בלאט 1 פון 15
מענטשן וואס זענען OTD און זייערע מאטיוון
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 4:11 pm
דורך שלום דין
אפגעטיילט פון דא. אחיי ורעיי – מ'האט דערמאנט דא מיין נאמען, פיל איך זיך אביסל פארפליכטעט זיך אנצורופן...
[...]דריטנס, איך וואלט געראטן – אדער אמווייניגסטנס געבעטן למען האמת – אז שפעקולירן אויף די סיבות פארוואס איך אדער א צווייטער איז אראפ פון וועג איז, ווי מ'זאגט, א fool’s game. (ס'איז, למשל, נישט דא קיין לחלוחית פון אמת אין דאס וואס איינער האט געשריבן בנוגע א טעם און א שמחה אין א יום טוב. איך וועל אייך זאגן אפן, אן קיין בושה, אז דער טעם פון לערנען אור החיים הק' פרייטאג צונאכטס האב איך אין די פרייע וועלט נאכנישט געפונען.) איך קען גערן אריינגיין אין מער פרטים, אבער דער פארום איז מסתמא נישט דאס פלאץ פאר דעם.
דאס זעלבע גייט פאר שפעקולירן אויף מאטיוואציעס. ס'איז אפשר לעכערליך צו ענטפערן פאר די וואס שרייבן " ש.ד וכל כת ה'אן-פיאות ווילן זען יעדן חסיד אדער פריי אדער אין גאז קאמער." אבער אויף אזעלכע טענות ווי: "דער אמת'ער סיבה ווייל זיי הענגען זיך אויף שוואכקייטן פון די חרדים צו פילן אביסל גוט אז זיי זענען נישט א חלק פין די כלל מער..." איז אפשר יא כדאי אנצומערקן.
אויב וויל איינער הערן פאפ-פסיכיאלאגיע, קען איך טרעפן "אמת'ע סיבות" אויף יעדן וואס האט מיט מיר חילוקי דעות. אבער ס'איז מיר ענדערש צו רעדן פון פאקטן וואס איך קען ווי איידער איינגערעדטע שטויות ווייל עס פילט זיך מיר בעסער אזוי. ס'איז מיר אלץ א פלא אז פון אונזער עם חכם ונבון זענען דא אזעלכע חכמים וואס מיינען אז יעדע בויך סברא וואס מ'הערט אין מקוה מוז זיין אמת. אז איר ווילט וויסן "אמת'ע סיבות", פרובירט אביסל מער אריינקלערן, אבער צום אלעם ערשטן, פרובירט פרעגן פון יעניגן וואס איר בארעדט. אויב ווילט איר נישט הערן, געזונטערהייט. אבער זייט מודה אז איר קוקט אוועק פון רעלעוואנטע אינפארמאציע און ממילא וועט אייך פעלן אין די בויך סברא.
צום לעצטנס, א טיפן דאנק אייך ר' בערל בעל עגלה און ר' לעמאן דזשוס פאר די מעסיגע דיבורים בנוגע אני הקטן. איך האב נישט צופיל תרעומות אויף די העסערס און העצערס. איך האלט ס'קומט פון פונדאמענטאלע טעותים, אבער איך פארשטיי פון וואו עס קומט. ס'איז אבער אלץ מער צו אנערקענען ווען איינער רעדט אויף די ענינים דברים של טעם. תשואות חן לכם.
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 4:22 pm
דורך בדחן
איך האב נישט געליינט יענע ארטיקעל, ברוך השם איך לייען נישט ע״פ רוב די סייט׳ס פון די אידן נישט שותו״צ, פון די ביסל וואס איך האב יא געלייענט די אלע סייטס האב איך געזען אז מער ווי האס און העצע פארקויפט עס גארנישט, עס איז באמת נישט קיין נפק״מ פארוואס עס איז אזוי און וואס זייערע מאטיווען זענענן, עס איז אבער א ריין טריקענע מציאות אז אנשטאט אז די אלע נישט שותו״צ זאלען גיין האקען א לעבן און פארגעסן פון זייער עבר קימען זיי אלץ צוריק נאכאמאל און נאכאמאל מיט אנדערע טענות כלפי די אידן וואס היטען יא תורה ומצוות, און עס איז ממש איראניש אז זיי האלטן אז זענענן די וואס פארשטייען ווי אזוי אונז שומרי תורה ומצוות דארפן זיך פירען.
צווייטעעס, רוב - כמעט אלע - אידן וואס האבן איבערגעלאזט דאס באשעפער און די תורה, קימט פאר איין סיבה, ווויל עס איז שווער צו זיין א איד, עס איז שווער צו זאגען ניין פאר א תאווה, די קליגערע פון צווישען אונז גייען אריין אין די כלל פון ומותר אדם מן הבהמה אין און זיי קענענן זאגען ניין, די שוואכערע מוחות קענענן נישט זאגען ניין, דערפאר פון איין תאווה גייען זיי צו א צווייטע תאווה ביז זיי לאזען אינגאצן איבער דאס באשעפער,
מען דארף נישט קיין פעסיכעלאגיע עס צו פארשטייען, עס איז טריקענע מציאות. עס איז קיינמאל נישט גרינג געווען צו זיין א איד, און תשע״ג איז עס נישט גרינגער ווי 100 יאר צירוק, אייביג זענענן געווען ארויסגעפאלענע ווייל עס איז שווער צו זיין א איד, היינט צוטאגס ווען עס איז נאך שווערער צוליב די גויעשע גאס איז נאך גרינגער ארויסצופאלן, איטס סימפל.
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 4:30 pm
דורך שלום דין
בדחן האט געשריבן:ברוך השם איך לייען נישט ע״פ רוב די סייט׳ס פון די אידן נישט שותו״צ...
צווייטעעס, רוב - כמעט אלע - אידן וואס האבן איבערגעלאזט דאס באשעפער און די תורה, קימט פאר איין סיבה... עס איז טריקענע מציאות.
ער לייענט נישט, ער הערט נישט, ער זעהט נישט. אבער "סיבות" און "טריקענע מציאות" ווייסט ער קלאר.
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 4:34 pm
דורך בדחן
העלאו, כך דרכם כסל למו פון די אלע נישט שותו״צ, פארדרייען און ווארפן זאמט און די אויגן און דערנאך צולייגען א שמייכעל זיך איינצורידן אז מען רעדט איין אנדערע אז מען איז העפי,
איך האב געשריבען דברים של טעם, און א טריקענע מציאות, האסט עס אויסגעשניטען נישט וועלענדיג זיך דארפן ספראווען מיט א אמת, עס איז אקעי ווייל דאס בעצם איז די לייף סטראגעל פון כמעט אלע נישט שותו״צ.
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 4:37 pm
דורך בדחן
די ווייסט נישט אן אים אז אלעס ביי די חסידשע אידן איז קארעפטירט, די דארפסט האבן אז ער זאל דיר עס שרייבען?
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 5:52 pm
דורך לעמאן דזשוס
שלום,
אז ביזט יא דא, איך וויל טאקע אפשר מער עלאבארירן איבער דאס יעניגע ארטיקל פון סאלון וואס איך האב דערמאנט
איך זאג דיר דעם אמת, איך האב דעם ארטיקל ביי מיר אויף א פידיעף....און איך ליין עס אסאך איבער
דארפאר שרייב איך אז עס איז טיף, ווייל עס שטייט דארט אזוי סך אינפא בנוגע חינוך, געזעלשאפטליכע השפעות, און א כלליות׳דיגע בליק אויף די הארבע שאלה פון פארמאכטקייט ווס. אפענקייט
ועוד חזון
דאס וואס דו שרייבסט וועגן אוה״ח הק׳ צונעמט מיר אלע שדרה ביינער
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 5:57 pm
דורך נולד מאוחר
ווער ווייסט ביאנד א ריסעניבל דאיט אז די ניק שלום דין איז טאקע דער שלום דין?
אדער איינער דרייט סתם א קאפ. למנפק''מ? אז נישט ווער איך דעברא פעלדמאן. איך וויל עם פארהאלטן פארן פאראייניגען מיט די חסידים רוצחים וואס הרגנן קונדער, מיט יוסי סעשטעטנער מיט פעילד מסייע.
שלום אפשר שרייבסטו עפעס אויף דיין ספר הפנים אדער דיין בלאג צי קאנפירמען אז די שרייבסט דא?
ענטפער מיר נישט וואס די רמב''ן חפץ חיים זאגט דער אייבשטער ווייזט נישט פאר יעדע שטינקער אז ער קען מאכן מופתים.
ווער האט געגלייבט אז ביים הונדרעט אןן צוועלעפטן פעדזש אין די וובערמאן סאמאכטע וועט נאך זיין פרישע סחורה?
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 5:59 pm
דורך בדחן
לעמאן דזשוס האט געשריבן:דאס וואס דו שרייבסט וועגן אוה״ח הק׳ צונעמט מיר אלע שדרה ביינער
וואס איז די חידוש? האסט דען געטראכט אנדערש?
און מיינסט אז הייסע מקווה שבת צופרי און קאלטע ווינטער שבת האבן זיי דען יא? אדער די גיטע געפיל נאכדעם וואס דיין קליינער טוט זיך אויף מיט איר ארטס און קרעפטס וואס זי האט געמאכט און קינדערגארטען?
אלעס פאר נישט קענענן זאגען ניין, אדער פאר נישט וועלען ארקענענן אז מען איז באגאנגענן א טעות און מאכען יו טערען.
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 6:01 pm
דורך מורינו הרב
שלום דין האט געשריבן יענעם ארטיקל צו פרי. ווען ער שרייבט עס ווען היינט, וואלט די מעשה געווען אז איינער האט אים מאלעסטעט.
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 6:05 pm
דורך לעמאן דזשוס
נולד מאוחר האט געשריבן:ווער ווייסט ביאנד א ריסעניבל דאיט אז די ניק שלום דין איז טאקע דער שלום דין?
אדער איינער דרייט סתם א קאפ. למנפק''מ? אז נישט ווער איך דעברא פעלדמאן. איך וויל עם פארהאלטן פארן פאראייניגען מיט די חסידים רוצחים וואס הרגנן קונדער, מיט יוסי סעשטעטנער מיט פעילד מסייע.
גיב א קוק, ווילאנג ק״ש האט נישט די פעים ווי טוויטער גייט מען לכאורה נישט מאכן א ׳וועריפייד אקאונט׳ אפציע
נאכדעם, פארשטיי גוט. אויב איינער קומט אריין מיטן נאמען ׳באראק אובאמא׳ און ער שפילט זיין ראלע אלס אובאמא גוט, דהיינו ער רעדט און טראכט אויף די פארגעלייגטע אישוס ווי אובאמא, דאן איז א קנאפע נפק״מ צו אובאמא איז למעשה אין האוואי מיט׳ן פ״ל אדער ער איז ווירקליך אין ק״ש
וה״ה, פיר אליינס אויס..אויב ׳שלום דין׳ דער ניק שפילט גוט זיין אקט דאן איז וויכטיג און אינטערעסאנט צו פירן מיט אים א פאלעמיק, ברגע ער וועפט אפ, וועט ער ווערן אפגעזאגט.
צום לעצט, אני הק׳ האלט פערזננליך אז עס איז יא שלום פון בושוויק
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 6:13 pm
דורך לעמאן דזשוס
בדחן האט געשריבן:לעמאן דזשוס האט געשריבן:דאס וואס דו שרייבסט וועגן אוה״ח הק׳ צונעמט מיר אלע שדרה ביינער
וואס איז די חידוש? האסט דען געטראכט אנדערש?
און מיינסט אז הייסע מקווה שבת צופרי און קאלטע ווינטער שבת האבן זיי דען יא? אדער די גיטע געפיל נאכדעם וואס דיין קליינער טוט זיך אויף מיט איר ארטס און קרעפטס וואס זי האט געמאכט און קינדערגארטען?
אלעס פאר נישט קענענן זאגען ניין, אדער פאר נישט וועלען ארקענענן אז מען איז באגאנגענן א טעות און מאכען יו טערען.
