בלאט 1 פון 2
מעשר און צדקה פאר סעקולארע צוועקן
נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:59 pm
דורך יידל
כ'האב אן אינטערעסאנטע פראגע. צו מעג איך געבן צדקה פאר וויקיפעדיע פון מעשר כספים?
נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 4:23 pm
דורך געפילטע פיש
דו ווילסט מיר מכשיל זיין מיט לערנען ניטל?
נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 7:15 pm
דורך שרגא
עס לאזט זיך ארגומענטירן אז וויקיפידיע מיט זייערע ווייטן בליק און ברייטע מיסיע פון געבן צוטריט צו יעדע ידיעה פאר יעדן מענטש איז מעגליך אן ענין פון הצלת רבים אדער גאר פיקוח נפש, ווייל די ידיעות וואס ווערט פארשפרייט מאכט די מענטשהייט מער טאלעראנט און ברענגט אויטמאטיש צו ווייניגער האס און רציחות אויף דער וועלט, אריינגערעכנט קעגן אידן.
און באמת, וויבאלד וויקי האט אויך א ריזיגן פראיעקט פון צושטעלן גמרא און ספרים, איז דאך לכ' בכלל קיין שאלה נישט זיי צו שטייער געבן (רוף עס מעות קדימה...), איבערהויפט לויט ווי דער ש"ך שרייבט אז מ'מעג קויפן ספרים מיט מעשר געלט, מיט'ן תנאי אז מ'זאל זיי אויך בארגן פאר אנדערע, איז ווי שייך אז גרעסערע פארבארגעכץ פון ספרים פאר אנדערע ווי וויקי...
פארשטייט זיך (נו, וואס קומט דא אין יעדע היינטיגע בירור הלכה?) אויף למעשה דארף מען פרעגן א שאלה...
נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 7:28 pm
דורך יאיר
יידל האט געשריבן:עס איז דא אסאך ארומצורעדן איבער דעם נושא, אבער איך עפן דעם אשכול ווייל כ'האב אן אינטערעסאנטע פראגע. צו מעג איך געבן צדקה פאר וויקיפעדיע פון מעשר כספים?
דו טארסט נישט געבן אפילו פון דיין אייגן געלט. אפשר וועלן זיי נוצן דיין געלט צו שרייבן דברי כפירה ר"ל?
נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 7:48 pm
דורך לעיקוואד
יאיר האט געשריבן:יידל האט געשריבן:עס איז דא אסאך ארומצורעדן איבער דעם נושא, אבער איך עפן דעם אשכול ווייל כ'האב אן אינטערעסאנטע פראגע. צו מעג איך געבן צדקה פאר וויקיפעדיע פון מעשר כספים?
דו טארסט נישט געבן אפילו פון דיין אייגן געלט. אפשר וועלן זיי נוצן דיין געלט צו שרייבן דברי כפירה ר"ל?
וויבאלד וויקיפעדיע איז אויסדריקליך א ענציקלאפעדיע וואס נעמט נישט קיין שטעלונג אין קיין שום שאלה נאר גיבען איבער די פארשידענע מיינונגען אויף אן אובייעקטיבישער אופן (עכ"פ אזוי הייסט עס, בפועל פארשטייט זיך עס זענען דא פעלער וואס זענען יוצא מן הכלל, אבער דאס זענען פראבלעמען, אפיציעל איז זיכער אז עס דארף זיין אובייעקטיוו), איז נישט שייך דאס צו רופען דברי כפירה. אחוץ אויב דו האלטסט אז איבערגעבן די פארשידענע מיינונגען איבער ערנסטע נושאים אן נעמען א צד איז אליינס אפיקורסות.
נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:02 pm
דורך יידל
נו, איבערגעבן דעות מיט אן אביעקטיוויטעט איז דען נישט להתלמד וועלכע די רמב"ם איז מתיר?
נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 11:11 pm
דורך ביבער
אפשר איז א גוטער עצה פון געבן מיט א תנאי, עס זאל נאר חל זיין מכח מעשר אויב גייט עס פאר תורה'דיגע ארטיקלעך.
נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 12:06 am
דורך געפילטע פיש
געבט מען דען נאר פאר עניים? מ'געבט דאך מעשר פארן נייעם בית המידרש, פאר ביקור חולים, פאר אזוי סאך צוועקן וואס האט מיט עניים גארנישט איינגעלייגט.
נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 12:15 am
דורך יאיר
איינער האט דא ערנסט א ספק אויב מען קען געבן מעשר פאר וויקיפידיע? כ'מיין, באלד וועסטו פרעגן אויב מען מעג עס געבן פאר די ברוקלין לייברערי, אדער צו איבערבויען די הייוועיס, אדער צו צאלן פאר שרייבער'ס פון קאווע שטיבל צו אויפקומען מיט מאדנע שאלות, מ'עט דאך קיינמאל נישט פערטיג ווערן. מעשר איז פאר נויטבארדערפטיגע מענטשן, נישט פאר פענאמענעלע ווערקן.
נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 8:05 pm
דורך געפילטע פיש
אויב איז עניים דוקא דאן איז דאס עניים דוקא, אבער אויב מעג מען געבן מעשר פאר צרכי ציבור, דארף מען דן זיין וואס הייסט ציבור, און אויב איבערבויען שאסייען הייסט אויך צרכי ציבור.
נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 8:23 pm
דורך ניו יארק
זייער פיין, גייטס נאר ווייטער אן מיט די געוואלדיגע למדנות, און ביז א שטיק צייט וועל איך קענען צאלען מיין טעקס מיט מעשר, ווייל ווי נישט ווי שטעלט דאך די גאווערמענט אהער די ראודס מיט מיין געלט (יא? רעדט אייך נישט איין....), און שטעל דיר פאר אז הצלה דארף ווען פארן אויף די זאמד ביז א הילפס רוף, וואלט דאך קיינער נישט געוואלט זיין א מעמבער, וואלט דאך הצלה געדארפט באצאלן פאר די מעמבערס, וואלט דאך הצלה געגאנגען צוויי מאל א יאר נאך געלט, און איך וואלט דעמאלס זיכער עס געמעגט געבן פון מעשר...... ווי האלט איך, מיין קאפ טוט שוין וויי.....
א צווייטער זאל צוענדיגען פליז, אדער רוף הצלה.....
נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 10:00 pm
דורך נולד מאוחר
סקומט אויס א אינטערסאנטר היכי תמצא.
געסט מועת קדומה פאר א ספר מלא פסולת איז מותר פון מעשר. די מחבר'ס נאמען איז דאך בגימטריא די נאמען פונעם ספר.
געסט מעות קדומה פאר וויקי, וואס מלא מיט אמתע (חתמו של הקב''ה אמת) זאכן, טאר מען נישט.
נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2013 11:16 am
דורך לעיקוואד
לעולם איז מיר אויכעט מאדנע געווען די הוה אמינא צו גיבן מעשר געלט פאר ויקי, אבער אז מטראכט שוין מעג מען באמת טראכטן פארוואס נישט, ברגע וואס צדקה ומעשר איז נישט דווקא פאר עניים נאר אויך פאר די אוצר הספרים פון בית מדרש הגדול, די קאווע אינדערפרי אין בית מדרש, און די בית כסא'ס דארט, וואס איז ויקיפעדיע אנדערש?
ברויך מען מעיין זיין צו צדקה איז נאר אויף זאכען וואס זענען יידושלעך, דהיינו א יידושע אוצר הספרים יא, אבער א סעקלורע לייברערי אדער סייט נישט, איז דא א מקור פאר אזא סברא?
איך פאר זיך, וואלט געקלערט אז עס איז דא דא אזא בחינה פון עניי עירך קודמים. ויקיפעדיע איז גענוג גרויס און וועט האבען גענוג תורמים אן מיינע פאר פיאסטער, דאקעגן דער לאקאלער הצלה, אדער ביקור חולים, אדער סיי וועלכע מער יידושער צוועק, איז זיך סומך נאר אויף די גוטהארציגקייט פון יודען ווי אונז, ממילא איז נישט רעכט צו געבן פאר וועלטליכע צוועקן בשעת עס ווארטן אויף דיר נאנטע היימישע צוועקן.
די זעלבע איז לגבי גיבן געלט פאר רעד קראס אדער אנעדער דיזעסטער רעליף וכדו', וואס אין אלגעמיין געבן נישט קיין היימישע ייודען פאר אזעלכע צוועקן, מהאי טעמא. נישט ווייל עס גייט מיר נישט אן אז קינדער אין אפריקע שטארבען פון הינגער, נאר פשוט עניי עירך קודמים, עס גייט מיר מער אן אז ביי מיר אין שכנות איז דא עניים ואביונים.
מצד שני, דארף מען נזהר זיין ווען די בארכעטיגטע טענה פון עניי עירך קודמים ווערט אזא בחינה פון חסידה שעושה חסד עם חברותיה, און די גאנצע צדקה וחסד ווערט מער א פארטיישע זאך ווי א ענין פון רחמנות וחסד. ממילא נלענ"ד אז מברויף יא געבן לפחות אביסעל פאר וועלטליכע צוועקן אויך, מזאל זיך פשוט מרגיל זיין רחמנות האבען אויף אויף ווער סאיז נישט פון דיין סעקטע, וואס דאס איז גאר א וויכטיגע זאך, ורחמיו על כל מעשיו. אבער בפועל די עיקר איז מען מחוייב צו העלפן עניי עירך וואס זענען אנגעוואנדען אויף אונז משא"כ אנדערע.
נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2013 11:40 am
דורך נולד מאוחר
לעקוואד , ביי וויקיפידע פארגעס נישט די חלק פון הכרת הטוב, די ניצט עס מסתמא מער ווי הצלה און ביקור חולם.
