בלאט 1 פון 1

איז יעצט טאג אדער נאכט?

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 3:19 pm
דורך בדחן
איז יעצט טאג אדער נאכט?

איך שטיי און גאס, דארף איך איינעם גלייבן אז יעצט איז טאג? אדער איך דארף זען אז יעצט איז טאג?

אלמלא איך זע און איך ווער איבערצייגט אז יעצט איז טאג, איז נאך שייך צו גלייבען אז יעצט איז טאג? אדער גלייבען איז נאר שייך ביי א זאך וואס איך בין נישט איבערצייגט?

איז מעגליך צו גלייבען אז יעצט איז טאג בשעת מען איבערצייגט דערין? אדער עס איז נישט מעגליך וויבאלד מען קען נישט גלייבען אזאך וואס מען איז איבערצייגט דערין, וויבאלד איינמאל מען איז איבערצייגט דערין איז מער נישט שייך דאס ווארט גלייבען דערויף?

אלמלא איך בין א טינקעלע שטוב ווי איך קען נישט זען צו עס איז טאג אדער נאכט, און איך גלייב אינעם 100% אז עס איז טאג, וועט א קשיא וואס איך וועל האבן דערויף אוועק נעמן מיין גלייבען און איך וועל אויפהערן גלייבען אז עס איז טאג? אדער איך וועל נאך אלץ יענעם גלייבען כאש אזי איך פארשטיי עס נישט 100% פערצענט?

{ איך שרייב די תגובה 3:05 מאנטאג נאכמיטאג ניו יארק סיטי צייט, }

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 3:23 pm
דורך יידל
לו יצוייר דו זיצט אין א טינקעלע שטוב, און איינער זאגט דיר אז יעצט איז טאג. דו גלייבסט יענעם 100% באמונה שלימה אז יעצט איז טאג. דערנאך קום איך אריין און איך זאג דיר אז עס איז דא א באהאלטענע פענצטער פון וואו דו קענסט ארויסקוקן און זיך אליינס איבערצייגן צו ס'טאג אדער נאכט. וועסטו מיר זאגן אז דו וועסט ענדערש נישט קוקן ווייל דיין גלויבן אין יענעם קען אפשר שוואך ווערן אויב וועסטו זען אז ס'נאכט?

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 3:30 pm
דורך בדחן
זיכער וועל איך וועלען קוקען, איך רעד אבער פון א מעשה ווי עס איז נישט דא קיין פענסטער, און איך האב איינעם וועם איך גלייב 100% פערצענט,
וועט א א קשיא וואס איך פארשטיי נישט אוועק נעמען פון דאס וואס איך גלייב, אדער איך וועל ענדערש טראכטען אז איך האב עפעס וואס איך פארשטיי נישט??

לאמיר מסביר זיין מיין שאלה אויף א אנדערע וועג: איינמאל איך האב א קשיא, פאלט אויטעמאטיש אוועק א חלק פינעם גלייבעם יענעם? אדער די צוויי זאכען האבן נישט קיין שייכות? ווייל איך מוז נישט אלעס פארשטיין אבער איך גלייב נאך אלץ..!?

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 3:34 pm
דורך יידל
געוואנדן פארוואס דו גלייבסט יענעם אזוי שטארק און ווי שטארק די קושיא איז וכו'. למשל אויב גלייבסטו יענעם נאר ווייל האסט אים נאכקיינמאל נישט געכאפט ביי א ליגנט, און די קושיא איז אז אין א שפאלט פון די דאך ווי ס'וואלט ע"פ חשבון געדארפט אריינקומען א שטראל ליכטיגקייט קומט גאר נישט אריין דעמאלטס ביזטו יא בארעכטיגט מפקפק צו זיין אין וואס יענער זאגט דיר.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 3:36 pm
דורך יידל
איך גלייב נישט אז מ'קען זיך קאנדישענען צו גלייבן אדער נישט צו גלייבן. (דאס הייסט איינער וואס גלייבט קען זיך נישט באפעלן אויפצוהערן גלייבן און אזוי אויך פארקערט איינער וואס גלייבט נישט, קען נישט אנהייבן גלייבן נאר ווייל ער וויל גלייבן).

