הכרת הטוב – במשנת רבי אביגדור

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
שיטה מקובצת
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 574
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1480 מאל

הכרת הטוב – במשנת רבי אביגדור

שליחה דורך שיטה מקובצת »

די מידה פון הכרת הטוב איז פון די יסודות פון אידישקייט. רוב מצוות פון די תורה זענען באזירט אויף די געוואלדיגע ניסים וואס דער אייבערשטער האט אונז געטוהן אין לויף פון די אלע יארן, און מיר זענען מחויב אויסצודרוקן אונזער הכרת הטוב אויפ'ן באשאפן די וועלט (דורך היטן שבת), אויף יציאת מצרים (דורך היטן פסח, סוכות וכו') און אויף די אלע אנדערע וואונדערליכע זאכן וואס דער רבוש"ע האט אונז געטוהן. אפילו ווען מיר טוען אזא מונדאנע זאך ווי גיין אין ביה"כ דארפן מיר דאנקען דעם אויבערשטן אויף די נקבים און חלולים וואס מאכן אז אונזער גוף זאל קענען פונקציאנירן ווי עס דארף צו זיין, און אז מיר זאלן קענען לעבן און אנגיין מיט'ן לעבן אן קיינע שטערונגען.

עס זענען פארהאן אסאך פרטים און פרטי פרטים וואס א מענטש לייגט געווענטליך נישט צו קיין קאפ אז ס'איז בעצם א געוואלדיגע געלעגענהייט זיך צו דערהייבן בעבודת ה' דורך מקיים זיין די מצוה פון הכרת הטוב. ווען מיר דאנקען דעם אויבערשטן "שלא עשני גוי", ווען מיר זאגן "ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו והבדלנו מן התועים", דארפן מיר נישט נאר טראכטען אז מיר דאנקען דעם רבוש"ע אויף די רוחניות'דיגע זכי' אז מיר זענען אידן, נאר אויף פאר די גשמיות'דיגע בענעפיטן וואס מיר האבן א דאנק דעם וואס מיר זענען נישט קיין נידעריגע גוים. עס איז באקאנט וואס דער רמב"ם שרייבט אז מאכלות אסורות פארשטאפן דעם קאפ פון א איד, אבער מ'דארף אויך אייביג וויסן און געדענקען אז רוב מאכלות אסורות זענען פשוט שעדליך פאר'ן מענטש בגשמיות. סיי בהמות טמאות זענען נישט אזוי געזונט פאר א מענטש, און סיי נבילה וטריפה. די תוה"ק באשיצט דעם מענטש פון כל מיני מחלות בלויז מיט'ן איינהאלטן די איסורי אכילה. (היינט זענען טאקע דא זייער אסאך גוים וואס זענען מקפיד צו קויפן דווקא כשר'ע מאכלים ווייל זיי ווייסן אז ס'איז געזונטער.) דאס איז א באזונדערע זאך וואס מיר דארפן אויף דעם דאנקען דעם אייבערשטן.

נאך א גשמיות'דיגע תוצאה וואס קומט ארויס פון שמירת התורה איז דאס וואס דער אייבערשטער לאזט אונז נישט פארן אויף די גאסן פאר א זעקסטל פון אונזער לעבן (שבתים וימים טובים). ווי באקאנט זענען כל הדרכים בחזקת סכנה, און מיר אידן זענען מיט א זעקסטל ווייניגער אויסגעשטעלט צו די סכנות פון די דרכים. נאך מער פון דעם, ווי באקאנט געשעען רוב עקסידענטען דווקא אין די "וויקענדס" ווען די גוים שיכור'ן זיך אן און ווערן צולאזט. מיר אידן זענען נישט אויסגעשטעלט דעמאלטס צו זיין אין די גאסן, און מיר ווערן געראטעוועט פון די סכנות.

