בלאט 1 פון 1
דאווענען פאר די נץ
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 2:14 pm
דורך ענדע צדיק
לעצטענס קומט מיר אויס גרינגער צו דאווענען איידער איך פאר ארויס צו מיין מקום עבודה,
דאס מיינט אבער דאווענען ארום 6:30,
יעצט אין די ווינטער חדשים קומט אויס שמונה עשרה פאר די נץ,
איינער האט מיר לעצטענס אריינגעפסוקס אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן להלכה,
איז עס ריכטיג?
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 6:08 pm
דורך בדחן
718-384-6765
דאס איז די התאדות הרבנים נומבער אנצופרעגן שאלות, און קעיס קיינער דא ווייסט נישט די ענטפער
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 6:31 pm
דורך שלמה_דיין
ענדע צדיק האט געשריבן:לעצטענס קומט מיר אויס גרינגער צו דאווענען איידער איך פאר ארויס צו מיין מקום עבודה,
דאס מיינט אבער דאווענען ארום 6:30,
יעצט אין די ווינטער חדשים קומט אויס שמונה עשרה פאר די נץ,
איינער האט מיר לעצטענס אריינגעפסוקס אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן להלכה,
איז עס ריכטיג?
ע"פ המבואר בשו"ע אסור לצאת לדרך קודם שהתפלל (או"ח פ"ט ס"ג). ובאמת משעת עלות השחר מיקרי זמן תפלה (שם ס"ה ומ"א סק"ו). והמתפלל מעלות השחר ואילך יצא (שם ס"א). ומי שצריך להשכים לצאת לדרך מותר לו לכתחלה להתפלל מעלות השחר (שם ס"ח).
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 11:26 pm
דורך איחוד פעלד
פין בעש"ט שטייט אז מען דארף נישט מקפיד זיין אויף דער נץ ממש.
נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 5:19 pm
דורך העלא
דאס איז זיכער אז ס'איז נישט קיין לכתחלה צו דאווענען שמונה עשרה פארן נץ
דאס איז זיכער אז דאווענען נאכן סוף זמן תפלה איז ערגער,
די חילוק איז נאר אז נאכן סוף זמן תפלה אין לו תקנה ער דארף יעצט דאווענען, ער קען דעם זייגער נישט צמוריק דרייען
משא"כ פארן נץ קען ער ווארטן
אבער מ'האט מתיר געווען פאר יעדע צורך צו דאווענען פארן נץ