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 3:37 pm
דורך בדחן
ניין, ווייל איך קען אלץ טראכטען אפשר איז דא עפעס וואס איך ווייס נישט, למשל און די מציאות אפשר איז דא א דאך העכער די דאך און איך זע נישט וויבאלד איך בין דאך איינגעשפארט אינעם צימער..

יידל, איך האב עורך געווען מיין פאריגע תגובה בשעת דו האלט געהאלאן אינמיטען ענטפערן,

איינער האקט

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 3:40 pm
דורך בדחן
יידל האט געשריבן:איך גלייב נישט אז מ'קען זיך קאנדישענען צו גלייבן אדער נישט צו גלייבן. (דאס הייסט איינער וואס גלייבט קען זיך נישט באפעלן אויפצוהערן גלייבן און אזוי אויך פארקערט איינער וואס גלייבט נישט, קען נישט אנהייבן גלייבן נאר ווייל ער וויל גלייבן).


איך האלט נישט אזוי, לאמיר דיר פרעגן מיט א משל,

ראובן גלייבט זיין ווייב אז ער האט נישט בוגד געווען און אים? יא,
איז מעגליך אז ער זאל אויפהערן גלייבען? יא,

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 3:42 pm
דורך יידל
ער קען זיך נישט הייסן אויפהערן גלייבן אזוי. נאר אויסערליכע זאכן (ווי ראיות, שמועות וכדו') קענען טוישן זיין גלויבן. דאס אליינס אז ער באשלוסט אויפצוהערן גלויבן וועט אים נישט מאכן אויפהערן גלויבן.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 3:43 pm
דורך יידל
בדחן האט געשריבן:ניין, ווייל איך קען אלץ טראכטען אפשר איז דא עפעס וואס איך ווייס נישט, למשל און די מציאות אפשר איז דא א דאך העכער די דאך און איך זע נישט וויבאלד איך בין דאך איינגעשפארט אינעם צימער..

יידל, איך האב עורך געווען מיין פאריגע תגובה בשעת דו האלט געהאלאן אינמיטען ענטפערן,

איינער האקט

ריכטיג, אבער דערנאך גייט ער ווייטער און מאכט א חשבון אויב ס'יא מסתבר אז ס'דא דארט א דאך אדער נישט.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 3:47 pm
דורך בדחן
יידל האט געשריבן:ער קען זיך נישט הייסן אויפהערן גלייבן אזוי. נאר אויסערליכע זאכן (ווי ראיות, שמועות וכדו') קענען טוישן זיין גלויבן. דאס אליינס אז ער באשלוסט אויפצוהערן גלויבן וועט אים נישט מאכן אויפהערן גלויבן.


אויב גלייבען איז אזאך וואס קען זיך נישט סתם אזוי אויפהערן נאר מען מוז האבן ראיות אדער שמועות אויפצוהערן, ווי אזוי באקימט מען עס אינעם ערשטען פלאטץ? וואס האט געמאכט דעם מענטש גלייבען?

גלייבען קימט דאך נאר אן ראיות, ווייל איינמאל עס איז דא ראיות איז ער דאך איבערצייגט דערין, ממילא פאלט אוועק די ווארט גלייבען דערפון, דאן ווי אזוי הייבט א מענטש אן צו גלייבען??

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 4:49 pm
דורך עוד מישהו
מיסטער בדחן, אפשר האסטו געשריבן דיין תגובה בין השמשות? איך קען נישט צו גוט די זייגער אין ניו יארק, לו יצוייר אז יא וועט אויסקומען אז "יעצט" איז נישט טאג און נישט נאכט, אדער ביידע צוזאמען, נקודה למחשבה.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 6:52 pm
דורך קליינע רעבעלע
לאמיר עס פרעגען אביסעל קלארער

לאמיר זאגען די שטייסט אויף מארגען ציפרי אין די זיעסט אז דע וועטער איז אכציג דעגרי און די טרעפסט דיין גיטן חבר
וואלסטי אים ציגעגאנגען פרעגען וואס זאגסטי צי אזא וועטער און מיטן ווינטער, אדער וואלסטי געטראכט אז אפשר האסטי געשלאפען 4 חדשים. פאר דעים איז יעצט אזוי הייס
אדער ביסטי געווארען א מין מענטש וואס אפילו עס איז קאלט שפירסטי היץ
בקיצור די וואלסט געטוישט דיין מיינונג וועגען די האסט א קשיא ווי אזוי קען זיין הייס און מיטען ווינטער אדער וואלסטי געטראכט אז דאס איז זיכער אז יעצט איז ווינטער נאר עס מיז זיין עפעס א סיבה וואס איך פארשטיי נישט פארדיעם איז אזוי הייס יעצט

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 7:29 pm
דורך יידל
בדחן האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:ער קען זיך נישט הייסן אויפהערן גלייבן אזוי. נאר אויסערליכע זאכן (ווי ראיות, שמועות וכדו') קענען טוישן זיין גלויבן. דאס אליינס אז ער באשלוסט אויפצוהערן גלויבן וועט אים נישט מאכן אויפהערן גלויבן.


אויב גלייבען איז אזאך וואס קען זיך נישט סתם אזוי אויפהערן נאר מען מוז האבן ראיות אדער שמועות אויפצוהערן, ווי אזוי באקימט מען עס אינעם ערשטען פלאטץ? וואס האט געמאכט דעם מענטש גלייבען?

גלייבען קימט דאך נאר אן ראיות, ווייל איינמאל עס איז דא ראיות איז ער דאך איבערצייגט דערין, ממילא פאלט אוועק די ווארט גלייבען דערפון, דאן ווי אזוי הייבט א מענטש אן צו גלייבען??

גלייבן קען קומען פון שוואכע ראיות, שמועות ועוד.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 7:36 pm
דורך יאיר
גלייבן, בדרך כלל, פאסט אויף א זאך וואס איז נישטא קיין עמפיריקעל עווידענס דערויף. כלומר, מען קען עס נישט אויפווייזן אין א לאבראטאריע.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 9:11 pm
דורך נולד מאוחר
אלעס איז שכל , דיין יא גלייבן און נישט גלייבן. אויב איינער פארציילט דיר א מעשה קלייבסטו עס ווייל ' סמאכט נישט קיין סענעס ער זאג סתם באקן א מעשה' . די רגע די כפסט אז יענער האט א סיבה צי משקר זייןגלייבסטו וויינגער.
איז ווי אזוי זאל א קשיא נישט אוועקנעמען פון דיין גלייבן?
אוודאי ווענד זיך ווי שטארק דיין סברא יז אויף יא קגלייבן, און ווי שטארק דיין קשיא איז כיידל.

אמונה און ריליגיע איז א צווייטע מסכתא ס'נישט גלייך צי טאג טעגליכע גלייבן וואס דער מענטש איז שוקל מאכט עס סענס צי נישט.
די אינפארמאציע פון ריליגע באקומען מיר פון אונזערע עלטערן נאך פאר מיר האבן די כלים צי גלייבן. א קליין קונד וואס זאגט אייבשטר האט נישט די כלים גלייבן ער באמבלד סתם נאך און דאס איז די קוואליטעט פון די אמונה ווען מיר וואקסן אויף. אזא סארט גלייבן ווערט נישט שוואכער מיט קיין קשיות ,סאיז לכתחלה נישט געבויט אויף סברה אדער שכל.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 9:27 pm
דורך בדחן
איז אזוי, צפון קאריע איינוואנער גלייבען א קיל אים דינג דאנג איז זייער רעטער, ער גיט זיי אלעס און פאר אים זענענן זיי שולדיג זייער לעבן, דאס האט מען זיי איינגערעדט יארען לאנג מיט די מעטאדען מיט וואס צפון קאריע איז אויסגעצייכענט, מוסלמענער דישהאדען גלייבען עס ערווארט א לעכטיגען גן עדן פאר דאס הרג'ט זיך, דאס האט מען זיין ברעינוואשט מיט אנדערע מיטלען,

מיין שאלה איז, איינמאל א מענטש ווערט איבערצייגט אינעם זאך וואס ער האט געגלייבט, איז נאך שייך צו גלייבען דערין? אדער עס איז מער נישט שיך וויבאלד למשל אויף א ראיה אז יעצט איז טאג איז נישט שייך צו זאגען אז איך גלייב אז יעצט איז טאג?!

