בלאט 1 פון 1
5 קינדער און 1 ערוואקסענער פארברענט צום טויט רח"ל אין רחובות
נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 5:07 pm
דורך יידל
Re: 5 קינדער און 1 ערוואקסענער פארברענט צום טויט רח"ל אין רח
נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 5:09 pm
דורך שמואל הלוי
אוי וויי! א שרעק וואס מען הערט אלץ...
לסדר "היא העולה על מוקדה על המזבח".
Re: 5 קינדער און 1 ערוואקסענער פארברענט צום טויט רח"ל אין רח
נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 5:17 pm
דורך פארווע
בד"ה. געקומען טרערן ביים ליינען די באריכט אינעם לינק.
זאל מען הערן נאר גוטע בשורות.
Re: 5 קינדער און 1 ערוואקסענער פארברענט צום טויט רח"ל אין רח
נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 5:26 pm
דורך אבי גערעדט
ווי איך פארשטיי רעדט מען פון א פרומע שטוב, ווייסט איינער מער דעטאלן?
Re: 5 קינדער און 1 ערוואקסענער פארברענט צום טויט רח"ל אין רח
נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 5:52 pm
דורך קול גדול
ר''ל, וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.
Re: 5 קינדער און 1 ערוואקסענער פארברענט צום טויט רח"ל אין רח
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 9:44 am
דורך [NAMELESS]
שוידערליך שוידערליך. אין מילים.
רעפארטס זאגן יעצט אז ס'איז א תימנע חרדישע משפחה. ווי סקוקט אויס פון די רעפארטס זענען "אלע" קינדער פון די משפחה אומגעקומען ר"ל.
Re: 5 קינדער און 1 ערוואקסענער פארברענט צום טויט רח"ל אין רח
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 11:53 am
דורך הרב_שלום
ביים צווייטען וועלט קריג האט דאס ליידער פאסירט אין די מאסען, אפשר זאל מען שוין אנהייבען זאגען תשעה באב די קינות וואס כ"ק אדמו"ר מבאבוב האט מחבר געווען
Re: 5 קינדער און 1 ערוואקסענער פארברענט צום טויט רח"ל אין רח
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 5:26 pm
דורך געפילטע פיש
הרב_שלום האט געשריבן:ביים צווייטען וועלט קריג האט דאס ליידער פאסירט אין די מאסען, אפשר זאל מען שוין אנהייבען זאגען תשעה באב די קינות וואס כ"ק אדמו"ר מבאבוב האט מחבר געווען
וואט עקסעקטלי איז יור פראבלעם? 6 נפשות זענען פריצייטיג אומגעקומען, ס'נישט פאני עס אוועקצומאכן, ס'גייט דיר נישט אן וועגן ס'געשען מיט תימן'ע און נישט מיט "היימישע" צו פראוואסערע סיבה ס'זאל זיין, קליק בעק און גיי צום נעקסטן אשכול, אבער מ'רעדט נישט אזוי פאר מי שמתו מוטל לפניו. אמעסארי.
Re: 5 קינדער און 1 ערוואקסענער פארברענט צום טויט רח"ל אין רח
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 7:13 pm
דורך קול גדול
לויט הרב ישראל מאיר לאו, דער רב הראשי פון תל אביב איז עס גאר געווען א חסד, ווייל מיט דעם איז נתבטל געווארן גזירות קשות:
http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4208852,00.html
Re: 5 קינדער און 1 ערוואקסענער פארברענט צום טויט רח"ל אין רח
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 7:42 pm
דורך לאדיך אפ
Re: 5 קינדער און 1 ערוואקסענער פארברענט צום טויט רח"ל אין רח
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 7:49 pm
דורך שמואל הלוי
ואס דארף ער צוקומען צו ביטול גזירות קשות, ער קען דאך זאגן סאך גראדער "מאתו לא תצא הרעות"...
Re: 5 קינדער און 1 ערוואקסענער פארברענט צום טויט רח"ל אין רח
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 10:16 pm
דורך זר זהב
דוצי גאלטשטיין וועלכער האט פארלוירן זיין פרוי און קינדער אין טרעין עקסידענט שרייבט א חיזוק בריוו צו די מאמע
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=39505
Re: 5 קינדער און 1 ערוואקסענער פארברענט צום טויט רח"ל אין רח
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 10:14 am
דורך שמואל שלום שלמה
אוי וויי הייליגער טאטע אין הימל! ווי קען אפילו א פרעמדער מענטש דאס אויסהאלטען? ס'רייסט דאס הארץ!
Re: 5 קינדער און 1 ערוואקסענער פארברענט צום טויט רח"ל אין רח
נשלח: מיטוואך אפריל 04, 2012 10:36 am
דורך שמואל שלום שלמה
גאסן שילד אין א"י אנאסירט על מה יצא הקצף. אוי ווי וואר.

Re: 5 קינדער און 1 ערוואקסענער פארברענט צום טויט רח"ל אין רח
נשלח: מיטוואך אפריל 04, 2012 5:17 pm
דורך געפילטע פיש
שמואל שלום שלמה האט געשריבן:גאסן שילד אין א"י אנאסירט על מה יצא הקצף. אוי ווי וואר.
אז זיי רעדן שוין מיט גאט בעט זיי זאלן א פרעג טאן וואס די ווינינג נאמבערס פון די מעגא מילוין גייט זיין דעם שבת קודש הבעלל"ט. שיק מיר דעם ענטפער אין אישי.
די לעקציע פון רחובות
נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 10:48 am
דורך יידל
מיין שכן'ס "קול המוסדות" (צייטשריפט פון מוסדות סאטמאר מהר"א) איז בטעות אנגעקומען צו מיר. פארן עס צוריקגעבן פאר אים האב איך עס דורכגעבליקט. אט איז אן ארטיקל אין וועלכע איך האב מיך אנגעשטויסן און עס האט געצויגן מיין אינטערעסע צוליב איר אבסורד.
די לעקציע פון רחובות
צום באקאנטען משפיע און בעל השקפה, הגאון הצדיק רבי אביגדור מיללער זצ"ל איז א איד אמאל אריינגעקומען און געפרעגט, אז היות זיין קאר איז לעצטנס גע'גנב'עט געווארן, וויל ער פרעגן וואספארא צייכן דער אויבערשטער האט אים געוואלט שיקן דערמיט, וואס ער דארף פארריכטן.
האט רבי אביגדור אויפ'ן פלאץ געענטפערט: "דער אויבערשטער האט דייך געוואלט דערמאנען אז דו דארפסט צושפארן דיין קאר".
ס'הארץ איז נאך ווייעדיג נאך די ביטערע טראגעדיע וואס כלל ישראל האט מיטגעהאלטן עטליכע וואכן בעפאר פסח, אויף די נג'ארה גאס אין די שטאט רחובות אין ארץ ישראל, ווען א תימנ'ער טאטע מיט פינף קינדערלעך זענען ל"ע אומגעקומען אין א טראגישען פייער, והיו למאכולת אש ה' ישמרנו. די נייעס האט אויפגעשוידערט יעדעס אידיש הארץ.
צווישן דעם קלאג און טרויער וואס אידן בכל מקום שהוא האבן געשפירט, און שפירן נאך אלץ, איז דער ביטערער פאקט איבער דער גורם צו די שרעקליכע שריפה, וואס איז מחייב אונז אלע.
דא איז ער מסביר באריכות אז דער מקור השריפה איז געווען א לעפטאפ וועלכע מ'האט אראפגעלייט אויף א בעט און דאס האט זייער שטארק אנגעהיצט דעם פראסעסער וועלכע האט זיך אנגעצינדען און פון דארט צום בעט און פון דעם העלישען שריפה זענען 6 אידישע נפשות אומגעקומען ה"י. איך בין געווען אביסל פארוואנדערט, ווייל לויט די מעשה פון הג"ר אביגדומ מיללער מיט וועלכע די ארטיקל האט זיך אנגעהויבן, וואלט די אויספיר געדארפט זיין אז מ'דארך זיין זייער געווארנט מיט סעיפטי אנווייזונגען זיי אלץ אסצופאלגן וכדו', און איך האב שווער געגלייבט אז א צייטשריפט ווי "קול המוסדות" האט נישט עפעס בעסערס צו שרייבן ווי סעיפטי ארטיקלן. איך האב מיך טאקע נישט גע'נער'ט. איך ליין און איך שטוין:
מ'דארף ליידער נישט ציען קיין ווייטע פעדימער צו לערנען דעם הארץ-ווייטאגליכן מסר השכל פון די פאסירונג, צו וויסן "וואס האט דער רבושע געוואלט צייגן?". כלל ישראל איז פארקאכט אין א ביטערע פייער! הונדערטער און טויזענטער אידישע נשמות ווערן טעגליך פארברענט פון די קאכעדיגע פלאמען פון די טעכנעלאגישע כלים.
און אזוי איז ער ממשיך איבער די געפערליכע בראך פון א קאמפיוטער אין א אידישע שטוב. טעכנעלאגיע איז טאקע א זאך איבער וואסדי פאראלעל וואס ער ציט פון די מעשה אין רחובות איז נישט נאר אבסורד נאר אויך טשפות'דיג.
נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 7:45 pm
דורך דבילה
יאנקל האט געשריבן:א ביישפיל פון "גערעדט צום וואנט." ר' אביגדור האט דאך געמיינט אקוראט דאס פארקערטע. הו אטומי העיניים.
ענדערש א ביישפיל פון א צייטונג שרייבער וואס קטנ'ט אויף זיינע ליינער. ער האט נישט די מינדעסטע רעספעקט פאר'ן אינטעליגענץ פון די המון, און וויי פאר אונז, ער איז אפשר גערעכט...