נישט עסן פליישיגס אום מיטוואך. מקור? פשט?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ענדע צדיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 10:06 am
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

נישט עסן פליישיגס אום מיטוואך. מקור? פשט?

שליחה דורך ענדע צדיק »

וואס איז די מקור פון נישט עסן פליישיגס מיטוואך?
ס'איז דא וואס זענען זייער מקפיד דערויף אז מיטוואך עסט מען נישט קיין פליישיגס, אנדערע זענען בכלל נישט מקפיד,
ביי מיינע עלטערן האב איך נישט געזען אז ס'זאל זיין א קפידה דערויף, 2 מאל א וואך איז געווען מילכיגס אויף נאכטמאל בדרך כלל, אבער נישט דוקא מיטוואך,
לעצטענס איז מיר אויסגעקומען צו פארבראכן אין ארץ ישראל מיט א חבר, און מיטוואך ביי נאכטמאל האט ער בשום אופן נישט געוואלט גיין אין א פליישיגע געשעפט, נאר בלויז מילכיג.

1. פון וואו קומט די קפידא?
2. איז עס א הארבע זאך? דבר טוב? א מנהג? א ענין? א עם הארצות?
3. איז עס דוקא מיטוואך? מיינט עס אין די ווינטער אור ליום רביעי?

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר