בלאט 1 פון 1
רבי ביים 'סדר' פונעם עם הארץ
נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 1:57 pm
דורך דולה ומשקה
ס'איז ידוע אז דער בני יששכר 'דרכו בקודש' איז געוועהן אריין צו קוקען ביי יענעם אין דער פענסטער, ביי די הייזער פון די פשוטי עם, די עמי הארצים, זעהן ווי אזוי זיי רעכטן אפ דער סדר, איינמאהל האט ער געזעהן ביי די 'ארבעה בנים', ווי יענער שרייט בקול גדול "אחד" חכם "אחד" רשעה וכו', אזוי ווי ביי קריאת שמע.
פון בעלזא רב דערציילט מען ווי ער האט זיך אינטער געהערט ווי א עם הארץ זאגט פסח מצה ומרור "מחותנים" לפניך.
בשם דער אפט'ער רב ווי איינער האט געזאגט "ולבן בקש להרוג את הכל", (דער מנחת אלעזר האט דאס דערציילט ביים סדר בשםן דער 'שם שלמה').
א אנדערע עם הארץ האט אמאל געשריגען ביי שפוך חמתך אל הגוים וכו' "תרדוף באף ותשמידם מתחת", אין געשריגען בקולי קולות "ש-מ-י הוי"ה".
א צווייטע עם הארץ האט זיך געטעל שמונה עשרה נאך "גאל ישראל" אנשטאט טרינקען דעם צווייטען כוס.
די צדיקים פלעגן זאגעם פשטים אין גאנצע תורות אויף די עםארצות, אין זאגען אז יש בו דברים של טעם.
ווען זענען די צדיקים געגאנגען צו די הייזער, איידער זיי האבען אנגעהויבען זייער אייגענע סדר, ווי לאנג האבען זיי אזוי שפאצירט? פארוואס האבען זיי נישט גלייך אנגעהויבען זייער סדר? האבען זיי אזוי יעדעס יאר שפאצירט פארן סדר מאדער נאר לפעמים? איז דאס פשוט געוועהן אויפן וועג אהיים פונעם דאווענען?
Re: רבי ביים 'סדר' פונעם עם הארץ
נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:01 pm
דורך שמואל הלוי
זיכער געווען פארן סדר, נאכן סדר פון די צדיקים איז נישט מעגליך אז די עמי הארצים האבן נאך געהאלטן דעמאלס ביי גאל ישראל.
Re: רבי ביים 'סדר' פונעם עם הארץ
נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 3:59 pm
דורך דולה ומשקה
הייסט דאס, דער עם הארץ האט שנעל געמאכט זיין סדר, אז ער האלט ביי גאל ישראל אין דער רבי האט ניטאמאהל אנגעהויבען זיין סדר, דער זמן איז היבטש שפעט.
Re: רבי ביים 'סדר' פונעם עם הארץ
נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 4:01 pm
דורך שמואל הלוי
די עמי הארצים האבן געדאווענט אין פאליש - אפגעכיפערט די דאווענען, און די רבי'ס האבן געפראוועט רבי'שע מעשה'ס.
Re: רבי ביים 'סדר' פונעם עם הארץ
נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 4:06 pm
דורך קרעמער1
דולה ומשקה האט געשריבן:בשם דער אפט'ער רב ווי איינער האט געזאגט "ולבן בקש להרוג את הכל", (דער מנחת אלעזר האט דאס דערציילט ביים סדר בשםן דער 'שם שלמה').
תיקון טעות: ער האט געזאגט ולבן בקש להרוג את ה
בל.
-------------
ס'איז באקאנט גאר אסאך ווערטלעך וואס דרייען זיך ארום. נישט אלע האבן א מקור, און א טייל האבן פשוטע ליצים פאבריצירט און אריינגעטאן אין א חסידישע מעשה.
איין באוואוסטע אמת'ע מעשה איז יענער ע"ה וואס האט געוויזן ביי 'תם' מה הוא אומר, מיטן פינגער כלפי מעלה. ווייל אויף פויליש מיינט "טאם" דארט.
Re: רבי ביים 'סדר' פונעם עם הארץ
נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 5:30 pm
דורך קול גדול
ס'איז אמאל געווען א עם הארץ ביים סדר, אבער נישט סתם אן עם הארץ נאר א גראבע יונג, די צווייטע זון פון די בעל הגדה'ס ארבעה בנים. ווען מ'איז אנגעקומען צו די דיינו'ס האט ער איינגעטינקען זיין פעדער אין טינט און זיך גענומען מעקן אלע דיינו'ס, האט מען אים געפרעגט אפשר לאז איבער עפעס א זכר? האט ער צוריק איינגעטינקען זיין פעדער אין טינט און איבערגעלאזט א זכר:
"אילו נתן לנו את ממונם, ולא נתן לנו את התורה – דיינו"...
Re: רבי ביים 'סדר' פונעם עם הארץ
נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 6:00 pm
דורך [NAMELESS]
איך זוך א שותף, אנשטאט שמאכטן אויף א קליין בענקל מיט א ריזן קישן מיט סוועראסקי קריסטל, ווער וויל קומען מיט מיר מקיים זיין מילי דאבות, און במשך ליל הסדר אריינפיעקן פענסטער פון אמעראצים, און קייכן פאר געלעכטער. איך דריי מיר ארום מיט א פנקס און שרייב זיך אויף אזוינע מהודר'דיגע אמעראצים אלס מעגליכע קאנדידאטן, פארבינדט אייך אין אישי צו ארגאנזירן א שפאציר, פאליציי וועט באוואכן ביים בריק פאר די וואס ווילן לאכן פון די מאנהעטענער אמעראצים.
