בלאט 1 פון 3

לחיים טיש שבועות 1#

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 1:59 pm
דורך שמואל הלוי
די באוואוסטע מוזיק קאמפאני לחיים, וואס איז שוין לאנג בארימט אין עולם הנגינה, און איז נאכמער באוואוסט געווארן די לעצטע עטליכע יאר מיט די סעריע לחיים טישן, גרייט זיך אצינד ארויסצוקומען מיט א לחיים טיש אויף שבועות.

מיט די ערשיינונג פון דעם פרישן סידי, וועט שוין זיין א לחיים טיש אויף אלע ימים טובים.

Re: לחיים טיש שבועות 1#

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 10:27 pm
דורך געפילטע פיש

Re: לחיים טיש שבועות 1#

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 10:33 pm
דורך שמואל הלוי
געפילטע פיש האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=2458#p2458

אוי מיי גאט, איך האב דא געמיינט צו אדווערטייזן עפעס? איך האב מיט לחיים פונקט ווי דו האסט מיט אבאמא.

איך האב עס פשוט געשריבן אלס א נייעס.

Re: לחיים טיש שבועות 1#

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 10:42 pm
דורך אךשמח
געפילטע פיש,

איך מעג ברענגען א נייעס פון א נייע ענדרויד מאשינקע? אדער וועסטו מיר לינקן צום נייטרא'ר ראפל?

Re: לחיים טיש שבועות 1#

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 10:43 pm
דורך amechiya
געפילטע פיש אדווערטייזט זיך

Re: לחיים טיש שבועות 1#

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 10:45 pm
דורך שמואל שלום שלמה
אויב איינער פרעגט מיר - איך גיב רעכט פאר ר' שמואל. ס'א נארמאלע זאך אויפצועפנען אן אשכול איבער אזא נושא.

--

איך גלייך נישט אזוי די לחיים טיש סעריע ווייל עס פעלט די אויטענטישקייט פון די ניגונים. זיי מיינען אז אן אלטער ניגון איז נאר שיין ווען ס'האט אזא באמבאסטישער אינטרא און עלעקטראניש מיוזיק. זיי פרובירן צו מאדנעזירן די ניגונים, ענד פרענקלי, איי דאנט לייק איט.

Re: לחיים טיש שבועות 1#

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 11:05 pm
דורך געפילטע פיש
אוי וויי! זעט אויס כ'האב אנגערירט דא א האקעלע נושא, בד"וו האט שוין איינער געטעיסט הגדה'ס טשערי-לייט פסח ראלאש? יעצט גייען זיי שוין האבן א ראלאש אויף יעדע פלעיווער.

Re: לחיים טיש שבועות 1#

נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 12:26 pm
דורך מרדכי הצדיק
ביטע ברודער, אטאקירט זיך נישט איינעם דעם צווייטען, מ'וויל זיך דא בויען נישט ציברעכען, אין טאמער ביסט חושד איינעם אין די שרעקליכע עבירה פין עדווערטייזונג איז דא א אישית קעסטעל, מען דארף נישט יענעם צישמירען ברבים פארגארנישט

Re: לחיים טיש שבועות 1#

נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 3:17 pm
דורך צוויבל מיט איי
געפילטע פיש האט א ווייטע שמעק. כדאי הוא לסמוך עליו בשעת הספעם.

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 3:07 pm
דורך שמואל הלוי
(קרעדיט איי וועלט)

בילד

נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 5:46 pm
דורך לעמיל
שמואל הלוי האט געשריבן:די באוואוסטע מוזיק קאמפאני לחיים, וואס איז שוין לאנג בארימט אין עולם הנגינה, און איז נאכמער באוואוסט געווארן די לעצטע עטליכע יאר מיט די סעריע לחיים טישן, גרייט זיך אצינד ארויסצוקומען מיט א לחיים טיש אויף שבועות.

מיט די ערשיינונג פון דעם פרישן סידי, וועט שוין זיין א לחיים טיש אויף אלע ימים טובים.

