בלאט 1 פון 2

צום וויינען מיט קאכעדיגע טרערן (שמואלי דאווידאוויטש ע"ה)

נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 1:33 pm
דורך קרעקער
http://www.youtube.com/watch?feature=pl ... 405WSMzvwk

סארי פארען עפענען א נייע אשכול אבען סהאטמער געריסען שטיקער
ווער סאיז דארט געווען האט געוויינט
לאמיר האפען אז דער יונגעל וועט האבן א רפואה שלימה
איך וויין נאך ווען כדערמאן זיך ווי דער בחורל היל ע"ה האט פאראיאר געזינגען און איז נעבעך קורצ דערנאך אוועק
אוי בעשעפער

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 4:54 am
דורך טעפל
קרעקער האט געשריבן:http://www.youtube.com/watch?feature=player_embedded&v=j405WSMzvwk

סארי פארען עפענען א נייע אשכול אבען סהאטמער געריסען שטיקער
ווער סאיז דארט געווען האט געוויינט
לאמיר האפען אז דער יונגעל וועט האבן א רפואה שלימה
איך וויין נאך ווען כדערמאן זיך ווי דער בחורל היל ע"ה האט פאראיאר געזינגען און איז נעבעך קורצ דערנאך אוועק
אוי בעשעפער

איז ברענג א נאמען אידען זאלן מתפלל זיין לרפו"ש בתוך שאר חולי ישראל.

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 5:40 pm
דורך קרעקער

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 9:57 pm
דורך קרעקער
בד"ה
ליידער נפטר געווארן
אוי שמילי איך וויין

קיק אויפן געזיכט פונעם קינד אינמיטן די ניגון
http://www.youtube.com/watch?v=QR8vSCp89Jc

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 10:14 pm
דורך DotCom
אוי הייליגער באשעפער וויפיל איז די גבול?????????? בד"ה

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 10:27 pm
דורך נולד מאוחר
סטוט וויי.
סמיז זיין איינער האט געלעכרט די גלעזעל .

שמואל דאוועדאוויטש

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:08 pm
דורך פרישער
א גיטן איך קען אפשר רעדן מיט ר' שמואל, יא איין מיניט ער איז שטארק פארנימען ער ענדיגט פארלענען זיין טעיגליכע שיעור ווי עס קומען זיך צינעזאם א גרויסער ציבור, און זענען זיך מחיה מיט זיין טעיגליכע שיעור, אזוי וואלט וועין געדארפט זיין דערווייל, עכשיו שלא זכינו נהפך לאבל מחולינו, מיר ברויכען גיין מלווה זיין דאס קינד צו זיין אייביגע רו, שמילי איז נפטר געווארן, זיין בליענדיגע לעיבן איז געקומען צו א פליצלינגע אפהאלט, זיין לעיבן שטעלט זיך אפ פאר אייביג ביי צוועלעף, מיר וועלן נישט זוכה זיין צו זעין שמילי ביי זיין בר מצוה, מיר קענען נישט זיין ביי זיין חתונה, מיר וועלן אים נישט געיבען קיין הארציגען מזל טוב ביי זיין ערשט געבוירן קינד, אלעס איז כאבק פורח וחחלום יעוף, ווי קענען מיר דאס אויסהאלטען, מי יתן ראשי מים ועיני מקור דמעה ואבכה יומם ולילה את חללי בת עמי מיר קענען גארנישט זאגען מיר זענען ווערטערלאז מיר קענען בלויז וויינען אויפן ביטערען גורל אזוי ווי דער נביא זאגט און איכה על אלה אני בוכיה עיני עיני ירדה מים כי רחק ממני מנחם משיב נפשי היו בני שוממים כי גבר אויב (איכה א', טז') מיר האבען נישט קיין ווערטער צו דו טרערלעך.

וויי איז מיר אז איך מיז קלאגען אויף א קינד, נישט סתם א קינד, א קינד וואס איז צו מיר אנגעקימען אזוי פליצלינג ווי ער איז אוועק פון מיר, שמילי טייערע, דיך האב איך נאר איינמאל געזעין, אבער דו ביסט מיר אריין און דו ביינער, אלעס און מיר האסטו בארירט מיט איין איינציגע מאל וואס מיר האבען זיך געזעין, האב איך אין דיר געזעין א קינד פון עלף יאר, אבער איך האב געזעין א גדול בחכמה, איך האב אין דיר געזעין אן ערוואסען פערזאן, איינער וואס האט געהאט א שטארקען לעיבנס ליסט, ווי קען איך פארגעסן ווען דו האסט ארים געשמיסט מיט אינז און דו צעפ גרופע, זיך געבעיטן מיר זאלען פאר דיר מתפלל זיין, ווי קען איך פארגעסן דו הארצעלעך וואס דו האסט ארויסגעשיקט איידער דו ביזט אריין צו א אפעראציא, עס רייסט ביים הארצען ווי אזוי קען זיין אז שערי דמעות איז געוועין ננעלו, ווען דער חולה האט אליין אזוי הארציג מתפלל געוועין רפאינו השם ונירפא, אז אם אבן הוא נמוח, האסט נעבעך דיין וואונש צו ווערן בר מצוה נישט זוכה געוועין צו ערפילן,

נאר וואס דען אזוי איז געוועין דו רצון השם, מיר וועלן נישט חס ושלום מתרעם זיין על מידתיו, וויפיל מאל האבען מיר געהערט פון דיר מצדיק זיין דעים דין, מקבל זיין אלע יסורים וואס זענען געקומען אויף דיר באהבה און מיט שמחה, נישט זיך אפגערעדט חלילה, שמילי דו האסט עומד געוועין בניסיון, ביזט זכאי, מיר וועלן זיך אויך פראבירן מחזק זיין, מיר פארשטייען נישט דעים אייבישטענס דרכים, מיר ווייסען אז אלעס איז בלויז ציליב אינזערע חטאים עוונות ופשעים, שחטאנו ושעווינו ושפשענו לפניך השם, מיר טיען אלע תשובה מיר האבען אויף אלעמען חרטה און עס זאל זיין פאר א זכות פאר נשמת שמואל בן משה ראוובן.

אגב וויל איך דא זאגען אז איך האב זיך באקענט מיט א טייערע נשמה מיט הרב משה ראוובן, ער האט קיין מאל נישט פארלוירן זיין אמונה, ער האט אזוי געהאפט אז עס וועט אויף עפעס א וועיג זיך אויס דרייען לטוב, אבער נצחו ערעלים עס איז אנדערש געוועין רצון השם, אבער וואס מיר האבען כסדר געזעין איז א טאטע מאמע, וואס האבען אזויפיל מיט געמאכט, און נישט איבער געלאזט שמילי קיין הרף עין, אלע מאל גענישטערט צו מאכען דעיס קינד באקוועים, לינדערען זיינע שמערצן בכל אופן.

זאל דער בורא עולם געיבן כוחות פאר דיר משה ראוובן און דיין ווייב תחי' און דו גאנצע משפחה, אז זיי זאלען געפינען שטארקייט און דעים ביטערען מאמענט, און קענען ווייטער אנגיין מיט זייער לעיבן, און קענען געפינען א טרייסט אויף עפעס א וועיג, און עס זאל שוין מקיום ווערן דער פסוק אין ישעיהו פרק כה בלע המות לנצח, ומחה השם אלקים דמעה מעל כל פנים, וחרפת עמו, יסיר מעל כל הארץ, כי השם דבר, ואמר ביום ההוא, הנה אלקינו זה קוינו לו וישיענו, זה השם קוינו לו נגילה ונשמחה בישעתו: יהא זכרו ברוך

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:47 am
דורך טעפל
בד"ה ומחה ד' דמעה מעל כל פנים ונאמר אמן.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 10:47 am
דורך סאשי פיש
בערי וועבער ביים משמח זיין די קינד ע״ה
אוי עס רייסט די הארץ
אויב איך מאך נישט קיין טעות איז די בילד ביי מקימי אין בארא פארק

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 1:26 pm
דורך [NAMELESS]
אוי די הארץ בליטיגט

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:39 pm
דורך סאשי פיש
ווישניצער רבי (ר״י) ביי די לוויה

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:41 pm
דורך סאשי פיש
ווישניצער רבי (ר״מ) ביים לוויה

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 3:01 pm
דורך סאשי פיש
א בילד פונעם קינד ע״ה

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 3:57 pm
דורך קאווע טרינקער
קרעקער האט געשריבן:http://www.youtube.com/watch?v=AZnwmKUKmRc&feature=youtu.be

תחזיק חזק עלה קטן שלי
כי לא תמיד הכל בחוץ בהיר
ורוח סער וסופה קרה
תזכור ותתחזק אני איתך!
תחזיק חזק עלה קטן שלי.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 4:57 pm
דורך הוגה
טרערן פליסן פון מיינע אויגן (ס'ערשטע מאל וואס איך זעה די קליפס). טאטע און זון זענען מלא תקוה, אזא זיסע refined יונגעל. זעהט אויס אזוי mature. פארוואס? פארוואס? פארוואס?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 7:15 pm
דורך סאשי פיש
פארוואס נישט?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 7:19 pm
דורך סאשי פיש
די לוויה
פארען באגראבען

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 6:56 pm
דורך קאווע טרינקער
דער צדיק הדור זינגט מיט דעם קינד
http://www.kikarhashabat.co.il/video.ph ... 568-146256

נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:16 am
דורך זר זהב
קאווע טרינקער האט געשריבן:דער צדיק הדור זינגט מיט דעם קינד
http://www.kikarhashabat.co.il/video.ph ... 568-146256

צדיק הדורות כצ״ל

נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 7:26 pm
דורך סאשי פיש
אברהם פריד איז מנחם אבל

נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 8:33 pm
דורך פרישער
ווי זיצט מען שבעה עימצער ווייסט?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 3:02 am
דורך טעפל
סאשי פיש האט געשריבן:אברהם פריד איז מנחם אבל

ס'זעהט אויס ווי ער וואטש א קליפ פון שמילי ע"ה..

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:25 pm
דורך סאשי פיש
אבובע רבי ביים מנחם אבל זיין