בלאט 1 פון 7
וואס קען מען טוהן אין ארץ ישראל?
נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 1:34 am
דורך וויליאמסבורגער
אין די קומענדיגע וואכן וועל איך האבן די זכי' צו זיין מיין ערשטע מאהל אין ארץ ישראל. איך וועל אי"ה טוהן וואס איך דארף דארטן טוהן (זיך באטייליגן ביי א געוויסע חתונה), איך וועל אי"ה זיין אין מירון צפת טבריה און אנדערע מקומות הק'. אבער וואס נאך קען איך טוהן? איך וויל נישט צוריקקומען פון דארטן און נאכדעם הערן "אוי, ביסט נישט געגאנגען דארטן?! נע, א שאד!"
וועלכע אינטערסאנטע פלעצער לוינט זיך צו גיין?
נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 1:37 am
דורך משה געציל
אויב דו ביסט נישט קיין סאטמערער זאלסטו זען צו גיין צום כותל.
אויב דו ביסט א סאטמערער זאלסטו נישט גיין צום כותל.
אויב דו ביסט א אויפגעקלערטע סאטמערער זאלסטו גיין צום כותל און זאגן אז דו האסט גארנישט געשפירט עפעס העכערס דארט.
נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 1:43 am
דורך וויליאמסבורגער
איךהאב שוין געשריבן אז מקומות הק' איז געקאווערט. איך רעד פראקטיש וועגן וואס נאך מ'קען טוהן.
נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 1:47 am
דורך משה געציל
פראביר אויס דעם ים המלח אביסל, ווי אויך קענסטו פראבירן אביסל די בערג אין חרמון ווי מען קען געווענדליך גיין אייז סקיניג אין די ווינטער חדשים.
נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 5:06 am
דורך טעפל
וויליאמסבורגער האט געשריבן:איךהאב שוין געשריבן אז מקומות הק' איז געקאווערט. איך רעד פראקטיש וועגן וואס נאך מ'קען טוהן.
לעבען כותל איז דא סעגוועיס.
http://www.segwayz.co.il/
נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 11:45 am
דורך געפילטע פיש
אויף צו גיין סקיען דארפסטו נישט קריכן קיין אר"י, האסט סאך העכערע, שענערע, בעסערע בערג דא אין ניו יארק, ווי אויך איז חרמון ארויס פון וועג, זייענדיג די צפון שפיץ פון א"י.
נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 12:34 pm
דורך גלות יוד
גיי צו ראש הנקרה דאס איז לדעתי איינע פון די שענסטע פלעצער אין ישראל
נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 11:16 pm
דורך איחוד פעלד
עפעס ליגט מיר אין קאפ א שטאט מיט דער נאמען אילת, ערגעץ איז עס נעבען עציון גבר.
נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 12:16 am
דורך געפילטע פיש
ס'איז שווער צו זאגן וואס ס'וועט דיר זיין אינטערעסאנט, ס'דא דארט אן אויסוואל פון אלע מיני אטראקציעס, זאג צו די ווילסט זען נאטור, שיינע סינעריס אדער וואסער פאלן, דאן קענסטו גיין קיין עין גדי, באניאס, מצפה רימון, וכו', פאר אנדערע מיני סינעריס קענסטו טאקע גיין קיין אילת, ווי איחוד זאגט, אויב היסטאריע האסטו גאנץ אלט שטאט ירושלים, עכו, חברון, מצדה, און אן א שיעור נאך, בעדער האסטו אין ים המלח, חמי טבריה, חמת גדר, וואסער ספורטס איז דא אין אילת, טבריה, אסאך שטעט וואס זענען אויפן בארטן, ווי תל אביב, הרצליה, איך נתניה, ועוד, מוזיאון (מאזעאמס) איז דא אן א שיעור אין תל אביב, ווי אויך אין ירושלים...
אקיצור, איך קען שרייבן ביז מארגן, ס'ווענד זיך וואס דו זוכסט, ס'איז אן ארץ אשר כל בו.
נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 12:17 am
דורך יאיר
איחוד פעלד האט געשריבן:עפעס ליגט מיר אין קאפ א שטאט מיט דער נאמען אילת, ערגעץ איז עס נעבען עציון גבר.
אה האב איך געמאכט א לעבן אין אילת. דער גאנצער טריפ איז געווען ווערד בלויז פאר דעם.
נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 1:53 am
דורך לאליפאפ
לויט ווי איך פארשטיי פארט איר צום סאטמארער חתונה, ממילא א סאטמארער יונגערמאן וואס פארט אויף אלע גוטע מקומות איז בעיסיקלי קאווערד ווייל אין די אלע מוזעומס און בכלל אין תל אביב וועט איר זיך שפירן ווי א גוי אין ברטנורא, לענ״ד השפל.
נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 11:07 am
דורך געוואלד געשריגן
איחוד פעלד האט געשריבן:עפעס ליגט מיר אין קאפ א שטאט מיט דער נאמען אילת, ערגעץ איז עס נעבען עציון גבר.
אילת איז נישט א טייל פון ארץ ישראל
נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 5:36 pm
דורך געפילטע פיש
ארץ ישראל = דאס אידיש לאנד. אדער דאס לאנד פון אידן.
נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 5:39 pm
דורך signout
לאליפאפ האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי פארט איר צום סאטמארער חתונה, ממילא א סאטמארער יונגערמאן וואס פארט אויף אלע גוטע מקומות איז בעיסיקלי קאווערד ווייל אין די אלע מוזעומס און בכלל אין תל אביב וועט איר זיך שפירן ווי א גוי אין ברטנורא, לענ״ד השפל.
איך גלייב ער איז נישט קיין סאטמערער, ווען יא וואלט ער נישט געזיכט ארומצופארען אין געפאלט די רבי
נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 5:54 pm
דורך משכיל
עס לוינט צו גיין זעהן די גרויסע כוללים, אויך די גדולים וואס לעבען היינט אין ארץ ישראל הרב קניבסקי, הרב שטיינעמאן, הרב עובדיה
גרויסע אידישע בנינים פון די גרויסע פארטייען-חסידותן
די סיפריה הלאומית אין ירושלים
פארען אין די שטחים זעהן ווי די מתנחלים לעבען א לעבען פון מסירת נפש ממש
נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 6:13 pm
דורך טישו באקס
כאפ א שפאציר אין אלט שטאט ירושלים, (אפילו סאטמארע גייען אהין און מ'קען זעהן דעם כותל פון א הויכן פלאץ פון אנטקעגן). פארשטייט זיך מיט איינעם וואס איז שוין באקאנט אינעם געגנט, כדי נישט בטעות אריינצובלאנדזשען אינעם אראבישן קווארטל.
נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2013 12:28 am
דורך בדחן
כאפ א שפאציר אינעם שטאט צפת לאוו דווקא קברים, עס איז דא דארט אזויפיל הסטאריע, מען קען דארט שפאצירען טעג און וואכען, וועסט נישט חרטה האבן.
נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2013 1:33 am
דורך יאיר
טישו באקס האט געשריבן:כאפ א שפאציר אין אלט שטאט ירושלים, (אפילו סאטמארע גייען אהין און מ'קען זעהן דעם כותל פון א הויכן פלאץ פון אנטקעגן). פארשטייט זיך מיט איינעם וואס איז שוין באקאנט אינעם געגנט, כדי נישט בטעות אריינצובלאנדזשען אינעם אראבישן קווארטל.
דו דערמאנסט מיר גוטע צייטן, ווען איך האב פרובירט אליין ארויסצושפאצירן פון אלט שטאט דורך שער יפו מיט מיין אשת חיל. א שרעק האט אונז באפאלן זעענדיג די לאנגע געדרייטע וועג אזוי ווי א מעיז און ביז עטליכע סעקונדעס בין איך געווען פארבלאנדזשעט אין א מעיז פון שרעקעדיגע אראבער מיט נארגיילעס אין פיסק און טיכלעך אויפ'ן קאפ זיצן מיט צוזאמגעלייגטע פיס ביי די טירן פון זייערע געשעפטן. די מאדנע ריחות פון די טויזנטער געווירצן האבן נאך צוגעגעבן צו די פארכטיגע שטימונג, און איך האב געמיינט אז מיין נשמה פליט מיר ארויס. צום מזל האב איך אויפ'ן פלאץ געכאפט אז דאס איז געקומען אלס אן עונש פאר'ן באזוכן דעם כותל, און תיכף ומיד געמאכט א קבלה אז לדעתי, לדעתי, טרעט איך מיר נישט אריין אינ'ם טריפה'נעם כותל און מערת המכפילה וכל שם וחניכא דאית להו, ווען נישט דעם וואלט איך נאך היינט געווען דארט. ווען איך האב זיך דערזען מיט גאנצע גלידער הינטער דעם ברייטן טויער וואו א שנארער מיט אפגעהאקטע פיס האט מיר שוין אפגעווארט אויף א ווילטשעיר און א טעלער שקלים, האב איך אפגעאטעמט און תיכף ומיד מרוב התרגשות צוריקגעגאנגען צום כותל אפגעבן א שבח והודיה פאר'ן אויבערשטער.
נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2013 4:25 am
דורך טעפל
יאיר האט געשריבן:טישו באקס האט געשריבן:כאפ א שפאציר אין אלט שטאט ירושלים, (אפילו סאטמארע גייען אהין און מ'קען זעהן דעם כותל פון א הויכן פלאץ פון אנטקעגן). פארשטייט זיך מיט איינעם וואס איז שוין באקאנט אינעם געגנט, כדי נישט בטעות אריינצובלאנדזשען אינעם אראבישן קווארטל.
דו דערמאנסט מיר גוטע צייטן, ווען איך האב פרובירט אליין ארויסצושפאצירן פון אלט שטאט דורך שער יפו מיט מיין אשת חיל. א שרעק האט אונז באפאלן זעענדיג די לאנגע געדרייטע וועג אזוי ווי א מעיז און ביז עטליכע סעקונדעס בין איך געווען פארבלאנדזשעט אין א מעיז פון שרעקעדיגע אראבער מיט נארגיילעס אין פיסק און טיכלעך אויפ'ן קאפ זיצן מיט צוזאמגעלייגטע פיס ביי די טירן פון זייערע געשעפטן. די מאדנע ריחות פון די טויזנטער געווירצן האבן נאך צוגעגעבן צו די פארכטיגע שטימונג, און איך האב געמיינט אז מיין נשמה פליט מיר ארויס. צום מזל האב איך אויפ'ן פלאץ געכאפט אז דאס איז געקומען אלס אן עונש פאר'ן באזוכן דעם כותל, און תיכף ומיד געמאכט א קבלה אז לדעתי, לדעתי, טרעט איך מיר נישט אריין אינ'ם טריפה'נעם כותל און מערת המכפילה וכל שם וחניכא דאית להו, ווען נישט דעם וואלט איך נאך היינט געווען דארט. ווען איך האב זיך דערזען מיט גאנצע גלידער הינטער דעם ברייטן טויער וואו א שנארער מיט אפגעהאקטע פיס האט מיר שוין אפגעווארט אויף א ווילטשעיר און א טעלער שקלים, האב איך אפגעאטעמט און תיכף ומיד מרוב התרגשות צוריקגעגאנגען צום כותל אפגעבן א שבח והודיה פאר'ן אויבערשטער.

לדעתך לדעתך ביזטו צום סוף יא געגאנגען צום טרייפענעם/הייליגען כותל?
נשלח: פרייטאג יאנואר 11, 2013 10:51 am
דורך קרעקער
יד ושם לאז נישט אויס
נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 2:39 am
דורך יידל
וויליאמסבורגער, כ'קען נישט דיין תכונות הנפש, ווי געפילטע האט שוין געשריבן איז די ערשטע זאך דארפסטו וויסן וועלכע סארט אטראקציעס דו זוכסט. איך פערזענליך בין נישט קיין אטוואנטור-ליבהאבער, און אזוי אויך בין איך (נאכ)נישט אנגעקומען צו די מער עקזאטישע פעלעצר און דערווייל נאר באזוכט אין די מער פאפולערע מקומות. איך רעקאמאנדיר (דאס מיינט, איך בין דארט געווען און הנאה געהאט):
אין ירושלים:
מנהרות הכותל,
מוזיאון ישראל,
מוזיאון ארצות המקרא,
יד ושם.
אין דרום:
א הייק אין עין גדי (איך ווייס נישט וויאזוי ס'איז אין די ווינטער), א שווים אין ים המלח (ווידער ווייס איך נישט וויאזוי ס'איז אין די ווינטער),
מצדה.
אין צפון:
חרמון (חוץ אז דו קענסט נישט סקיען

),
ראש הנקרה, די צפת'ע געסעלעך, אפשר א טאג אין טבריה.
וואס נאך? אויפן מינוט געדענק איך נישט. אבער אויב ביסטו נישט געווען אין לכה"פ 60% פון די אויסגערעכנטע פלעצער ביזטו נישט געווען אין ארץ ישראל (לענ"ד השפלה).
נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 3:55 am
דורך טישו באקס
קרעקער האט געשריבן:יד ושם לאז נישט אויס
״יד ושם״ קען מען נישט געבן אזא כאפ אריין, דארט קען מען פארוויילן א פילן טאג און נאך אלץ נישט זיין פארטיג. סאיז דא א געוואלד וואס צו זעהן דארטן. אויך איז אינטערסאנט צו באמערקן אז דארט קאסט נישט קיין געלט אריינצוגיין
נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 1:13 am
דורך געפילטע פיש
יידל, טאמער ביזטו א מוזיאום טייפ, האסטו אויסגעלאזט די תל אביב'ער מאזעאמס, בית התפוצות, בית התנ"ך, מוזיאון ארץ ישראל, און נאך.