בלאט 1 פון 1

למען דעת - מאמר ג'

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 10:32 am
דורך ברסלבער
ברשות הרב "ממי שאמרו" וויל איך ממשיך זיין זיינע באלערנעדע מאמרים

ווי איז דער מקור צו דעם וואס עס איז אנגענומען נישט צוזאמלייגן די פינגער'ס פון די רעכטע און לינקע הענט אינאיינעם?

אין שער המצות להאריז"ל, פרשת עקב שרייבט ער וועגן דעם עיי"ש
דארט אונטן אין די הגהות זאגט ער אז ביים דאווענען מעג מען יא מחבק זיין יד ימין על גבי יד שמאל
איך ווייס נישט אויב ער מיינט אז ביים דאווענען מעג מען יא, אדער מען מעג נאר ווייל עס איז זה על גבי זה און נישט משולב.

איך ווארט אויפ'ן חשוב'ן עולם זאל זיך לאזן הערן וואס זיי ווייסן איבער דעם.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 10:42 am
דורך קאווע טרינקער
כ'פלעג אמאל מורא האבן צו האלטן אזוי די הענט.
אבער שפעטער האב איך געזעהן אין ספרים הקדושים, כל העולם כולו, די וואך, וכו'. אז הגאון בנגלה ובנסתר ר' יוסף שלום אלישיב, האלט אזוי די הענט, כמעט אייביג. האב איך שוין נישט מורא.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 10:50 am
דורך ברסלבער
א גוטע הערה, איך האב עס נישט אויפגעכאפט.

איך בין נייגעריג צו מען קען ערגעץ טרעפן פון אינעווייניג וועגן דעם אז איינער שרייבט אז עס איז נישט געפערליך.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 10:53 am
דורך קאווע טרינקער
ס'איז דא עפעס א טורי-זהב וואס מ'צייכענט אן.
כמדומה אין הלכות עבודה זרה.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 1:54 pm
דורך צדיקל
דא האט איר א מאמר וועגן שילוב אצבעות, און ביים דאווענען
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 37&hilite=

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 2:10 pm
דורך צדיקל
אז מען קוקט אריין דארט אין שער המצות להאריז"ל, פרשת עקב (וואס ברסלבער האט געברענגט), איז אינטרעסאנט וואס ער שרייבט דארט די נעקסטע שטיקל
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=94

בענין מדת הנדיבות והותרנית ראיתי למורי ז"ל, שלא היה חושש בעצמו להתכבד במלבושים נאים יותר מדאי, גם במאכלו היה אוכל דבר מועט מאד. אבל במלבושי אשתו, היה זהיר מאד לכבדה ולהלבישה והיה מפיק כל רצונה, אף עם לא היה ידו משגת כ"כ.

ער האט געקויפט פארן ווייב קליידער וואס זי האט געוואלט, אפי' ס'איז געווען צו טייער, און ער האט נישט געהאט אזויפיל געלט.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 2:29 pm
דורך ברסלבער
צדיקל האט געשריבן:ער האט געקויפט פארן ווייב קליידער וואס זי האט געוואלט, אפי' ס'איז געווען צו טייער, און ער האט נישט געהאט אזויפיל געלט.


חולין פד: לעולם יאכל אדם וישתה פחות ממה שיש לו וילבש ויתכסה במה שיש לו ויכבד אשתו ובניו יותר ממה שיש לו שהן תלויין בו והוא תלוי במי שאמר והיה העולם.
רש"י: פחות ממה שיש לו. פחות מכדי היכולת וילבש ויתכסה לפי היכולת שלא יתבייש ויכבד אשתו יותר מלפי היכולת.

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 1:50 pm
דורך נייגעריגער
איך האב אויכעט געטראפן אן אינטערעסאנט בילד פון הרב המשפיע ר' אלימלך בידערמאן שליט"א ווי ער האלט די הענט משולב איינער אינעם צווייטן!
איך זאג נישט אז מ'קען פון דעם א ראי' ברענגן אבער אזויווי
קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'פלעג אמאל מורא האבן צו האלטן אזוי די הענט.
אבער שפעטער האב איך געזעהן אין ספרים הקדושים, כל העולם כולו, די וואך, וכו'. אז הגאון בנגלה ובנסתר ר' יוסף שלום אלישיב, האלט אזוי די הענט, כמעט אייביג. האב איך שוין נישט מורא.
,ברענג איך נאך איינער - וואס א ידען איז ער זיכער נישט קיין קליינער - וואס טוהט די זעלבע!

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 2:24 pm
דורך גלות יוד

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 2:28 pm
דורך נייגעריגער
גלות יוד האט געשריבן:עיין כאן

ניסיתי הלינק ולא עלתה בידי לחבר!
נסה עוה"פ!
------------------------
אחר העיון מצאתי הגורם לבעי' עם הלינק, והוא כשהכנסת הלינק תחת URL שכחת מקודם למחוק הhttp:// שנמצאת שם, ונמצא שיש שתי פעמים http:// וגורם שלא יעבוד!
נא לתקן.

כבר נתקנה, יישר כח

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 3:02 pm
דורך נייגעריגער
א ביסל מראי מקומות אין דעם ענין גענומען פון בחרדי חדרים,
:ראה עוד בספר שמירת הגוף והנפש.
אז נדברו חי"ב סי' כה (אף שלא בשעת תפילה)
שו"ע הרב בענין הנחת ידיו בשמו"ע.
ספר זכירה (מהדו' תשנט עמ' עדר)
מעבר יבק שפתי צדק פט"ו
כתבי האריז"ל שער המצוות פרשת עקב. – שער הגלגולים הקדמה לט - שער הכוונות ענין יוצר וק"ש
יסוד ושורש העבודה שער הכולל פרק יט ובשם הזוהר (ויקרא כד ע"א)
באר היטב או"ח סי' צה – ט"ז שם סק"ג
קוקטס נאך און האטס הנאה!

און לויט וואס ס'קוקט אויס מיינט "קאווע טרינקער" אז אוודאי אויב הגריש"א האט אזוי געטוהן איז עס אויסגעהאלטן עפ"י הלכה, אינטערעסאנט אז ער זאל זיך קריגן מיט אן אפענע שטארקע ט"ז, הנה לך לשון הט"ז (אורח חיים סימן צ"ה ס"ק ג) 'וחלילה לפכר ידיו בעת שלום כי הוא מוריד דין על עצמו בזה ח"ו, כידוע'.

דא האט איהר דעם נידון אין בחרדי חדרים קוקטס נאך.

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 9:20 pm
דורך גוטע פינטעלך
כמדומה אז עז איז דא א בילד פון הגאון ר' ישראל יעקב פישר ז"ל אויך אזוי