בלאט 1 פון 1

זאל מען נעמען קינדער און מקווה פרייטאג

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 2:13 pm
דורך וועראיזדייןטאטע
יא נעמען אדער נישט ?
אויב יא פון וואספארא יארגאנג?
און שויער אויך אדער נישט ?
מיטן טאטע אדער נישט?

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 3:06 pm
דורך קפנדריא
איך פארשטיי נישט די די עלטערן וואס נעמען די קינדער אין מקוה, זענען זיי פויל צו באדן די קינדער אינדערהיים? איז די ווייב פויל דאער ביזי פאר דעם? וואס גוטס קומט ארויס פון דעם?

1. די קינדער זעען זיך אן מיט וואס זיי דארפן נישט, מ'קען נישט לייגן קיין 'שלעסל' אויף זייערע אויגן, זיי זענען קליין און נייגעריג.

2. זיי נעמען אויף פלאץ פון די וואס דארפן גיין אין מקוה, כמובן.

2. זיי מאכן שמוציג און קטן'ען אן די מקוה.

3. זיי שפרינגען און שווימען ארום און פירן זיך נישט אויף צו איידל, דאס איז א שטער ברוחניות ובגשמיות פאר אומשולדיגע וואוילע אידן וואס ווילן אריין און ארויס.

4. זיי שטעלן א ציל ברעט פאר משחיתים, טאקע נישט אזוי אפט, ספעציעל אין גרעסערע מקואות, אבער דאס גיט דאך א שאנס אז זיי זאלן חלילה געטשעפעט ווערן דורך א פארדארבענע בחור אדער אינגערמאן.

איך שטיי און שטוין ווי נארמאלע ציוויליזירטע עלטערן ברענגען אן אין מקוה א קוישל מיט 4-5 קינדער צווישן זיי אזעלכע פיצלעך וואס קענען קוים וואקן אליין, אבער ס'איז 'גאר וויכטיג' זיי זאלן גיין אין מקוה, גיי פארשטיי.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 3:21 pm
דורך lowlow
good points

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 3:26 pm
דורך בדחן
קפנדריא האט געשריבן:
1. די קינדער זעען זיך אן מיט וואס זיי דארפן נישט, מ'קען נישט לייגן קיין 'שלעסל' אויף זייערע אויגן, זיי זענען קליין און נייגעריג.

.


יעדער איז ביזי מיט די נקודה, און איך פארשטיי עס נישט,

אפשר ביסטע מסביר וואס פינקטליך זיי זעען וואס זיי דארפן נישט זעען?

פאר טייל עלטערע וועם זייער קאפ ליגט צווישען די פיס, קען זיך דאכטען אז קינדער זעען די זעלבע זאך,
מיין מיינוג, קינדער זעען גארנישט ראנג און מקווה, זיי האבן נישט די בליק ווי א ערוואקסענעם און זיי זעען נאר נערמאלע זאכען און מקווה,

אנשטאט אפהאלטן קינדער פון אויפוואקסן נאטירליך, ענדערש זאלען טייל ערוואקסענע נישט גיין און מקווה, והכל על מקומו יבוא בשלום,

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 6:20 pm
דורך נולד מאוחר
מיין רב זאגט אלץ אז מען נעמט דאס קונד מיטוואך נאכט און שוויטץ קען מען נעמען ערב שבת און מקוה.
אדרבה ווער קען מיר מסביר פשט?

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 9:04 pm
דורך berlbalaguleh
בדחן האט געשריבן:
קפנדריא האט געשריבן:
1. די קינדער זעען זיך אן מיט וואס זיי דארפן נישט, מ'קען נישט לייגן קיין 'שלעסל' אויף זייערע אויגן, זיי זענען קליין און נייגעריג.

.


יעדער איז ביזי מיט די נקודה, און איך פארשטיי עס נישט,

אפשר ביסטע מסביר וואס פינקטליך זיי זעען וואס זיי דארפן נישט זעען?

פאר טייל עלטערע וועם זייער קאפ ליגט צווישען די פיס, קען זיך דאכטען אז קינדער זעען די זעלבע זאך,
מיין מיינוג, קינדער זעען גארנישט ראנג און מקווה, זיי האבן נישט די בליק ווי א ערוואקסענעם און זיי זעען נאר נערמאלע זאכען און מקווה,

אנשטאט אפהאלטן קינדער פון אויפוואקסן נאטירליך, ענדערש זאלען טייל ערוואקסענע נישט גיין און מקווה, והכל על מקומו יבוא בשלום,

איך בין צו אלעם מסכים וואס דו זאגסט דא. נאר איין וויכטיגע נקודה האסטו פארגעסן. קינדער אונטער בר מצווה זאלן קיינמאל נישט גיין אליין. אן די השגחה פון טאטן.