מ'מעג אמאל מסכים זיין צו א צווייטן!
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 12:36 am
איך בין נייע דא מיטען שרייבען, אבער נישט אזוי נייע ווייל איך דריי מיר שוין זייער לאנג דא און איך האב באמערקט א אינטערסאנטע נקודה,
ע״פ רוב וועלן שרייבער פייטען עד הסוף פאר זייער מיינוג און זיי וועלן פראבירען משכנע זיין אנדערע אז די אמת איז מיט זיי און נישט נאכגעבן צו פראבירען צו פארשטיין די צד השני אדער ארקענענן אז יענער האט אויך א פוינט,
איך וועל זיך בעסער מסביר זיין, כלל ישראל איז היינט ליידער צושטיקלט אויף זייער אסאך שטיקער, אנגעהויבן מיט חסידות און גענדיגט מיט יסודות הדת, די אויבן אן פארנעמט די חילוק צווישן די ליטווישע און חסידישע, ביי די ליטווישע אליין איז דא עטליכע פראקציעס, ביי די חסידישע איז דא די הויפט חילוק צווישן די וואס נעמען א חלק און מדינה און די וואס זענענן דערקעגן, דערנאך גייט עס ווייטער אז די וואס זענענן קעגן די מדינה זענענן אויך צושטיקלט אויף עטליכע פראקציעס און אויף דעם האט מען דא געגרינדעד א צימעס אפטיילנוג ווי דארט איז מען אלעס מבאר הדק היטב דקה מן הדקה, דערנאך קימט די גרעסטע ווייטאגליכסטע טיילנוג אז עס איז דא נושרים פון צווישען אונז - אמת אז מיר גלייבען אז כלל ישראל יש להם חלק לעולם הבא און סוכ״ס וועט יעדער צוריק קימען און דינעם דעם באשעפער מיט משיח צדקינו אינאיינעם - אבער לע״ע איז עס א שטארקע טיילנוג ווייל מען האט נישט די זעלבע דיעות, נישט די זעלבע מהלך המחשבה, און נישט די זעלבע שאיפות און נישט די זעלבע ציל, וואס פאר איינעם איז גוט איז פארן צווייטען שלעכט,
עס האט אזוי אזוי אויסגעשטעלט אז דא דעבאטירט מען זייער אסאך איבער די נושא דירעקט און אומדירעקט, איך האב נאך נישט געטראפן קיין אשכול וואס זאל זיך ענדיגען בערך כהאי לישנא: ״איך הער דיין מיינוג איך רעספעקטיר עס אבער איך האלט אנדערש״ אייביג וועלן ביידע זייטען פראבירען צו גיין עד הסוף מיט איין נישט אדער עטליכע ניקים און מהפך זיין בסברות זיך מסביר צו זיין און יענעם מסביר צו זיין די שטעלנוג, די וועבערמאן אשכול איז א גיטע עקזעמפעל דערויף, בו בזמן וואס תוכן׳דיג תגובות אינאיינעם מיט נייעס דערויף פילט עס נישט אן מער ווי א מאקסימום 30 בלעטער דאך האט די אשכול 115 בלעטער,
פארוואס איז עס אזוי? און ריעל לייף איז מען בדרך כלל נישט אזוי, ( עכ״פ דארט ווי איך דריי מיר ) מען איז אסאך מער נאכגעבענוג איינער פאר צווייטען און מען וועט ענדערש ענדיגן א שמיעס מיטען זאגען אז מיר פארשטייען אז מיר פארשטייען זיך נישט, דא אין שטיבעל וועט זיך זיך עס כמעט קיינמאל נישט אזוי ענדיגען, מעגליך אז די סיבה איז וויבאלד דארט ווי איך דריי מיר גייט יעדער ע״פ רוב מיט איין דעה די דיפרענצען זענענן נישט אזוי גרויס, משא״כ דא טרעפט מען זיך פון צוויי אנדערע עקסטרעמע מהלך החיים, און מעגליך אפשר אז די נושרים שפירען די זעלבע זאך און וומסב״ג אז קיינער וויל זיי נישט פארשטיין און אויסהערן ( איך אויך נישט ) און דא איז עס מער בולט ווייל ביידע האבן א אייגענע מיינוג?!
---
איך האב געוואלט שרייבען איבער די נושא, אבער איך קען נישט אויסטרעפן א פאסיגע נאמען פארן אשכול. אויב די אשכול וועט ציען אייער אינטערעסע, קענט איר פארשלאגען א נאמען. און איך אדער די מנהלים וועלן עס פארעכטען,