בלאט 1 פון 2

היימישע מייקרי שער

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 12:28 am
דורך קליינער
אן אלטער פראבלעם וואס ווייטאגט מיר שוין א צייט און איך וויל עס דא אביסל אויסשמועסן.

ליידער איז קיין בית דין כשר בישראל כמעט נישט פארהאנען און די מיטלען אפצושטעלן דעם פארברעך איז נישט דא. דעריבער איז פאסיג עס דא אויסצורעדן.

דער ענין איז איבער די מייקרי השער, די וואס שרויפן ארויף די פרייזן בלויז פאר די איינע סיבה, ווייל ״מען קען״, און דער וויי געשריי וועט נישט דערהערט ווערן.

איך וועל אנהייבן מיט עטליכע ביישפילן, און דערווייל נישט שרייבן קיינע נעמען ווייל איך וויל לאזן א מקום אז מען זאל מיר אפפרעגן נאך איידער מען וועט מקיים זיין דעם והוקע אותם נגד השמש.

איז טאקע ריכטיג אז ווייל א היימישע קאמפאני האט דעם מאנאפאל און מאכט א גוטער פראדוקט, עסן אדער משקה, אז זיי זאלן מעגן רעכענען הימל׳דיגע פרייזן דערפאר?

איז ווייל א געוויסע קאמפאני האט די ברכה פון יענעם גרויסן צדיק, א גענוגנדע בארעכטיגטע סיבה צו רייסן די טאשן פון ארימע אידן וואס האבן נישט די מעגליכקייט צו צאלן דערפאר ווייל זיי האבן נישט קיין פיי סאמעך?

איז דער תירוץ פון דעוועלאפערס אין היימישע געגנטער אז אויב דו ווילסט נישט צאלן די געשוואלענע רויבערישע פרייזן וואס מיר בעטן אייך פאר א נישטיג לעכל, דאן קויף נישט, א גוטער ענטפער וואס לייגט זיך אויפן שכל?

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 12:47 am
דורך [NAMELESS]
איך פארשטיי נישט. דעוועלאפערס זענען גערעכט ווייל יא, ריל עסטעיט איז טייערער אין אידישע געגענטער. אונז זענען די בהמות אז אונז מופן נישט אוועק.
איך מיין אז טענות קען מען האבן נאר אויף די וואס מאכן טייערער אומלעגאל און פארלאזען זיך אז היימישע אידן וועלן עניוועי נישט מסר'ן.

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 2:39 am
דורך עוד מישהו
היות איך זע וואו מ'האט שוין בארירט די נושא, וועגן מייקרי השער צווישן היימישע אידן, האב איך מיר דערמאנט א זאך וואס באדערט מיר שוין זייער לאנג. דהיינו, ביי די גויים פאר זייער גרויסע חגא, איז דא סעילס פון 50 צו 70 פראצענט אין די ארגינעלע פרייז אין די גרויסע געשעפטן, נארמאל איבערן יאר זענען די פרייזן ביי זיי אויך נישט אזוי טייער.

משא"כ ביי אונז אידן, ס'קומט פאר סוכות ביי די גרויסע אתרוג סעיל, די סעיל איז "משוגע" 250 פראצענט ארגינעלע פרייז, אינגעלייט לאזן זיך ריייסן די הויט, מ'שפייט בלוט דריי חדשים וועגן די גזירה, אן אתרוג פאר יו"ט $130 די ביליגסטע, ערשטע טאג חוה"מ צוויי פאר א דאלער.

מצות כשר לפסח א פונט מצה פון די פשוטע אמעריקאנע בעקעריי, $18 דאלער א פונט, פאר ווער עס ווייסט דריי דאלער א מצה, איך פארשטיי די בעקעריי דארף זיך אויסצאלן פאר די האלבע יאר וואס מ'ארבעט נישט, אבער פארוואס איך, טוטס אויס אנדערע משפחות נאקעט ווייל ענק זענען געלט גייציג.

כהנה וכהנה איך ברענגען נאך דוגמאות, אבער איך מיין מ'האט ארויס די איידיע. קוקטס אבער מה בין בני לבן חמי, ביי זיי איז פונקט פארקערט, ביי זיי ווערט אלעס ביליגער פאר זייער חגא? ביי אונז ווערט אלעס טייער, פארוואס? אפשר דארפן אונז מגייר זיין גלחים, וואס זאלן זיך שלאגן מיט די וואס צאפן אונזער בלוט.

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 11:50 am
דורך קאווע טרינקער
גערעכט, עוד מישהו, אבער ס'דא א וועג ארויס.
מענאשעוויץ מצה איז ביליג. אז דו ביסט א פרומער קויף פון ארץ ישראל בהכשר הבד"ץ.
איז דאן צאנזע רב דיין מרא דאתרא?

אה, האסט מורא, שווער שוויגער שידוכים וכו'. נו, דאס שריי איך דאך, ס'איז נישט דא קיין בחירה

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 12:42 pm
דורך petergrifin
קאווע טרינקער האט געשריבן:גערעכט, עוד מישהו, אבער ס'דא א וועג ארויס.
מענאשעוויץ מצה איז ביליג. אז דו ביסט א פרומער קויף פון ארץ ישראל בהכשר הבד"ץ.
איז דאן צאנזע רב דיין מרא דאתרא?

אה, האסט מורא, שווער שוויגער שידוכים וכו'. נו, דאס שריי איך דאך, ס'איז נישט דא קיין בחירה

איך האב מיך אײן געשריבען נאר דיך צי לײקן :like סאיז אזא גוטע מימרא
אה, האסט מורא, שווער שוויגער שידוכים וכו'. נו, דאס שריי איך דאך, ס'איז נישט דא קיין בחירה
:lol:

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 4:03 pm
דורך עוד מישהו
נו פיין ביסט כשר גערעכט, איך האב גראדע מיט צוויי יאר צוריק געקויפט געמישט, מ'טאר נישט זאגן הויעך, אבער איך האב געקויפט מאשין מצות מיט קערעסטיר, קערעסטיר האב איך געקויפט אלץ מראית עין, אדער טאמער מיין שוויגער וועט רח"ל קומען אויף א באזוך, ס'האט טאקע געקאט דעם בודזשעט, און איך האב מיר גארנישט וואס צו שעמען, אויב פאר מיין זיידע איז דאס גוט געווען איז דאס פאר מיר פונקט אזוי כשר. זאל ער רוען אין לעכטיגן גן עדן.

יעצט וואס איז דיין געדאנק אויף אן אתרוג, האסט עפעס א געדאנק, אפשר נעמט זיך שאקלען מיט א לעמאן.

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 6:18 pm
דורך signout
אונזער מצה קאסט מער צו מאכן, איך גלייב אז זיי האבן א העכער פראפיט פראצענט ווי אינזער בעקערייען, איך ווייס וואס איך רעד.

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 7:00 pm
דורך עוד מישהו
אוודאי קאסט עס מער, פארוואס דען נישט, א רב וואס געט א הכשר אויף א בעקעריי נעמט ארויס א שיינע מטבע פארדעם? א חלק פון די בודזשעט אבער א שיינע חלק נישט סתם, שמירה משעת קצירה. א שיבער דארף מען א טיכטיגער אינגערמאן, נישט סתם א שמויגער פון גאס, ער גייט אויך יעדע יאר ארויף מיט א דאלער אויף וועיזש פער שעה. וכו' וכו'

וואס איז מצה ווייץ- מעל מיט וואסער, וואסער איז גארנישט אזוי טייער אויך כשר לפסח'דיגע איז נישט טייער, (אפשר התאחדות וואסער, נו אל תפתח פה), אבער וואס מעל קאסט, יעצט איז אזוי, די ווייץ פון וואו מ'קויפט עס רעכנט דען מער וואו יעדע מענטש וואס האט א פעלד און פארקויפט תבואה, ס'קוקט מיר אויס אז די פארמער זענען נישט די וואס רייסן די פרייזן.

סיינאוט אז דו זאגסט אז די גויאישע סטארס האבן א גרעסערע פראצענט פראפיט, דאס איז זיכער זיי ריקן ארויס צוואנציג מאל מער סחורה, אבער איך האב נאכנישט געהערט אז איינע פון די גרויסע מצה בעקערייען זאלן זאגן, אונז האבן פאריאר דערלייגט די הויזן, וועגן דעם האבן אונז באשלאסן מער נישט צו באקן, אונז האב מיר צוגעשפארט, נא נא נא, ארויף מיט די פרייז נאך א דאלער א פונט.

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 7:12 pm
דורך שרגא
סתם אידישע געשעפטן מעגן זיין אביסל טייערער, איבערהויפט ווען דו פארגלייכסט זיי צו וואלמארט, אזוי ווי אלע לאקאלע פאמיליע-סטיל געשעפטן וועלכע זענען געווענליך טייערער, ווייל זיי שטופן דאך טויזנט מאל ווייניגער.
אידן האב א קלענערע קליענטעל און זיי פרובירן עס פארגיטיגן מיט די פרייז. אידישע חפיצים מעגן אויך זיין אביסל טייערער ווייל עס קאסט א א השגחה וכד', און אויך בכלל ווייל יעדע "ספעשעלטי אייטעם" קאסט מער. אזוי גייט עס. נאר ווען א סטאר טרייבט איבער מיט משונה'דיגע פראצענטן און דערצו איז די סערוויס געפערליך און דערצו וויל ער נישט צוריקנעמען מיט די וועלטס תירוצים, דאס איז שוין אן עולה. און פאר דעם פארלירן זיי אלץ מער דעם המון עם, וואס איז א שפאן אוועק פון די גויאישע סטארס און א קליק אוועק פון עמעזאן.

