בלאט 1 פון 1

פריוואטע הודעות: אריינקומענדער פאסט -דער פאלדער איז 100% פיל

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 11:42 pm
דורך יידל
וואס טוט מען ווען מ'איז אנגעקומען צום קלימאקס פון 399 אישית'לעך און פריוואטער פאסטקעסטל? איך וויל נישט אויסמעקן די אלטע הודעות, ווידעראום קען איך נישט באקומען קיין נייע אן אויסמעקן אלטע. יעדע מאל עס קומט אריין א פרישע אישית הייב איך פריש אן זוכן וועלכע אישית אויסצומעקן צו מאכן פלאץ פארן נייען. אלזא איז מיין פראגע צו אייך: וואס טוט מען?

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 11:43 pm
דורך לעמאן דזשוס
יידל, ליין נאך מיין נארוואס געשיקטן....

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 11:53 pm
דורך בדחן
מען מאכט א נייע ניק, אין מען פארווערד אהין אלע אישית,

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 12:00 am
דורך געפילטע פיש
גוטע עצה בדחן, נישט געטראכט דערפון.

יידל, דו קענסט דאונלאודען אלע אישיות צו א פייל אויף דיין קאמפיוטער, ווי אויך קענסטו אסאך מעקן און גארנישט פארלירן, למשל יעדע שמועס וואס גייט פינף זעקס מאל אהין און צוריק, איז אין די לעצטע מעסעדזש נכלל אלע פריערדיגע אינעם שמועס, אזוי קענסטו מעקן אלע חוץ די לעצטע.

אפשר וואלט געווען א עצה די הנהלה זאל פארקויפן מער ספעיס פאר אפאר גרייצער, (איך ווייס נישט אויב ס'מעגליך) אזוי וועט זיין זה נהנה וזה נהנה, און דאס מקום וועט האבן פון ווי צו שעפן אביסל חיונה, ס'האלטסטו? אן עצה?

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 12:05 am
דורך יידל
בדחן'ס עצה געפעלט מיר...

געפילטע'ס עצה איבער די לעצטע מעסעדזש אין א שמועס איז אויך געוואלדיג אבער נאר א צייטווייליגער לעזונג.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 12:12 am
דורך DotCom
וואס איז דאס אישית געשיקעכץ? האסט עפעס צו זאגן לייג עס דא ארויף, לאמיר זעהן גאטס.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 12:14 am
דורך בדחן
די נייע ניק זאלסטע א נאמען געבן ויקיפדיה, עפעס הכרת הטוב מעגסטע ארויס ווייזען.. ניין?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 5:45 pm
דורך לעמאן דזשוס
יידל, וואס האסטו למעשה געטון?!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 5:46 pm
דורך יידל
דערווייל גארנישט. עד היום הזה פלאג איך זיך יעדע מאל וואס כ'באקום אן אישית.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 5:50 pm
דורך לעמאן דזשוס
איך האב אין מיין המתנה א פינעף שטיק,.

מען קען בעטן באריסטא פאר מער פלאץ? אפשר שיק מיר א פעטיציע אדער אפאר רבנים קיין באריסטא?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 5:52 pm
דורך לעמיל
האט מען עס נישט איין מאל גרעסער געמאכט? עפעס ליגט מיר און קאפ

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 6:01 pm
דורך שמעקעדיג
ראשעקאל, ביטע מאך א נייע פאום פאר די ניקס וועלכע שטייען 3 מאל יעדן טאג בכליון עינים ביים אישי קעסטל און ווארטן הונגעריגערהייט פאר אביסל רעקאגנישאן און סעלף עסטיעם...

די עכטע עצה וואס מען טוט, וישן מפני חדש תוציאו.

גיי מיר לויפן דאווענען מנחה, און אויספאסטן, אה........

---
גבאי האקט!!

גבאי, העם אתך! טאמבס אפ!! שקויעך!!!!!!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 8:19 pm
דורך לעמאן דזשוס
גבאי,

פילע דאנקען!