בלאט 1 פון 1

איך בין נישט קיין "ניק"

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 4:47 pm
דורך [NAMELESS]
האסטו געהערט א מעשה, אסטא קאטשא פייא נעקי (קרעדיט: קיפערניקעס). אויף די געוועב איז די בעסטע פלאץ צו פארברענגען מיט חברים אטא דא אין קאווע שטיבעל. מ'דרייט זיך דא, מ'פרייט זיך דא, מ'באקענט זיך איינער מיט'ן צווייטען. און ב"ה די ליסטע פון חברים ווערט גרעסער.
אבער ס'גריזשעט מיר אין די אויערען ווען איך זעה ווי מ'באציט זיך צו חברים דא ווי "ניק'ס".
"צוויי ניק'ס האבן געשריבן אז....."
"איין ניק רעגט מיך כסדר אויף!!"
"איין ניק האב איך זייער ליב , ער שרייבט זייער געשמאק....."

רבותי, מיר זענען נישט קיין "ניק'ס", אונטער יעדע ניק באהאלט זיך א מענטש, וואס אטעמט און שרייבט!! מיר זענען מענטשען אויף די געוועב, און מ'דארף זיך באציען צו אונז ווי מענטשען און נישט ווי ניק'ס......
וועסטו וועלן פרעגן ווי אזוי דען מ'זאל שרייבן, זאג איך דיר אז מ'קען זיך רופן "חברים", "מעמבער'ס", וכו' וכו'.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 5:01 pm
דורך נפתלי
איך בעט דיר לאז עס ביי ניקס, דו ווילסט נישט ווערן באהאנדלט אזויווי מ'באהאנדלט א מענטש, אלץ ניק האסטו בעסערע אויסזיכטן....

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 1:59 am
דורך נולד מאוחר
אויב רעדט מען פון א מענטש דאן האסטו א מנין בייפאלער'ס משא''כ ניק איז נארמאל צוויי ניקס איין שרייבער.

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 5:35 am
דורך טעפל
נפתלי האט געשריבן:איך בעט דיר לאז עס ביי ניקס, דו ווילסט נישט ווערן באהאנדלט אזויווי מ'באהאנדלט א מענטש, אלץ ניק האסטו בעסערע אויסזיכטן....

נפתלי זאגט גוט, ווען מ'טראכט אז ס'איז דא א מענטש אונטער דעם וואלט מען זיכער אסאך מער קריטעקירט, אזוי כאפט מען נישט אז מעגליך יענע שרייבער איז דיין חבר וואס דו פארגינסט נישט בכלל ;)