Re: רבי ביים 'סדר' פונעם עם הארץ
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 10:19 am
דורך שמואל שלום שלמה
קופערניקוס האט געשריבן:איך זוך א שותף, אנשטאט שמאכטן אויף א קליין בענקל מיט א ריזן קישן מיט סוועראסקי קריסטל, ווער וויל קומען מיט מיר מקיים זיין מילי דאבות, און במשך ליל הסדר אריינפיעקן פענסטער פון אמעראצים, און קייכן פאר געלעכטער. איך דריי מיר ארום מיט א פנקס און שרייב זיך אויף אזוינע מהודר'דיגע אמעראצים אלס מעגליכע קאנדידאטן, פארבינדט אייך אין אישי צו ארגאנזירן א שפאציר, פאליציי וועט באוואכן ביים בריק פאר די וואס ווילן לאכן פון די מאנהעטענער אמעראצים.
קופערניקוס, ס'נישט קיין קונץ חזוק מאכן. די הייליגע אידן אויף וועם מ'פארציילט די מעשיות האבן אודאי געוויס געהאט הייליגע מחשבות דערביי, און זיי האבן געזיכט מיט דעם ממתיק זיין דינים, כידוע לכל מבין.
Re: רבי ביים 'סדר' פונעם עם הארץ
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 3:33 pm
דורך קול גדול
שמואל שלום שלמה האט געשריבן:קופערניקוס האט געשריבן:איך זוך א שותף, אנשטאט שמאכטן אויף א קליין בענקל מיט א ריזן קישן מיט סוועראסקי קריסטל, ווער וויל קומען מיט מיר מקיים זיין מילי דאבות, און במשך ליל הסדר אריינפיעקן פענסטער פון אמעראצים, און קייכן פאר געלעכטער. איך דריי מיר ארום מיט א פנקס און שרייב זיך אויף אזוינע מהודר'דיגע אמעראצים אלס מעגליכע קאנדידאטן, פארבינדט אייך אין אישי צו ארגאנזירן א שפאציר, פאליציי וועט באוואכן ביים בריק פאר די וואס ווילן לאכן פון די מאנהעטענער אמעראצים.
קופערניקוס, ס'נישט קיין קונץ חזוק מאכן. די הייליגע אידן אויף וועם מ'פארציילט די מעשיות האבן אודאי געוויס געהאט הייליגע מחשבות דערביי, און זיי האבן געזיכט מיט דעם ממתיק זיין דינים, כידוע לכל מבין.
נישט קיין פראבלעם, מיר קענען אויך האבן הייליגע מחשבות און אינזינען האבן צו ממתיק זיין דינים, כידוע לכל מבין...
Re: רבי ביים 'סדר' פונעם עם הארץ
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 3:56 pm
דורך [NAMELESS]
נו, א ווערטל. הנני מוסר מודעה מעתה ולהבא עד סוף כל הדורות שאין הכוונה חלילה להתלוצץ, או חלילה צו אילוסטרירן וויאזוי די צדיקים האבן באמת אויסגעזעהן וכדומה, נאר פשוט מקיים זיין "דער רבי האט געהייסן פרייליך זיין"
Re: רבי ביים 'סדר' פונעם עם הארץ
נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:08 am
דורך קרעמער1
די פשטות'דיגע אורזאך איז, ווייל א גאנץ יאר האט זיך דער ע"ה ווי נישט ווי אן עצה געגעבן מיט די טעגליכע עברי. דער עולם איז שוין געווען געוואוינט צו די טעגליכע גרייזן (נשתינו) און ס'איז שוין נישט געווען מאדנע...
אבער ווען ס'איז געקומען איינמאל א יאר צום סדר, מיט די לאנגע הגדה און פילע מנהגים האבן זיי ווי פארשטענדליך נישט געפינען די הענט און פיס (און ציין...). טאקע אזוי ווי מיר ליינען אין די מעשיות..
Re: רבי ביים 'סדר' פונעם עם הארץ
נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2012 5:24 pm
דורך קרעמער1
דולה ומשקה האט געשריבן:ווען זענען די צדיקים געגאנגען צו די הייזער, איידער זיי האבען אנגעהויבען זייער אייגענע סדר, ווי לאנג האבען זיי אזוי שפאצירט? פארוואס האבען זיי נישט גלייך אנגעהויבען זייער סדר? האבען זיי אזוי יעדעס יאר שפאצירט פארן סדר מאדער נאר לפעמים? איז דאס פשוט געוועהן אויפן וועג אהיים פונעם דאווענען?
איך האב געזעהן אין א גליון אז דער שר שלום פלעגט אנהויבן דעם סדר זייער שפעט. די ערשטע נאכט האט מען מקפיד געווען אויף די אפיקומן פארן "עלות", אבער די צווייטע נאכט בלויז די כזית מצה
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 3:47 pm
דורך דולה ומשקה
ס'דא א רעבישע אייניקעל וואס זוכט א עם-הארץ צו גיין נאכקוקען ביים סדר.
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 3:50 pm
דורך ברסלבער
געוויסע האבן צוזאמגעשטעלט ביידע אינאיינעם, דער רבי'ש אייניקל איז אויך אן עם הארץ, אזוי דארף ער נישט גיין פאשען אונטער פרעמדע פענסטער'ס...