למשל: ראובן זאגט פאר שמעון אלץ גיטע חבר האב איך געלייגט און דיין באנק אקאנוט צוויי טויזענט דאלער, שמעון גלייבט אים אז ער האט עס געטיען, שפעטער גייט שמעון און באנק און ער זעט די צוויי טויזענט דאלער פון ראובן { ראבון'ס טשעק }, איז נאך שייך צו זאגען אז שמעון גלייבט אז ראובן האט אים געגעבן צוויי טויזענט דאלער?? אדער וויבאלד שמעון האט עס שוין געזען, דערפאר איז איז עס שוין נישט שייך צו גלייבען?? עס איז ענדערש א הוכחה ווי א אמונה,

אדער לאמיר פרעגן מיין שאלה אביסל אנדערש: א גדול וואס האט אדורוך געטיען אלעס ארום בריאת שמים וארץ, ארום די דרייצן אני עקרים, און ער איז ארויס אז ער פארשטיט אלעס און ער האט צו יעדע זאך א מסקנא ער איז געבליבן אנע קשוית, ווי פיקנטליך איז זיין אמונה בהשי"ת?

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 9:34 pm
דורך בדחן
נולד מאוחר האט געשריבן:אמונה און ריליגיע איז א צווייטע מסכתא ס'נישט גלייך צי טאג טעגליכע גלייבן וואס דער מענטש איז שוקל מאכט עס סענס צי נישט.
די אינפארמאציע פון ריליגע באקומען מיר פון אונזערע עלטערן נאך פאר מיר האבן די כלים צי גלייבן. א קליין קונד וואס זאגט אייבשטר האט נישט די כלים גלייבן ער באמבלד סתם נאך און דאס איז די קוואליטעט פון די אמונה ווען מיר וואקסן אויף. אזא סארט גלייבן ווערט נישט שוואכער מיט קיין קשיות ,סאיז לכתחלה נישט געבויט אויף סברה אדער שכל.


קענסטע מסביר זיין די נקודה מער באריכות? יישר כח פון פאראויס,

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 9:49 pm
דורך נולד מאוחר
בדחן האט געשריבן:איז אזוי, צפון קאריע איינוואנער גלייבען א קיל אים דינג דאנג איז זייער רעטער, ער גיט זיי אלעס און פאר אים זענענן זיי שולדיג זייער לעבן, דאס האט מען זיי איינגערעדט יארען לאנג מיט די מעטאדען מיט וואס צפון קאריע איז אויסגעצייכענט, מוסלמענער דישהאדען גלייבען עס ערווארט א לעכטיגען גן עדן פאר דאס הרג'ט זיך, דאס האט מען זיין ברעינוואשט מיט אנדערע מיטלען,

מיין שאלה איז, איינמאל א מענטש ווערט איבערצייגט אינעם זאך וואס ער האט געגלייבט, איז נאך שייך צו גלייבען דערין? אדער עס איז מער נישט שיך וויבאלד למשל אויף א ראיה אז יעצט איז טאג איז נישט שייך צו זאגען אז איך גלייב אז יעצט איז טאג?!

למשל: ראובן זאגט פאר שמעון אלץ גיטע חבר האב איך געלייגט און דיין באנק אקאנוט צוויי טויזענט דאלער, שמעון גלייבט אים אז ער האט עס געטיען, שפעטער גייט שמעון און באנק און ער זעט די צוויי טויזענט דאלער פון ראובן { ראבון'ס טשעק }, איז נאך שייך צו זאגען אז שמעון גלייבט אז ראובן האט אים געגעבן צוויי טויזענט דאלער?? אדער וויבאלד שמעון האט עס שוין געזען, דערפאר איז איז עס שוין נישט שייך צו גלייבען?? עס איז ענדערש א הוכחה ווי א אמונה,

אדער לאמיר פרעגן מיין שאלה אביסל אנדערש: א גדול וואס האט אדורוך געטיען אלעס ארום בריאת שמים וארץ, ארום די דרייצן אני עקרים, און ער איז ארויס אז ער פארשטיט אלעס און ער האט צו יעדע זאך א מסקנא ער איז געבליבן אנע קשוית, ווי פיקנטליך איז זיין אמונה בהשי"ת?

