בלאט 1 פון 1

שמחת יו"ט, אכשר דרא לגבי חינוך?

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 1:59 pm
דורך בדחן
כאטש אז איך בין ניי דא, נעם איז זיר מיר די רעכט צו עפענענן די אשכול איבער די נושא.

אין די וועבערמאן אשכול האט בעל עגלה געשריבן:

berlbalaguleh האט געשריבן:דאס איז א שטיקל באשולדיגונג אויף אונזער סיסטעם וואס איז א סאך מאל זייער שטארק נעגאטיוו און מ'לערנט נישט די מיינונג און שמחה פון א יום טוב.


מען מעג מחולק זיין דערויף? די מוסדות וואס איך זע און ווי איך דריי זיך, לייגן אריין אן א שיעור כוחות אין שמחת החיים בכלל און אין שמחת יו"ט בפרט, פאר יעדע יו"ט לערנט מען מיט די קינדער איבער דעם יו"ט, מען דערציילט זיי, מען מאכט אקטיוועטיס מיט זיי איבער דעם יו"ט, ביי יעדע עידזש לויט זיין עלטער הקטנים עם הגדולים, סיי יונגלעך און סיי ביי מיידלעך, טייל מוסדות האבן די מנהלים צווישן זיך גאנצע קאמפעטישען וועלכע מנהל עס קען בעסער ארויסברענגען.

דאכט זיך מיר אז פונעם מוסד זיין קען מען זאגן אז זיי טוען די מאקסימום וואס איז שייך אז די קינדער זאלען זיין אינפארמירט, האבן א חשק דערין, און וויסן וואס עס טוט זיך. אויב עפעס, איז עס די טאטעס וואס זיי טוען נישט זייער ארבייט צו מאכען די היים פרייליך און אינטערסאנט איבער דעם יו"ט, די טאטעס זענען מעגליך נישט גענוג פארגעקוקט איבער דעם יו"ט, זיי לעבן נישט גענוג אינעם יו"ט, און דאס קען זיין קלאפט שווער אויס אויף די קינדער.

ענטפער צו בדחן

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 7:17 pm
דורך berlbalaguleh
איך הער וואס דו זאגסט. די מוסדות וואס פיהרן זיך אזוי איז אשרי חלקם. אבער פופצן יאהר צוריק האבן א סאך מוסדות, און ספעציעל וואו ער (שלום דיען) האט געלערנט. נישט געלייגט קיין דגוש אויף מצוות מעשיות. מ'האט ענדערש געלערנט וואס מ'טאר אלץ נישט טון, טראכטן אדער זאגן.

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 8:37 pm
דורך בדחן
יאנקל האט געשריבן:בדחן,
ארטס-ענד-קרעפטס איז נישט קיין שמחת יו"ט, און איך מיין אז היינט מאכט מען די ימים-טובים נאך מער דערדרוקט ווי זיי זענען אמאל געווען מיט די איבערגעטריבענע חומרות, פרומקייטן, און קאנטראל-מיטלען אויף צו דיקטירן וואס און וויאזוי מ'זאל זיך פירן אינדערהיים.


די רעדסט פון די נטורי קרתא אין לאנדאן?? מעגליך אז עס איז אמת, איך בין נישט באקאנט אין זייערע מנהגים.

בכלל, נניח אז לויט דיין מיינונג אז מאכן מיט קינדער ארטס-ענד-קרעפטס ברענגט נישט אריין אין קיין קינדער קיין וויסענשאפט און שמחת יו״ט, אבער איך האב אויסגערעכענט דריי שורות מיט זאכן ווי אזוי מען ארבייט מיט קינדער פון יעדן עלטער. מאדנע פארוואס דו ביסט געבליבן סטאק ביי ארטס-ענד-קרעפטס.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 4:44 am
דורך טעפל
בדחן האט געשריבן:כאטש אז איך בין ניי דא, נעם איז זיר מיר די רעכט צו עפענענן די אשכול איבער די נושא.

אין די וועבערמאן אשכול האט בעל עגלה געשריבן:

berlbalaguleh האט געשריבן:דאס איז א שטיקל באשולדיגונג אויף אונזער סיסטעם וואס איז א סאך מאל זייער שטארק נעגאטיוו און מ'לערנט נישט די מיינונג און שמחה פון א יום טוב.


מען מעג מחולק זיין דערויף? די מוסדות וואס איך זע און ווי איך דריי זיך, לייגן אריין אן א שיעור כוחות אין שמחת החיים בכלל און אין שמחת יו"ט בפרט, פאר יעדע יו"ט לערנט מען מיט די קינדער איבער דעם יו"ט, מען דערציילט זיי, מען מאכט אקטיוועטיס מיט זיי איבער דעם יו"ט, ביי יעדע עידזש לויט זיין עלטער הקטנים עם הגדולים, סיי יונגלעך און סיי ביי מיידלעך, טייל מוסדות האבן די מנהלים צווישן זיך גאנצע קאמפעטישען וועלכע מנהל עס קען בעסער ארויסברענגען.

דאכט זיך מיר אז פונעם מוסד זיין קען מען זאגן אז זיי טוען די מאקסימום וואס איז שייך אז די קינדער זאלען זיין אינפארמירט, האבן א חשק דערין, און וויסן וואס עס טוט זיך. אויב עפעס, איז עס די טאטעס וואס זיי טוען נישט זייער ארבייט צו מאכען די היים פרייליך און אינטערסאנט איבער דעם יו"ט, די טאטעס זענען מעגליך נישט גענוג פארגעקוקט איבער דעם יו"ט, זיי לעבן נישט גענוג אינעם יו"ט, און דאס קען זיין קלאפט שווער אויס אויף די קינדער.

בדחן איז אביסל גערעכט היינט לייגט מען אריין אסאך מער הסבר פאר די קינדער וואס יו"ט איז און וואס איז די באדייט פון יעדע זאך מיט מינומום פעטש..ווען ביי אונז האט מען מסביר געוועהן דאס מינומים מיט מאקסימום פעטש..