און א געוויסע זין הייסט דאס עני עירך. עירך היינט קען מיינען ווירטאלא עירך.
נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2013 11:45 am
דורך לעיקוואד
אלס הכרת הטוב איז גענוג אז פון מאל צו מאל בין איך מגיה דארט טעותים און לייג צו חומר.
איך בין מסכים אז עירך קען זיין וירטואל, למשל חברי קאווע שטיבל (אדער ענליכע מקומות הקדושים) האבן לכאורה יא א קירבה איינער צום צוייטען אזויווי עירך און עס איז ראוי זיי צו העלפן פאר אנדערע. אבער וויקיפעדי איז נישט אינעם ווירטואלע עירך נאר מער א וועלטליכע זאך אויך ווירטואלי.
נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2013 11:51 am
דורך כ׳בין פריי
אז סעשוין דא אזא אשכול וואלטעך טאקע געוואלט פרעגן א קשיא אויב האבעך אסאך חובות דארף מען נאך אלץ גיבן מעשר אדער קעניך נעמען ס׳געלט פאר די חובות??
נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2013 1:25 pm
דורך ברסלבער
כ׳בין פריי האט געשריבן:אז סעשוין דא אזא אשכול וואלטעך טאקע געוואלט פרעגן א קשיא אויב האבעך אסאך חובות דארף מען נאך אלץ גיבן מעשר אדער קעניך נעמען ס׳געלט פאר די חובות??
די פוסקים זאגן אז מען דארף נישט געבן צדקה/מעשר כספים ווען מען האט חובות, די בעלי חובות קומען פריער, עס איז געבויט אויף
ספר חסידים סימן תנ"ד עיי"ש
נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2013 1:39 pm
דורך געפילטע פיש
לעיקוואד שרייבט:
"אבער וויקיפעדי איז נישט אינעם
ווירטואלע עירך נאר מער א וועלטליכע זאך אויך
ווירטואלי."
פארוואס ווערט וויקיפידיע אויס עירך מיט דעם וואס זיי זענען גרויס און וועלטליך? אויב וואלט הצלה געווען גרויס, אדער אלע הצלות אין די וועלט וואלטן געווען אונטער איין קאמפאני מיט איין קאסע וואלט דיין התחייבות דערצו געווארן קלענער? ס'איז ווייטער עירך, נאר אנדערע פלעצער אויך.
נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2013 1:59 pm
דורך לעיקוואד
געפילטע פיש האט געשריבן:לעיקוואד שרייבט:
"אבער וויקיפעדי איז נישט אינעם
ווירטואלע עירך נאר מער א וועלטליכע זאך אויך
ווירטואלי."
פארוואס ווערט וויקיפידיע אויס עירך מיט דעם וואס זיי זענען גרויס און וועלטליך? אויב וואלט הצלה געווען גרויס, אדער אלע הצלות אין די וועלט וואלטן געווען אונטער איין קאמפאני מיט איין קאסע וואלט דיין התחייבות דערצו געווארן קלענער? ס'איז ווייטער עירך, נאר אנדערע פלעצער אויך.
יא. איך ווייס נישט אויב דאס איז ממש די גדר להלכה, אבער די סברא מיינע איז וויבאלד פאר וויקי וועט זיך טרעפן ווער סזאל תורם זיין אן מיר, משא"כ עניי עירי וואס עיניהם תלויות אלינו בלבד. טאקע יהצלה וואלט געווען א וועלטליכע זאך וואלט עס טאקע נישט געווען געוואנדען אויף מיר און וואלט נישט געהאט עדיפות פון עניי וצרכי עירך.
נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2013 3:17 pm
דורך ניו יארק
כ׳בין פריי האט געשריבן:אז סעשוין דא אזא אשכול וואלטעך טאקע געוואלט פרעגן א קשיא אויב האבעך אסאך חובות דארף מען נאך אלץ גיבן מעשר אדער קעניך נעמען ס׳געלט פאר די חובות??
נישט די קענסט, די דארפסט!!!!
נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2013 4:02 pm
דורך כ׳בין פריי
נוי יארק האט געשריבן:כ׳בין פריי האט געשריבן:אז סעשוין דא אזא אשכול וואלטעך טאקע געוואלט פרעגן א קשיא אויב האבעך אסאך חובות דארף מען נאך אלץ גיבן מעשר אדער קעניך נעמען ס׳געלט פאר די חובות??
נישט די קענסט, די דארפסט!!!!
יישר כח
Re: מעשר און צדקה פאר סעקולארע צוועקן
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2019 2:08 pm
דורך מי אני
מענין לענין באותו ענין.
http://www.rationalistjudaism.com/2019/ ... h.html?m=1Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2020 6:47 pm
דורך מי אני
86EC8EA7-4564-4992-AE69-53805BD966C3.jpeg