בלאט 1 פון 2

עלצטע געשטארבענע

נשלח: מוצ"ש יאנואר 05, 2013 8:00 pm
דורך [NAMELESS]
מ'הערט פון צייט צו צייט אין די נייעס אז "די עלצטע מענשט פון די וועלט איז געשטארבען" וכו. איז דאך כדי אז ס'זאל זיין א אשכול פאר די סארט נייעס.
די עלצטע מענטש פון אמעריקא איז היינט געשטארבען. זי איז געוועהן 114 יאר אלט. איר מאן איז געשטארבען אין 1979 אין עלטער פון 88. זי האט באקימען דרייוער'ס לייסענס פאר כמעט 50 יאר צוריק ווען זי איז אלט געוועהן 65.
http://www.vosizneias.com/120980/2013/0 ... t-age-114/

נשלח: מוצ"ש יאנואר 05, 2013 8:09 pm
דורך עוד מישהו
זעענדיג די אשכול, האב איך מיר דערמאנט, אז אין ארץ איז אן אלטע אראבישע פרוי געשטארבן, מ'ווייסט נישט פונקטליך וואו אלט זי איז געווען, די צייטונגען האבן געשריבן, אז זי איז אלט געווען 124 יאר, און זי איז געבוירן געווארן אין יאר 1888.

http://www.mivzaklive.co.il/archives/48461

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 1:02 pm
דורך [NAMELESS]
די עלצטע פרוי פון די וועלט איז געשטארבען נאך בלויז א חודש זיין די עלצטע
http://www.vosizneias.com/121577/2013/0 ... es-at-115/

נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 10:08 am
דורך [NAMELESS]
די עלצטע מענטש פון די וועלט איז היינט געשטארבן אין יאפאן. ער איז געווען 116. לויט די רעקארד מאכער'ס איז ער געוועהן די עלצסטע מאן אין די היסטאריע פון די וועלט. (זעהט אויס זיי רעכענען נישט וואס שטייט אין די תורה)
http://m.usatoday.com/article/news/2413945

די עלצסטע איד אין די וועלט איז נעכטן נפטר געווארן אין עלטער פון 113. זי איז געוועהן חוה רבקה קאזאק, און האט געוואוינט אין ברוקלין. זי איז געוועהן די זיבעטע עלצטע מענטש אין די וועלט
http://www.theyeshivaworld.com/news/Gen ... Today.html

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:53 pm
דורך זר זהב
חוה רבקה קאזאק

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=nFxiQwIZU9o[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 1:14 pm
דורך דבילה
חברה - ס'לוינט נישט צו זיין די עלטסטע.. זיי אלע שטארבן.

נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 3:11 pm
דורך [NAMELESS]
לעצטענס איז געשטארבן די עלצטע מאן אויף די וועלט, און מ'האט יעצט פריש געקרוינט די עלצטע מאן אויף די וועלט. ער איז דר. אלעקסאנדער אימיטש פון נ"י סיטי. ער איז געבוירן געווארן אין פוילן אין יאהר 1903.

די עלצטע מענטש אויף די וועלט איז א פרוי וואס איז 116 יאהר אלט.

בילד

נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 3:29 pm
דורך צדיק נסתר
ווי אלט איז ער געווען?

נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 3:31 pm
דורך [NAMELESS]
די עלצטע מאן וואס איז געשטארבן איז געווען 111, די נייע עלצטע מאן איז אויך 111

נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 4:18 pm
דורך צדיק נסתר
אויף קול מבשר איז לעצטנס געווען א אינטערוויו מיט א חב"ד שליח וואס האט אנגעטוהן תפילין פאר א הונדערט עלף יעריגער איד פון מאנהעטן, וואס איז געקרוינט געווארן אלס דער עלסטער אידישער מאן פון די וועלט, איז דאס דער אלעקסאנדער אימיטש?

נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 6:58 pm
דורך ישמעאל הכהן
יא

נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 7:19 pm
דורך יין שרף
ראשעקאל האט געשריבן:די עלצטע מאן וואס איז געשטארבן איז געווען 111, די נייע עלצטע מאן איז אויך 111

אוי רבש"ע, ס'לוינט זיך נישט צו זיין 111, מ'גייט שטארבן!

נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 8:29 pm
דורך ישמעאל הכהן
פרישע נייעס וועגן אימעטש
http://www.nydailynews.com/news/nationa ... -1.1800675

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 8:29 pm
דורך נאך א פשט
אזא דעפרעסיגן אשכול. יעדע תגובה איז געשטארבן... כעשטארבן.... געשטארבן

אפשר זאל מען עפענען אן אשכול פאר די יונגסטע מענטש אויפן וועלט. אזוי קען מען יעדע סעקונדע שרייבן געבוירען.. געבוירען.. געבוירען.. געבוירען.. געבוירען.. געבוירען..

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 2:55 am
דורך ממתקים
עלצטע אמעריקאנער איז געווארן 115 פרייטאג.
געבוירן מאי 23 1899!

http://www.dailymail.co.uk/news/article ... young.html

נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 8:52 pm
דורך צדיק נסתר
ראשעקאל האט געשריבן:לעצטענס איז געשטארבן די עלצטע מאן אויף די וועלט, און מ'האט יעצט פריש געקרוינט די עלצטע מאן אויף די וועלט. ער איז דר. אלעקסאנדער אימיטש פון נ"י סיטי. ער איז געבוירן געווארן אין פוילן אין יאהר 1903.

די עלצטע מענטש אויף די וועלט איז א פרוי וואס איז 116 יאהר אלט.

בילד

ויגוע וימת ויאסף אל עמיו

ווער איז יעצט דער עלצטער מאן אויף די וועלט?

נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 9:59 pm
דורך קאווע טרינקער
ער האט אריינכאפט אן ארטיקל אין דעם ערשטען מאמענט.

נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 10:51 pm
דורך לאליפאפ
סאקארי מאמאי איז קארענטלי דער עלטסטער מאן אויפן וועלט, ער איז ווייזט אויס נאר איין טאג יונגער ווי דעם פארשטארבענעם אלכסנדר אימיטש.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 10:22 am
דורך [NAMELESS]
עלצטע מענטש פון טאקיא איז שוין טויט פאר דרייסיג יאהר...,

http://www.bbc.co.uk/news/world-asia-pacific-10809128

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 7:50 am
דורך פלעין יודיש
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=whxiRbEdHac[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 1:44 pm
דורך [NAMELESS]
פלעין יודיש האט געשריבן:[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=whxiRbEdHac[/youtube]

נאך א מזל אז מהאט נישט אנגעגרייט 102 לעכט, (וואס וואלט דעמאלטס ארויסגעפלויגן פון איר, די לונגען??)

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 1:48 pm
דורך lazar
ממתקים האט געשריבן:עלצטע אמעריקאנער איז געווארן 115 פרייטאג.
געבוירן מאי 23 1899!

http://www.dailymail.co.uk/news/article ... young.html

ער לעבט נאך?
אויב יא איז ער שוין געווארן 116.

Re: עלצטע געשטארבענע

נשלח: פרייטאג יוני 19, 2015 3:39 am
דורך [NAMELESS]
עלצטע מענטש געשטארבן. די נייסטע עלצטע מענטש איז א פרוי פון ברוקלין נא יארק!
'World's oldest person' dies at 116 at home in Detroit suburb http://dailym.ai/1JXn7UC