א איד וואס איז מקיים דעם ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם דארף נישט נאר אויסדרוקן זיין הכרת הטוב צום אויבערשטן אז ער איז א הייליגער אפגעהיטענער איד, נאר אויף אין דעם גשמיות'דיגן זין, אז ער קוקט זיך נישט אן מיט כל מיני תאוות עוה"ז, ער זעהט נישט די אלע נארישקייטן פון די וועלט, וואס מאכט נאר אז מ'זאל נישט זיין צופרידן פון וואס מ'האט און מ'זאל לעכצן פאר זאכן וואס מ'קען נישט צוקומען צו זיי. מיר ווייסן דאך אז רוב מענטשן פון די וועלט דרייען זיך ארום פאר' צרה'ט און פארצווייפלט – זיי זענען נישט צופרידן פון זייער מצב אויף די וועלט. זיי זענען נישט צופרידן פון זייער פרנסה, פון זייער ווייב/מאן, פון וואס זיי ווייסן נישט. דאס אלעס פארמיידט דער עהרליכער איד וואס טראכט נישט וואס מ'טאר נישט, און קוקט נישט וואס מ'טאר נישט, און הערט נישט וואס מ'טאר נישט. אזא מענטש איז א צופרידענער מענטש. נישט אומזינסט ווייזן אלע שטודיעס אז אידן זענען די צופרידנסטע מענטשן.

הכרת הטוב פאר'ן בורא כל העולמים איז א זאך פון וואס מ'דארף כסדר טראכטען, און די אנערקענונג פון די אלע חסדים פון ער טוט מיט אונז דארף נאר וואקסן יעדן טאג. ווי מיר ווערן עלטער און עלטער דארפן מיר מער איינזעהן די נפלאות הבורא אויף די וועלט, מיר קוקן צו מער וועלטס געשעענישן, מיר זעען פון מער השגחה פרטית, מיר הערן זיך ליידער אן מיט אסאך צרות. ווערן עלטער דארף אונז עפענען די קאפ און אנערקענען די אלע חסדים וואס דער אויבערשטער טוט מיט אונז, די גוטס אויף טריט און שריט, פאר אונז אליין, אונזערע קינדער, די בני משפחה, אז אלעס גייט מער-ווייניגער גוט. מיר דארפן מיט די אנערקענונג שטייגן אין עבודת ה' און אויסדרוקן אונזער דאנקבארקייט דורך מכיר טוב זיין דעם הייליגן באשעפער אויף אלעם.

אז מ'זאל נאר אריינטראכטען אין אזא קלייניגקייט. א קינד ווערט געבוירן, און פאר די קומענדיגע 18-20 יאר וואקסט ער און ער ווערט גרעסער און גרעסער. מיר דארפן מכיר טוב זיין די געוואלדיגע חסד הבורא פשוט צו אנערקענען די וואונדער פון די בריאה אז אלע אברים פון דעם קינד וואקסען צוזאמען. ביידע הענט וואקסן אויף איין מאל, די פיס וואקסן מיט די זעלבע שנעלקייט. אלע מאסן פון דעם גוף ווערן צוביסלעך גרעסער מיט א הפלא'דיגן סדר און פונקטליכקייט. דאס דארפן מיר וויסן און פארשטיין, און אויסדרוקן שבח והודאה צום אייבערשטן אויף דעם.

מיר דארפן מכיר טוב זיין נישט נאר פאר נפלאות הבורא, נאר אויך פאר חכמת בני אדם. דער הייליגער חובת הלבבות שרייבט אין שער הבחינה "וממה שראוי לתת אל לבך ולבחון בו, הסכמת בני אדם והתחברות לבותם עם רוב התחלקות מידותם, למנות עליהם איש מהם, ומקבלים עבודתו ושומעים בקולו במה שהוא מצווה ומזהיר אותם, ויראים אותו והוא שומר אותם וחומל עליהם, ודן בצדק ביניהם ומנהיגם על מה שיש בו תקנת כולם, כדי שלא יתקלקלו ענייניהם ולא יוכל האויב להם." דער עצם זאך אז דער אויבערשטער האט חונן דעת געוועהן מענטש אז זיי זאלן זיך צוזאמעננעמען און מאכן געזעצן, אוועקשטעלן מענטש וואס זאלן שטיין בראש (ווי חז"ל זאגן, "הוי מתפלל בשלומה של מלכות, שאלמלא מוראה איש את רעהו חיים בלעו"), דאס אלעס איז א געוואלדיגער חסד הבורא אויף וואס מיר דארפן כסדר דאנקען. די זעלבע איז די חכמה וואס דער אויבערשטער האט אריינגעגעבן אין די הערצער פון מענטשן פאר "הסכמת בני אדם על המקח ועל הממכר בזהב ובכסף" – דאס איז די חכמה פון עקאנאמיע, וואס בויט דאך די וועג ווי אזוי מענטשן לעבן, און מאכט אז יעדער זאל האבן צו עסן און צו טרינקען וכו'. מיר טארן נישט פארגעסן אז אויף דעם אלעם דארפן מיר דאנקען דעם מלך מלכי המלכים פאר די חכמה נפלאה וואס ער האט אריינגעלייגט אין מענטשן. רבי אביגדור מילער האט צו דעם צוגעלייגט דעם ענין פון טעכנאלאגיע, וואס אין דעם איז נכלל הן די חכמה זעלבסט וואס מאכט גרינגער פאר מענטשן און מאכט די לעבן לענגער און געזונטער, און הן די ענין פון הסכמת בני אדם, ווי די רויטע און גרינע לעמפעלעך ביי די גאסן וואס מאכט אז די גאסן זאלן זיין א קלענערע סכנה, און ראטעוועט מענטשן.