ווען קימט עס ארויס? עס איז א מורדיגע גיטע זאך מ'געט עס פאר די קינדער אין עס קימט יום טוב קענען זיי עס א מחיה

נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 5:57 pm
דורך שמואל הלוי
שוין דא א פריוויו, אבער איך וויל נישט מכשיל זיין אידן עס צו הערן בעפאר שלשת ימי הגבלה.

נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 5:58 pm
דורך יידל
שמואל הלוי האט געשריבן:שוין דא א פריוויו, אבער איך וויל נישט מכשיל זיין אידן עס צו הערן בעפאר שלשת ימי הגבלה.

און וואס זענען מיט די ליטווישע אידן וועלכע הערן שוין פון נאך ל"ג בעומר?

נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 5:58 pm
דורך שמואל הלוי
לעמיל האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:די באוואוסטע מוזיק קאמפאני לחיים, וואס איז שוין לאנג בארימט אין עולם הנגינה, און איז נאכמער באוואוסט געווארן די לעצטע עטליכע יאר מיט די סעריע לחיים טישן, גרייט זיך אצינד ארויסצוקומען מיט א לחיים טיש אויף שבועות.

מיט די ערשיינונג פון דעם פרישן סידי, וועט שוין זיין א לחיים טיש אויף אלע ימים טובים.

ווען קימט עס ארויס? עס איז א מורדיגע גיטע זאך מ'געט עס פאר די קינדער אין עס קימט יום טוב קענען זיי עס א מחיה

ווען ס'גייט זיין?
איך האב נישט קיין אנונג... מסתמא [זיכער] נאך פאר שבועות.

נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 5:59 pm
דורך שמואל הלוי
יידל האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:שוין דא א פריוויו, אבער איך וויל נישט מכשיל זיין אידן עס צו הערן בעפאר שלשת ימי הגבלה.

און וואס זענען מיט די ליטווישע אידן וועלכע הערן שוין פון נאך ל"ג בעומר?

דא דרייען זיך אבער אויך חסידישע וואס וועלן מן הסתם זיך נישט קענען איינהאלטן פון הערן.

נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 5:59 pm
דורך יידל
שמואל הלוי האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:שוין דא א פריוויו, אבער איך וויל נישט מכשיל זיין אידן עס צו הערן בעפאר שלשת ימי הגבלה.

און וואס זענען מיט די ליטווישע אידן וועלכע הערן שוין פון נאך ל"ג בעומר?

דא דרייען זיך אבער אויך חסידישע וואס וועלן מן הסתם זיך נישט קענען איינהאלטן פון הערן.

שיק מיר אין אישי. ;)

נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 6:02 pm
דורך שמואל הלוי
איך האב נישט געוואוסט אז דו ביסט א ליטוואק :אומגלויבליך:

נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 6:03 pm
דורך שמואל הלוי
יידל האט געשריבן:שיק מיר אין אישי. ;)

שלחתי

נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 6:03 pm
דורך שמואל הלוי
קאווער

בילד

נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 6:06 pm
דורך יידל
שמואל הלוי האט געשריבן:איך האב נישט געוואוסט אז דו ביסט א ליטוואק :אומגלויבליך:

אשפג. איך האב נישט געמיינט צו זאגן אז איך שטאם פון ליטא. ישר כוח! ס'זייער שיין.

נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 6:27 pm
דורך לעמיל
יידל האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:שוין דא א פריוויו, אבער איך וויל נישט מכשיל זיין אידן עס צו הערן בעפאר שלשת ימי הגבלה.

און וואס זענען מיט די ליטווישע אידן וועלכע הערן שוין פון נאך ל"ג בעומר?

דא דרייען זיך אבער אויך חסידישע וואס וועלן מן הסתם זיך נישט קענען איינהאלטן פון הערן.

שיק מיר אין אישי. ;)

שיק מיר אויך ביטע

נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 6:38 pm
דורך שמואל הלוי
נו שוין אז דער עולם בעט אזוי שטארק, וועל מיר עס ארויפשטעלן אין פאבליק, אבער איך נעם זיך אויס מעיקרא אז ס'איז נישט אויף מיין אחריות.

http://jewishmusicreport.com/2012/05/20 ... um=twitter

נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 10:01 am
דורך טעפל
ס'סאונד שיין!