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 9:55 pm
דורך יאיר
עוד מישהו האט געשריבן:נו פיין ביסט כשר גערעכט, איך האב גראדע מיט צוויי יאר צוריק געקויפט געמישט, מ'טאר נישט זאגן הויעך, אבער איך האב געקויפט מאשין מצות מיט קערעסטיר, קערעסטיר האב איך געקויפט אלץ מראית עין, אדער טאמער מיין שוויגער וועט רח"ל קומען אויף א באזוך, ס'האט טאקע געקאט דעם בודזשעט, און איך האב מיר גארנישט וואס צו שעמען, אויב פאר מיין זיידע איז דאס גוט געווען איז דאס פאר מיר פונקט אזוי כשר. זאל ער רוען אין לעכטיגן גן עדן.

יעצט וואס איז דיין געדאנק אויף אן אתרוג, האסט עפעס א געדאנק, אפשר נעמט זיך שאקלען מיט א לעמאן.

וואס מאכסעך נאריש, קענסט האבן ערב סוכות א כשר'ער מהודר'דיג אתרוג פאר צוואנציג דאלער.

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 11:12 pm
דורך היימישער ליטוואק
עוד מישהו האט געשריבן:יעצט וואס איז דיין געדאנק אויף אן אתרוג, האסט עפעס א געדאנק, אפשר נעמט זיך שאקלען מיט א לעמאן.

קויף ערב יו"ט א אתרוג פאר פינף דולער. און שאקל מיט א צווייטנס אתרוג. וועסט יוצא זיין לכל הדעות מיט א מהודר'גע אתרוג און כמעט בחינם.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 1:53 pm
דורך signout
עוד מישהו האט געשריבן:אוודאי קאסט עס מער, פארוואס דען נישט, א רב וואס געט א הכשר אויף א בעקעריי נעמט ארויס א שיינע מטבע פארדעם? א חלק פון די בודזשעט אבער א שיינע חלק נישט סתם, שמירה משעת קצירה. א שיבער דארף מען א טיכטיגער אינגערמאן, נישט סתם א שמויגער פון גאס, ער גייט אויך יעדע יאר ארויף מיט א דאלער אויף וועיזש פער שעה. וכו' וכו'

וואס איז מצה ווייץ- מעל מיט וואסער, וואסער איז גארנישט אזוי טייער אויך כשר לפסח'דיגע איז נישט טייער, (אפשר התאחדות וואסער, נו אל תפתח פה), אבער וואס מעל קאסט, יעצט איז אזוי, די ווייץ פון וואו מ'קויפט עס רעכנט דען מער וואו יעדע מענטש וואס האט א פעלד און פארקויפט תבואה, ס'קוקט מיר אויס אז די פארמער זענען נישט די וואס רייסן די פרייזן.

סיינאוט אז דו זאגסט אז די גויאישע סטארס האבן א גרעסערע פראצענט פראפיט, דאס איז זיכער זיי ריקן ארויס צוואנציג מאל מער סחורה, אבער איך האב נאכנישט געהערט אז איינע פון די גרויסע מצה בעקערייען זאלן זאגן, אונז האבן פאריאר דערלייגט די הויזן, וועגן דעם האבן אונז באשלאסן מער נישט צו באקן, אונז האב מיר צוגעשפארט, נא נא נא, ארויף מיט די פרייז נאך א דאלער א פונט.

יעדע חומרה קאסט מער

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 2:09 pm
דורך עוד מישהו
איך הער וואס ענק זאגן, מיטן אתרוג זענען ענק גערעכט מיטן לולב איז א שאלה, רוב אתרוגים זענען כשר, פארשטייט זיך נארמאלערהייט, א ברוינע פלעק קומט פון צופיל הענט, רוב לולבים זענען נישט, אין א באקס לולבים איז איינס פון דרייסיג כשר, ערב סוכות און דאס איז פון עקספיריענס, איינס פון 90 אדער 100.

