די גאר שטארקע באווירקונג פון יידן אויף וועלט-ציוויזילאציע
נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 11:49 pm
[justify]בא מיר איז לעצטענס געווארען א קלאץ קשיא: פארוואס האט אונזער ציוויליזאציע אנטוויקלט'זיך נאר אין די לעצטער פאר הונדרעט יאר? האב איך אנגעהויבן זוכען אויף וויקיפעדיע, און ב"ה יגעתי ומצאתי, טעאריע'ס געשריבן אויף דעם זענען פאראן אן א שיעור. אבער מיין נייגעריגקייט איז נאך נישט זאט געווארען... על הרוב שרייבען זיי שיינע רעיונות וועגען די צוקונפט פון טאכנאלאגיע, ווען ומלאה הארץ נאכגעמאכטע-שכל וואס וועט איבערנעמען מענטשליכע שכל-מעגליכקייטן (געדאנקען פון בארימטע וויסענשאפט-בעלעטריסטישע שרייבער). אדער זיי פארנעמען מיט ווי אזוי פינקטלעך זאל מען מעסטען אט די פאסירונג (שיעורים איז נישט נאר א שאלה אין הלכה...), צום ביישפיל דעם מור-געזעץ (אז יעדער אכצען מאנאט ווערט געדאפלט דעם קראפט פון א קאמפיוטער טשיפ). אבער דאס אלץ זענענן חיצוניות'דיקער סממנים און אויסדריקן וואס פארנעמען'זיך נישט מיט דעם ווארצל פון מיין אויבענדערמאנטע פראגע, פארוואס טאקע אזוי? אלץ וואס זיי שרייבען נעמט דעם טעכנעלאגיע רעוואלוציע וואס מיר לעבען אדורך אלץ פאקט און בויען אויף דעם הויכע בנינים, אבער הלמאי דווקא אין דער לעצטער פאר הונדרעט יאר?
לכאורה קען מען ענטפערען גאר בפשטות: פאר דער יידישער אסימילאציע באוועגונג ביים סוף 18טן יארהונדרעט, האבן יידן געווען פארנומען אדער אין לערנען תורה אדער אין מאכן א פרנסה, אבער זיי האבן קיין שייכות ניט געהאט צו וויסענשאפט. היות אז יידן זענען געבענטשט מיט טאלאנטען מער פון יעדעס פאלק אויפן וועלט, האט וויסנשאפט אן יידן געווען פונקט ווי א בייגל אן א לאך, נישט קענענדיק דערגרייכן אירע פולע יכולת. אבער נאך די אסימילאציע באוועגונג, ווען טויזענטער יידן האבן אנגעהויבן ווערן א חשוב'ער טייל פון דער אקאדעמישער וועלט, האבן זיי אנגעהויבן מיטשטייערן זייער עילויישע מעגליכקייטן מיט די קנאות וואס נאר א פרייער ייד פארמאגט. איך מיין די ברענענדיקע פאסיע פון פרייער יידן צו פארבעסערען די וועלט על צד היותר טוב (וואס פון דעם שטאמט "תיקון עולם" אין אלע אירע פארמען), און וואס פאר א בעסערע מיטל ווי וויסענשאפט וואס דורך איהר קענען די גאנצער וועלט האבן הנאה דערפון און ווערן מער אנטוויקלט. זענען מיר נישט די אויסדערוויילטע פאלק וואס אירע צוועק איז צו זיין א וועג-ווייזער פאר גאנץ ציוויליזאציע? דאס פארנעמונג אין וויסענשאפט איז געווען א געזונטער פארמעלע פון ערפאלג וואס האט געמאכט (און מאכט אלץ נאך) דער גרעסטע צושטייער צו מענטשהייט זינט באשאפען פון וועלט.
דאס איז אלץ געגרונדעט אויפן יסוד אז רוב מנין ובנין פון וויכטיג וויסענשאפטליכע אנטפלעקונגען זענען פרודאקטן פון יידישע פארשונג אין יעדער תחום פון וואס איז נאר מעגליך. ג'ארג' גילדער בריינגט דאס ארויס זייער שיין און טיף אין זיין בוך "דאס ארץ-ישראל'דיקע פראבע". ער שרייבט וועגן קוואנטעם פיזיק פון איינשטיין, פון וואן-ניומען און זיין ארבעט מיט דעם "מאנהאטאן פראג'עקט" (וואס איהרע אטאמישע באמבעס האבן געבראכט א סוף צום צוויטן וועלט קריג), ווי וואן-ניומען'ס פארשונג אין מאטעמאטישע אלגאריזם'ס זענען דער יסוד פון קאמפיוטערס און איפארמאציע-טעכנאלאגיע בכלל. ער איז ממשיך צו מסביר זיין ווי אין אונזער תקופה פון עקבתא דמשיחא איז ארץ-ישראל געווארען א קיבוץ-גליות פון יידישע טאלאנט, און במילא מציון תצא די גרעסטער אויפטוען אין טעכנאלאגיע וואס קען נאר זיין, און מיט דעם מארשירן מיר צום צוקונפט, דער ימות-המשיח פון מענטשליכע-אנטוויקלונג (זע אויך "דער סטארט-אפ פאלק" פון דן סענאר און שאול סינגער). די בעסטער הוכחה אויף דעם בריינגט ער פון "אינטעל", וואס פראדוצירט מעכטיגע קאמפיוטער טשיפס וואס געפינען'זיך אין כמעט יעדער פערזענליכע-קאמפיוטער און קלוג-פאן אויפן וועלט. די מערסט וויכטיגע פארשונג פון "אינטעל" ווערט געטאן אין ארץ-ישראל'דיקע בתי-מדרשים (צענטערס פון "פארשונג און אנטוויקלונג") דורך יידישע טעכניקערס (זע אויך דא און דא).
איך בין נייגעריק צו וויסען ווי וואלט אונזער וועלט אויסגעקוקט אויב די וועלט-בארימט יידישע וויסענשאפטלערס און פארשערס וואלטן געהארעוועט זייער נעכט און טעג אויף א בלאט גמרא אדער א ביכל שו"ע. אפשר וואלטן מיר געהאט פיל מער מיוחד'דיקער גאונים אויפן מדרגה פון דער ראגאטשאווער גאון און ר' חיים בריסקער. (דרך-אגב, ווען ביאליק האט געטראפען דער ראגאטשאווער, איז ער געווען אין אזא התפעלות אז ער האט פראקלאמירט, "פון דער ראגאטשאווער'ס קאפ קען מען אפהאקען צווי איינשטיין'ס"). אבער פון צווייטן זייט אפשר וואלט היטלער ימ"ש ניט געהאט די וויסענשאפטליכער מעגליכקייטן צו הארגענען זעקס מיליאן מענטשען בבת אחת? ווער ווייס...[/justify]