קענסט מסביר זיין וואיזוי איז שייך גלייבן און ווייסען און די זעלבע צייט? כפארשטיי נישט די צד.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 10:00 pm
דורך יאיר
בדחן האט געשריבן:איז אזוי, צפון קאריע איינוואנער גלייבען א קיל אים דינג דאנג איז זייער רעטער, ער גיט זיי אלעס און פאר אים זענענן זיי שולדיג זייער לעבן, דאס האט מען זיי איינגערעדט יארען לאנג מיט די מעטאדען מיט וואס צפון קאריע איז אויסגעצייכענט, מוסלמענער דישהאדען גלייבען עס ערווארט א לעכטיגען גן עדן פאר דאס הרג'ט זיך, דאס האט מען זיין ברעינוואשט מיט אנדערע מיטלען,

מיין שאלה איז, איינמאל א מענטש ווערט איבערצייגט אינעם זאך וואס ער האט געגלייבט, איז נאך שייך צו גלייבען דערין? אדער עס איז מער נישט שיך וויבאלד למשל אויף א ראיה אז יעצט איז טאג איז נישט שייך צו זאגען אז איך גלייב אז יעצט איז טאג?!

למשל: ראובן זאגט פאר שמעון אלץ גיטע חבר האב איך געלייגט און דיין באנק אקאנוט צוויי טויזענט דאלער, שמעון גלייבט אים אז ער האט עס געטיען, שפעטער גייט שמעון און באנק און ער זעט די צוויי טויזענט דאלער פון ראובן { ראבון'ס טשעק }, איז נאך שייך צו זאגען אז שמעון גלייבט אז ראובן האט אים געגעבן צוויי טויזענט דאלער?? אדער וויבאלד שמעון האט עס שוין געזען, דערפאר איז איז עס שוין נישט שייך צו גלייבען?? עס איז ענדערש א הוכחה ווי א אמונה,

אדער לאמיר פרעגן מיין שאלה אביסל אנדערש: א גדול וואס האט אדורוך געטיען אלעס ארום בריאת שמים וארץ, ארום די דרייצן אני עקרים, און ער איז ארויס אז ער פארשטיט אלעס און ער האט צו יעדע זאך א מסקנא ער איז געבליבן אנע קשוית, ווי פיקנטליך איז זיין אמונה בהשי"ת?

עס איז נישט שייך צו ארויסהאבן א יעדע פרט פון די י"ג עקרים. למשל, קיינער קען נישט מסביר זיין וואס דער באשעפער איז. אויף דעם איז שייך גלייבן, אז וויבאלד מיר האבן ראיות אז ער עקזיסטירט, מוז זיין אז דאס איז אמת, כאטש מיר קענען דאס נישט אויפווייזן בחוש, דהיינו מיט עמפיריקעל עווידענס.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 10:06 pm
דורך בדחן
מען קען אבער זיין איבערצייגט דערין, חוץ די לעצטע פון תחית המתים, קעסטע אויף יעדע פון ד י"ג עיקרם ברענגן ערענסטע באווייזען אז עס איז לאגיש איבערצייגענד,
אקעי, אויף די דריטע אויך נישט, דאס זע איך אויך נישט ווי אזוי עס זאל זיין שייך צו האבן א סברא דערויף, דאס איז ריין אמונה.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 10:08 pm
דורך יאיר
דו קענסט ברענגען פילאזאפישע ראיות, דו קענסט אבער נישט ברענגען עמפיריקעל ראיות אויף קיין איינע פון די אני מאמין'ס.