לכבוד סיינאוט, דו ווייסט פארוואס א חומרה קאסט מער? נישט ווייל עס קאסט במציאות מער, נאר ווייל מ'רעדט אונז איין ס'קאסט מער, און אונז לאזן זיך צאלן וואו זיבעלעך, וואו די אתרוגים א וואך פאר יו"ט מינימום 130, אבער משא"כ ערב יו"ט פאר אפאר דאלער האסטו דעם זעלבן שיינעם אתרוג.
די ווערט איז נישט געפאלן, די כשרות אויך נישט, און די אתרוג אליינס איז אויך נישט געפאלן, ביים אתרוג סוחר איז געפאלן די פאקט אז די ערשטע טאג יו"ט איז די אתרוג גוט פאר מאה שערים, וואו ס'איז א מנהג ישראל מקדמת דנא, צו ווארפן חפצים אויף פאליציי, דאס אלעס בחינם, העכסטנס מיט 50 צענט מער.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 4:50 pm
דורך ברסלבער
עוד מישהו האט געשריבן:איך הער וואס ענק זאגן, מיטן אתרוג זענען ענק גערעכט מיטן לולב איז א שאלה, רוב אתרוגים זענען כשר, פארשטייט זיך נארמאלערהייט, א ברוינע פלעק קומט פון צופיל הענט, רוב לולבים זענען נישט, אין א באקס לולבים איז איינס פון דרייסיג כשר, ערב סוכות און דאס איז פון עקספיריענס, איינס פון 90 אדער 100.


א לולב וואס איז אפען פון אויבן ביז א טפח, איז כשר לרוב דעות, און פון דעם איז דא אסאך.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 4:53 pm
דורך עוד מישהו
ברסלבער האט געשריבן:
עוד מישהו האט געשריבן:איך הער וואס ענק זאגן, מיטן אתרוג זענען ענק גערעכט מיטן לולב איז א שאלה, רוב אתרוגים זענען כשר, פארשטייט זיך נארמאלערהייט, א ברוינע פלעק קומט פון צופיל הענט, רוב לולבים זענען נישט, אין א באקס לולבים איז איינס פון דרייסיג כשר, ערב סוכות און דאס איז פון עקספיריענס, איינס פון 90 אדער 100.


א לולב וואס איז אפען פון אויבן ביז א טפח, איז כשר לרוב דעות, און פון דעם איז דא אסאך.


איך האב געזען אפגעהאקטע. רוב אפענע זענען שוין אזוי אפן כמעט ביז די שדרה, וואס קען מען טוען אז אסאך וואס באקוקן א לולב עפענען די בלאט נאך מער ביים באטראכטן, ווייל זיי ווייסן נישט וואו אזוי מ'באקוקט א לולב.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 5:21 pm
דורך משכיל
ווערט א ליטוואק אדער א לובאוויטשער קענט איר שפארען אסאך געלט

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 11:48 pm
דורך שמעקעדיג
אזוי? דאן וואס וועלן מיר טוהן מיט שכר לימוד?

נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2013 12:23 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:אזוי? דאן וואס וועלן מיר טוהן מיט שכר לימוד?

ילמדינו רבינו. מה ענין שכר לימוד אצל ליטוואק או ליובאוויטש?

נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2013 9:39 am
דורך קאווע טרינקער
עוד מישהו האט געשריבן:יעצט וואס איז דיין געדאנק אויף אן אתרוג, האסט עפעס א געדאנק, אפשר נעמט זיך שאקלען מיט א לעמאן.

פאר איין מאל א יאר, איי דואנט קעיר.
בד"וו, האסט געקויפט מאשין מצות, פיין. וואס איז מיט געבאקטס, דו האסט די גאטס?

נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2013 11:09 am
דורך שמעקעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:אזוי? דאן וואס וועלן מיר טוהן מיט שכר לימוד?

ילמדינו רבינו. מה ענין שכר לימוד אצל ליטוואק או ליובאוויטש?


תא חזי, בא ואלמדך.
די ליטוואקעס צאלן פיר מאל אזויפיל שכר לימוד, און קעמפ פרייזן.

נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2013 11:38 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:אזוי? דאן וואס וועלן מיר טוהן מיט שכר לימוד?

ילמדינו רבינו. מה ענין שכר לימוד אצל ליטוואק או ליובאוויטש?


תא חזי, בא ואלמדך.
די ליטוואקעס צאלן פיר מאל אזויפיל שכר לימוד, און קעמפ פרייזן.

נו, אויב אזוי גלייכט זיך עס אויס. זיי צאלן טייערע שכר לימוד און אונז צאלן פאר טייערע אתרוגים און מצות. לוינט זיך שוין צו בלייבן איעדער אויף זיין פלאץ.

נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2013 12:23 pm
דורך מאטי
ליטוואקעס טייטשן נישט אפּ דעם פסוק לא תהו ברא לשבת יצרה ווי אונז
עכ״פּ זיי רעכענן זיך מער מיטן קודם יקנה בית ואחר ישא אשה

נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2013 1:16 pm
דורך ברסלבער
berlbalaguleh האט געשריבן:נו, אויב אזוי גלייכט זיך עס אויס. זיי צאלן טייערע שכר לימוד און אונז צאלן פאר טייערע אתרוגים און מצות. לוינט זיך שוין צו בלייבן איעדער אויף זיין פלאץ.

נאך בעסער אז יעדער זאל בלייבן אויף זיין פלאץ, און נעמען די גוטע חלקים פון יעדן.