עס צוטרייסלט מיר שוין איינמאל...און כ׳אף אז די טרייסל וועט בלייבן ביי מיר
און איך ווינדער מיך אויף דיר, אז דו ווערסט נישט צושפרינגען פון שלום׳ס אויפריככיגקייט, ס׳טייטש ער קומט דא און מעלדט פאר אונזער ציבור זיינע מענטשן וועם ער האט פארלאזט און ער פרובירט נישט צו לייקענען
ער וואלט לכאורה געדארפט שפילן אז ער האקט א טאג...און ער איז לוסטיג און צופרידן...און ער איז אנעסט, ער רייצט מיר מיט זיינע אמאליגע אור החיים צייטן
איך אפלאדיר אים...איי זאל ער דערפאר צוריקקומען? דאס מוזטו רעדן מיט אים און אויסגעפונען פארוואס נישט, אפשר תאוה אפשר גרויסע תאוה, פרוביר רעדן מיט אים
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 6:16 pm
דורך [NAMELESS]
נולד מאוחר האט געשריבן:ווער ווייסט ביאנד א ריסעניבל דאיט אז די ניק שלום דין איז טאקע דער שלום דין?
אדער איינער דרייט סתם א קאפ. למנפק''מ? אז נישט ווער איך דעברא פעלדמאן. איך וויל עם פארהאלטן פארן פאראייניגען מיט די חסידים רוצחים וואס הרגנן קונדער, מיט יוסי סעשטעטנער מיט פעילד מסייע.
שלום אפשר שרייבסטו עפעס אויף דיין ספר הפנים אדער דיין בלאג צי קאנפירמען אז די שרייבסט דא?
ענטפער מיר נישט וואס די רמב''ן חפץ חיים זאגט דער אייבשטער ווייזט נישט פאר יעדע שטינקער אז ער קען מאכן מופתים.
כ'בין זיכער אז די הנהלה האט דאס זיכער געמאכט אז ס'טאקע ער. קוק
דא וואס באריסטא שרייבט:
באריסטא האט געשריבן:נעמען פון באקאנטע אידיש-רעדנדע מענטשן קענען נישט גענוצט ווערן פאר ניקס, בלויז דורך דעם מענטש אליין.
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 6:19 pm
דורך נולד מאוחר
די געשמאקע טעם פון אור החיים פרייטיג צינאכטס האט נישט קיין שייכת מיט וובערמאן.
ס'פארלאנגט זיך א פרישער אשכול 'וואס זאגט שלום דין צי אונזער לעבנס שטייגער',ווער איז אינערסירט..
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 6:21 pm
דורך געפילטע פיש
אין פראגעס און ענטפערס איבער ניקס שרייבט באריסטא אזוי, "צוליב א שאלה וואס האט זיך געשאפן ווילן מיר קלאר מאכן אז עס איז נישט אויסגעהאלטן צו מאכן א ניק אויפ'ן נאמען פון א מענטש, און האבן א בילד פון דעם מענטש אלץ אן אוואטאר. פערזאניפירן א צווייטן איז אויך נישט קיין אויסגעהאלטענע זאך."
און ממילא אויב איז די ניק אקטיוויזירט געווארן דאן איז דאס אונזער אלעמען באקאנטע ר' שלום.
איטערעסאנט אז די פאלשע לעמאן דזשוס איז דן אויב א צווייטע ניק איז טאקע דער יעניגער.
און נולד, דו ווילסט פארהאלטן שלום דין פאר אן ארטיקל וואס ער האט נישט געשריבן?
----
סארי ראשעקאל, נישט באמערקט אז דו האסט דאס שוין געשריבן צוויי תגובות צוריק.
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 6:24 pm
דורך לעמאן דזשוס
איך.
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 6:30 pm
דורך berlbalaguleh
לעמאן דזשוס האט געשריבן:רעדנדיג פון שלום דין, געדענק איך ליינען אמאל א הערליכע ארטיקל אין איינע פון די מאגאזינען אולי 'סאלאן' ווי ער שרייבט זיין יוגנט, און ווי זיין ירידה האט זיך אנגעהויבן בלויז פון א סטיריא פלעיער, הערענדיג די טריפה'נע ראדיאו.
ער ברענגט ארויס וואספארא שטארקע השפעה דער טאלק שוי האוסט האט אויף אים געהאט, קומענדיג פון אזא שטארק פארמאכטע געזעלשאפט, זייענדיג פארשלאסן פון סיי וואספארא דרויסענדע אנשויאונגען איז ער געכאפט געווארן אין א שרעקליכע סורפרייז פון די וועלט וואס האט זיך אזוי ברייט אנטפלעקט.
כדאי צו ליינען... ס'זייער טיף און ווייטאגליך.
לעמאן דזשוס: שקויעך פאר ברענגען דעם ארטיקל וואו שלום דיען איז "מגלה טפח". איך האב דעם ארטיקל נישט געליינט. נאר איך האב געליינט א סאך איבער זיין בעקגראונד. זיין טאטע איז געווען א בעל תשובה. דארט הייבט זיך עס אן. ווי ער אליין שרייבט, האט ער זיך אייביג געפילט ווי אן אוטסיידער. און ס'איז נישט געווען ווער ס'זאל מיט איהם לערנען אינדערהיים און מחזק זיין וואס ר'האט געלגעאנט אין ישיבה. ווען ר'האט חתונה געהאט איז עס געווען אין א משפחה וואו מ'האט נישט איינגעזען וויאזוי מ'דארף האנדלען מיט אזא יונגערמאן. נאר מ'איז געגאנגען בלינד אלעס "וואס די רעבע זאגט". ווי ער אליין פארציילט ר'האט מיט געהאלטן אלעס, אבער נישט מתוך הבנה נאר "כמעשה קוף בעלמא".ר'האט נישט געשפירט קיין טעם אין אידישקייט. האט ער געזאגט "וויפיל איז די שיעור"? אבער ר'איז ארוועקגעגאנגען אן שנאה. נישט אזוי ווי די שרוצה ד.פ.
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 6:32 pm
דורך בדחן
לעמאן דזשוס האט געשריבן:עס צוטרייסלט מיר שוין איינמאל...און כ׳אף אז די טרייסל וועט בלייבן ביי מיר, און איך ווינדער מיך אויף דיר, אז דו ווערסט נישט צושפרינגען פון שלום׳ס אויפריככיגקייט, ס׳טייטש ער קומט דא און מעלדט פאר אונזער ציבור זיינע מענטשן וועם ער האט פארלאזט און ער פרובירט נישט צו לייקענען
ער וואלט לכאורה געדארפט שפילן אז ער האקט א טאג...און ער איז לוסטיג און צופרידן...און ער איז אנעסט, ער רייצט מיר מיט זיינע אמאליגע אור החיים צייטן איך אפלאדיר אים...איי זאל ער דערפאר צוריקקומען? דאס מוזטו רעדן מיט אים און אויסגעפונען פארוואס נישט, אפשר תאוה אפשר גרויסע תאוה, פרוביר רעדן מיט אים
איך וועל דיר עס פראבירען צו פארשטיין געבן לויט ווי אזוי איך פארשטיי עס,
קענסט די נאמען מעדאף? אדער די קענסט דער מערדער וואס עס איז זיך געקימען מודה זיין אז ער האט גע׳הרגט איתן פץ?
וואס איז די הצד השווה צווישען די צוויי? ביידע האבן זיך אליינס ארויס געגעבען אז זיי האבן געטיען די פארברעכן, די סיבה דערפאר איז, וויבאלד מענטשן וואס לעבן א דאבעל לייף אדער זיי לעבן מיט א שטארקע סוד, קען זיי טיילמאל נמעס ווערן דערפון און זיי באקימען א שטארקע אינערליכע דראנג פטור צו ווערען פון די שווערע לאסט וואס זיי שלעפען שוין יארען, זיי זענענן עס גרייט צו טיען פאר יעדע פרייז, אפילו זיי ווייסען אז עס גייט זיי קאסטן זייער פרייהייט.
די זעלבע איז דא אויך, מיר אלע ווייסען אז מיט אלע שווערע.ייטען צו זיין א איד, מיט אלע נסיונות, מיט אלע דרוכפעלער, איז עס נאך אלץ ווערט און עס איז אלץ בעסער ווי עס אינגאנצן איבערלאזן, זיי די וואס האבן עס איבערגעלאזט ווייסען עס אויך, זיי לעבן מיט די מציאות טאג טעגליך, זיי פראבירען עס אבער צו באהאלטען פאר פארשטענדליכע סיבות, סאם האו יעצט פאר איינעם געכאפט די דראנג אז זאל זיך ארויסגעבן אינערליך און זאגעם דעם אמת, עס איז העכסט נערמאל.
פארוואס זיי קימען נישט צוריק קען זיין אסאך סיבות, מעגליך אז עס די פחד אז ער וועט זיך נישט קענענן צירוק איינגלידערען אין אונזער געזעלשאפט, מעגליך טראכט ער אז לאמיר נאך הוצקענענן מען וועט צוריק קימען שפעטער, און מעגליך אז עס איז די זעלבע שוואכקייט וואס האט אים ארויס געטראגען פון אנפאנג, ער האט נישט די קוראזש צו זאגען יא אדער ניין און מאכטען פעסטע החלטות און זיך האלטען דערצו.
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 6:38 pm
דורך נולד מאוחר
געפילטע פיש האט געשריבן:אין פראגעס און ענטפערס איבער ניקס שרייבט באריסטא אזוי, "צוליב א שאלה וואס האט זיך געשאפן ווילן מיר קלאר מאכן אז עס איז נישט אויסגעהאלטן צו מאכן א ניק אויפ'ן נאמען פון א מענטש, און האבן א בילד פון דעם מענטש אלץ אן אוואטאר. פערזאניפירן א צווייטן איז אויך נישט קיין אויסגעהאלטענע זאך."
און ממילא אויב איז די ניק אקטיוויזירט געווארן דאן איז דאס אונזער אלעמען באקאנטע ר' שלום.
איטערעסאנט אז די פאלשע לעמאן דזשוס איז דן אויב א צווייטע ניק איז טאקע דער יעניגער.
און נולד, דו ווילסט פארהאלטן שלום דין פאר אן ארטיקל וואס ער האט נישט געשריבן?
גערעכט ער איז נאר געווען די מאדערעטאר.
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 6:43 pm
דורך לעמאן דזשוס
געפילטע פיש זאגסט א וואלידע פונקט
אויף מיין לייסענס שטייט נישט לעמאן דזשוס, און איך בין גרייט צו טוישן מיין ניק אויף ׳מיץ לימון׳ אויב די מנהלים ווילן
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 6:44 pm
דורך berlbalaguleh
שלום דין האט געשריבן:אויס מענטש האט געשריבן:שלוםק'ע אז די שרייבסט שוין יא
אפשר טוסטו אונז די טובה אין שרייב איבער די ארטיקל דא אין שטיבל יישר כח
דו בעטסט עס אויף ערנסט? דער עולם דא לייענט נישט קיין ענגליש?
ס'איז דא זייער א גרינגער און אמת'דיגער וועג צו וויסן אויב ס'איז דער עכטער שלום דיען, כפי המדבר אליכם. מ'קען איהם אנפרעגן אויף זיין אייגענעם בלאג אויב ער איז טאקע געווען אויף קאווע שטיבל.
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 6:47 pm
דורך שלום דין
נולד מאוחר האט געשריבן:שלום אפשר שרייבסטו עפעס אויף דיין ספר הפנים אדער דיין בלאג צי קאנפירמען אז די שרייבסט דא?
כ'האב נישט קיין חשק סתם צו שרייבן, אבער אז דו שיקסט מיר דארט א מעסעדש ענטפער איך גערן.
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 6:55 pm
דורך געפילטע פיש
לעמאן דזשוס האט געשריבן:געפילטע פיש זאגסט א וואלידע פונקט
אויף מיין לייסענס שטייט נישט לעמאן דזשוס, און איך בין גרייט צו טוישן מיין ניק אויף ׳מיץ לימון׳ אויב די מנהלים ווילן
אויף מיין לייסענס שטייט אויך נישט געפילטע פיש, און ס'גייט מיר גאנץ קנאפ אן ווי אזוי דו רופסט זיך, נאך דערצו וואס לעמאן דזשאס איז נישט נאר א נאמען, נאר א משקה אויך, ס'מיר נאר געפאלן אז דו ביסט דן אין א צווייטענס אידענטיטעט. בלייב מיט דיין נאמען, ביזט נישט אזוי שלעכט, מ'לייגט נאר צו אביסל וואסער און צוקער און דו ביסט נישט אוועקצומאכן.
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 7:08 pm
דורך sefish
קאווע טרינקער האט געשריבן:שלום, דו שרייבטס נאך אין אידיש?