אז מ'לערנט אין א שיין געדרוקטן ספר מיט הרחבת הדעת, אז מ'נעמט א מעדיצין, אז מ'עסט א געשמאקן סעודת שבת מיט קאלטע מאכלים פון פרידזשידעיר, טארן מיר נישט פארגעסן צו דאנקען און ארויסווייזן אונזער הכרת הטוב צום הייליגן באשעפער אויף זיינע גרויסע חסדים. און אפילו אט דאס, אז מיר קענען פון די באקוועמליכקייט פון אונזער שטוב אדער אויף אונזער טעלעפאן זיצן און פארברענגען אויף א עהרליכע מקום, צו שמועסן און דורכטוהן נושאים על דרך התורה - דאס איז א געוואלדיגע חסד הבורא אז ער האט אריינגעגעבן די חכמה אין מענטשן צו שאפן די טעכנאלאגיע פון אינטערנעט, און אין אנדערע אהערצושטעלן דעם דאזיגן מקום.

צו וואקסען און שטייגן אין דעם ענין פון הכרת הטוב דארף א מענטש זיך אייביג צוגעוואוינען צו לעבן אויף דעם אופן. מ'טרעפט אמאל א מענטש און מ'פרעגט אים, "ווי אזוי גייט עס?" און ער ענטפערט, "עס וואלט געקענט זיין בעסער..." אזא מענטש האט דא פארלוירן די געלעגענהייט זיך צו קאנצענטרירן אויף די אלע חסדים וואס דער אויבערשטער טוט און אויסצודרוקן שבח והודאה מיט'ן זאגן "ברוך ה'!" מה אשיב לה' כל תגמלהו עלי. אויף יעדן אטעם וואלט מען געקענט אויסזאגן גאנץ הלל, איז דאך אוודאי די עבודה פון א איד שטענדיג דאס צו געדענקען און לעבן מיט הכרת הטוב פאר'ן אויבערשטן.

א מענטש וואס לעבט שטענדיג מיט הכרת הטוב קען נישט אפטיילן הכרת הטוב פאר'ן אויבערשטן און הכרת הטוב פאר מענטש. אויב די הייליגע מידה איז איינגעווארצעלט אין הארץ זעהט מען עס אויף טריט און שריט – אלעמאל דרוקט מען אויס א דאנק פאר יעדן חסד וואס איינער טוט. אייביג זאגט מען יישר כוח פאר'ן מאן אדער ווייב פאר'ן ארויסהעלפן, אדער פאר א קינד פאר'ן צולייגן א פלייצע. א "הכרת הטוב איד" איז אן אנדערער סארט מענטש – ער איז אייביג מכיר טוב יעדער וואס טוט גוטס. אפילו אמאל ווען מען גייט אריין אין א בנין און א טונקעלער גוי האלט דער טיר אפען, און אפילו מיר ווייסן דאך אז ער מיינט זיינע אינטערעסן פון כבוד וכדומה, דארף מען נזהר זיין אויסצודרוקן הכרת הטוב און זאגן א יישר כוח.

אז מיר וועלן ארבייטן אויף די הייליגע מידה וועלן מיר אלע זוכה זיין נתקרב צו ווערן נענטן צום אויבערשטן, ביז מיר וועלן זיך זוכה זיין צו דעם גרויסן טאג ווען דער רבוש"ע וועט ארויסווייזן זיין הכרת הטוב פאר זיינע טייערע אידישע קינדערלעך, און וועט אונז שיקן די גאולה שלימה במהרה בימינו, אמן.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר