בלאט 1 פון 1

מנהגים אויף כרפס

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 4:14 pm
דורך קרעמער1
אין ראפשיץ איז באקאנט אז מען האט גענוצט "קארטאפל" כאטש א גאנץ יאר האט מען געמאכט דערויף א שהכל. טייל זאגן אז עס איז געווען בצירוף מיט פעטרישקע.

אין סיגוט האט מען גענוצט "רעטעך".

רש"א מרגליות שרייבט אז כרפס מיינט אויף אראביש פעטרישקע. און באמת אין אסאך אלטע הגדות שטייט ביי כרפס אז מען נעמט "פעטרישקע" אדער "פעטערזייל". (ס'איז אפי' דא א מעשה פון א ע"ה וואס האט געזאגט אז מען נעמט דעם "פעטער" און מען טונקט אים איין אין זאלץ וואסער, ווייל וועלנדיג שפארן טינט האט דער מדפיס געשריבן פעטער' מיט א שטרעכעלע ווי דער סדר איז דאן געווען).

דער חת"ס ברענגט פון זיין רבין ר' נתן אדלער אז ער האט געזאגט אז כרפס מיינט מען "סעלערי". (ווי אזוי זאגט מען דאס אין יודיש?).

איך ווייס פון א חשובע משפחה וואו מען נוצט אויך "מייערן" פאר כרפס פאר די (קינדער און ווייבער) וואס גלייכן נישט קיין רעטעך.

Re: מנהגים אויף כרפס

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 4:17 pm
דורך שמואל הלוי
ס'איז אויך באקאנט די מעשה, ביי איינע פון די בעלזע צדיקים (דאכט זיך ר' ישכר דוב) אז א איד האט געוואלט ברענגען צום רבי'ן אוגערקע (פיקל) פאר כרפס וואס איז געוואקסן אין זיין פעלד, אבער דער בעלזער צדיק האט עס געהייסן באזייטיגן און נישט נוצן, שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט אז די דינסט האט יעדן טאג באשפריצט די אוגערקעס מיט ביר אז ס'זאל שענער וואקסן.

Re: מנהגים אויף כרפס

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 4:25 pm
דורך דולה ומשקה
געהערט פון א אינטרעסאנטע מנהג, אז בשעת'ן עסן דעם קראמפיר האט מען זיך אנגעלעהנט דרך חירות, משא"כ ביים זאלץ וואסער נישט וויבאלד דאס איז מרמז אויף טרערען.

Re: מנהגים אויף כרפס

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 4:32 pm
דורך קרעמער1
שמואל הלוי האט געשריבן:ס'איז אויך באקאנט די מעשה, ביי איינע פון די בעלזע צדיקים (דאכט זיך ר' ישכר דוב) אז א איד האט געוואלט ברענגען צום רבי'ן אוגערקע (פיקל) פאר כרפס וואס איז געוואקסן אין זיין פעלד, אבער דער בעלזער צדיק האט עס געהייסן באזייטיגן און נישט נוצן, שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט אז די דינסט האט יעדן טאג באשפריצט די אוגערקעס מיט ביר אז ס'זאל שענער וואקסן.


לויט ווי איך געדענק האט ער עס פארברענט אין חמץ זאגנדיג אז דער טאטע האט עס נישט גענוצט וויל ער עס אויך נישט נוצן.

רבי אהרלע האט אויף דעם געזאגט אז דאס איז רבישע מעשה און מ'קען פון דעם נישט נעמען קיין הוראות.

Re: מנהגים אויף כרפס

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 11:27 am
דורך דולה ומשקה
"...און מען האט אינזין צו פטר'ן די מרור".

דאס מיינט, אז מ'זאל נישט מוזען מאכען נאכאמאל א "בורא פרי האדמה" ביפאר מ'עסט די מרור. נאר דער 'האדמה' אויף דער כרפס גייט אויך ארויף אויף דגי מרור. ווייל דער נאך וועט נולד דעם פראבלעם זאל מען קודם מאכען "על אכילת מרור" אדער "האדמה".

מען מאכט אויך נישט קיין נאך ברכה "בורא נפשות" אפילו ער האט יא געגעסן א כזית, ווייל די מרור ווערט גע'פטר'ט מיט די בורא פרי האדמה וואס מ'האט געמאכט אויף די כרפס, וועגן דעם ווערן אויך די ירקות גע'פטר'ט מיט די ברכה אחרונה וואס מ'מאכט אויפן מרור, וואס דאס איז "ברכת המזון". אזוי ווי די הלכה איז ביי פירות וואס ווערען געגעסן אינמיטן די סעודה אז זיי ווערען גע'פטר'ט מיט ברכת המזון.

Re: מנהגים אויף כרפס

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 11:31 am
דורך שמואל הלוי
בהשקפה ראשונה פארן מעיין זיין אין די ספרים איז מיר שווער אביסל, פארוואזשע ברויך מען בכלל פטר'ן די מרור? עפ"י הלכה טאר מען דאך נישט מאכן קיין ברכה אויף ציפעדיגע מרור, פונקט ווי מען מאכט נישט אויף שמן זית (פלעין אן אניגרון) און אויף שאר דברים המרים כלענה.

בדרך אפשר קען זיין ווייל מען נעמט דאך שאלאטן אויך פאר מרור, און דאס איז דאך יא א פרי האדמה לכל הדיעות היות ס'איז געהעריג ראוי לאכילה, ממילא שטימט שוין געוואלדיג.

Re: מנהגים אויף כרפס

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 4:58 pm
דורך [NAMELESS]
איך נוץ פעטרישקע און איך בין מוחה אויף אלע אנדערע וואס פירן זיך מיט אנדערע מנהגים
בדרך אגב דער בית ישראל פון גור, האט ליב געהאט אזוינע אינטערסאנטע מאדנע שטיק (אין די גורער קאוד שפראך רופט מען עס מאיזה סיבה שהוא "שארף") האט גענוצט אמאל באנאנע און אמאל פיין-עפל. נו שמעקט אייך א פיין געזאלצן ברוין באנאנע אויף א ליידיגן מאגן?

Re: מנהגים אויף כרפס

נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 6:38 pm
דורך קרעמער1
קופערניקוס האט געשריבן:דער בית ישראל פון גורהאט גענוצט אמאל באנאנע און אמאל פיין-עפל.

זייער אינטרעסאנט.

איך וואלט הנאה געהאט ווען איר צייכנט אן א מקור דערויף.

Re: מנהגים אויף כרפס

נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 6:47 pm
דורך שמואל הלוי
שמואל הלוי האט געשריבן:ס'איז אויך באקאנט די מעשה, ביי איינע פון די בעלזע צדיקים (דאכט זיך ר' ישכר דוב) אז א איד האט געוואלט ברענגען צום רבי'ן אוגערקע (פיקל) פאר כרפס וואס איז געוואקסן אין זיין פעלד, אבער דער בעלזער צדיק האט עס געהייסן באזייטיגן און נישט נוצן, שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט אז די דינסט האט יעדן טאג באשפריצט די אוגערקעס מיט ביר אז ס'זאל שענער וואקסן.

די מלאכים עסן אבער יא פיקל (אוגערקע) פאר כרפס, ווייל אזוי האט די מלאך געטון.

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 4:09 pm
דורך דולה ומשקה
יאנקל האט געשריבן:דולה,
וואס איז דאס ״קראמפיר״?


וואס איז דאס א קראמפיר?
איז דער א אונגארישע אז ער ווייסט נישט אז א קראמפיר איז א ערד-עפל, תפוח-אדמה, אדער פאטעיטא בלע"ז

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 4:13 pm
דורך ברסלבער
קרעמער1 האט געשריבן:ס'איז אפי' דא א מעשה פון א ע"ה וואס האט געזאגט אז מען נעמט דעם "פעטער" און מען טונקט אים איין אין זאלץ וואסער, ווייל וועלנדיג שפארן טינט האט דער מדפיס געשריבן פעטער' מיט א שטרעכעלע ווי דער סדר איז דאן געווען)

מענין לבנין, האט מיר איינער געזאגט אז ער האט געזעהן אן אלטע הגדה, וואס ביי מרור זו, שטייט א בילד ווי דער מאן ווייזט מיט די פינגער אויף די ווייב...
איינער האט שוין געהערט פון אזא זאך?

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 4:41 pm
דורך ודי למבין
אין איינע פון די רבישע הויפן, פלעגט מיין ביי ארורה זרש זיך ווייזן איינער אויף צוייטן

הגדה של פסח פראג רפ"ז

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 6:15 pm
דורך ודי למבין

    נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 6:17 pm
    דורך ודי למבין
    אפשר קען עס איינער מאכן קלארער
    דא שטייט יש מנהג בעולם שהאיש מורה על האשה (ווען מען זאגט מרור זה)משום שנאמר אשה רעה רע ממות

    נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 6:29 pm
    דורך שמעקעדיג
    דאס איז נאר געווען פארצייטענס בעפאר די גוי'אישע סארט טעראפיסטן האבן זיך אריינגעשטעקט די נאז מיט זייערע אויפגעקלערטע מיינונגען און חרוב געמאכט כלל ישראל,
    אנו אין לנו אלא דברי עמרם, מיר טוען נישט אפנויגן פון די מסורה קיין כי-הוא-זה, און מיר וועלן ווייטער ווייזן אויף די נשים צדקניות, טראץ זיך פלאגן אריינצוברענגען דעם פסח אין שטוב, אז זיי זענען די עקזעמפל פון מרור!
    און נאר אין דעם זכות וואס מיר וועלן זיך האלטן געטריי און נישט משנה זיין, וועלן מיר זוכה זיין צו די גאולה שלימה, ווי עס שטייט בזכות נשים צדקניות (שנקראו מרור) נגאלו וכו'.

    נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 7:35 pm
    דורך ודי למבין
    אז מ'רעדט שוין פון די הגדה, איז דא בייגעלייגט נאך א בלאט פון די הגדה וואו מ'זעט צווי אינטערסאנטע זאכו:
    1) ורחץ: מ'וואשט זיך די הענט און מ'מאכט יא א ברכה על נטילת ידים ווייל...
    2) אונטוהן איז דא א בילד וואו א צייד לויפט נאך א האז (ארנבת), דאס איז געווען א שטיקל ליצנות פונם מאלער, ווייל יקנה"ז הערט זיך אזוי ווי יאגד דעם האז אויפן פארצייטישע יודישע דויטש, האט ער ביי די פלאץ פון יקנה"ז געלייגט א בילד פון 'יאגד דעם האז'.