנים באלישב שלא כהלכה. דאס איז א קלארע פסק פארן אידנטום וועלכע הארכן די אגודה.

וואס האלט דער עולם, די אלייענס פון סאטמאר מיט די אגודה גייט צוזאמפאלן? גייט מען זיך פלוצליג זיך דערמאנען אז די רבי האט נישט געהאלטן פון די אגודה? אדער סאטמאר וועט שטילערהייט נאכפאלגן?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:30 am
דורך יאיר
פון וועלכע אלייענס רעדסטו, יואליש? מציצה בפה?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:38 am
דורך יואליש
יאיר האט געשריבן:פון וועלכע אלייענס רעדסטו, יואליש? מציצה בפה?


מערערע, טעפ פראגראם, די סטאטוע אוו לימיטעשאן פאר אביוז אלעגעשאנס, וכדו' זיי ארבייטן אלעמאל אינאיינעם.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 4:41 pm
דורך שמעקעדיג
אינטרעסאנט אז קיין איינער האט נישט גע'חתמ'עט דערויף.
איז די לעטערהעד אליינס גענוג?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 6:15 pm
דורך יואליש
שמעקעדיג האט געשריבן:אינטרעסאנט אז קיין איינער האט נישט גע'חתמ'עט דערויף.
איז די לעטערהעד אליינס גענוג?


כ'בין נישט באקאנט מיט די אגודה'ס סטיל. געווענליך האט יעדע בריוו א חתומה? כ'קלער אז מעגליך איז דער בריוו פאלטש.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 6:23 pm
דורך געוואלד געשריגן
יואליש האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:אינטרעסאנט אז קיין איינער האט נישט גע'חתמ'עט דערויף.
איז די לעטערהעד אליינס גענוג?


כ'בין נישט באקאנט מיט די אגודה'ס סטיל. געווענליך האט יעדע בריוו א חתומה? כ'קלער אז מעגליך איז דער בריוו פאלטש.


the letter is simply indicating that this was the theme of the lectures at the convention. This isn't meant to be some sort of official decree, to my understanding.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 7:01 pm
דורך יואליש
מצב דאט קאם באריכט די אגודה שטעלונג


http://matzav.com/protecting-our-precious-children

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 8:49 pm
דורך יידל
וואס באריכט ווען באריכט, א בלויזע קאפיע פונעם צעטל ותו לא.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 9:11 pm
דורך יואליש
יידל האט געשריבן:וואס באריכט ווען באריכט, א בלויזע קאפיע פונעם צעטל ותו לא.


אמת. אבער היות ס'איז נישט קלאר אויב די צעטל איז וואר אדער א פאלסיפיקאציע, איז געווען אינטערעסאנט צו באמערקן אז דער דגל התורה 'מצב' האט נאכגעברענגט דאס צעטל פון אגודות ישראל.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 10:58 pm
דורך הירשל ציג
ס'איז מזוייף
A HOAX

אבער ס'איז געלונגען!

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 11:09 pm
דורך שלום דין
הירשל ציג האט געשריבן:אבער ס'איז געלונגען!


נאך ווי! וואס זאלן זיי טון? לייקענען?