איך האב שוין געהערט עטליכע מאל נאכזאגען אז אין די גמרה שטייט אז ווען א גרויסע פיש שלינגט איין א קליינע פיש, כאטש וואס עס וואלט מסתביר געווען אז די קליינער ווערט איינגעשלינגען זנב תחילה ווייל ער פראבירט דאך צו אנטלויפען, איז אבער נישט אזוי, נאר די דג גדול שלינגט קודם איין די ראש של קטן, להודעינו אז ווען די בוכ"ע איז מכין מזון לכל בריאותיו, קומט עס אנטקעגן (עפעס אזוי).
האט איינער אמאל געזעהן די גמרה אינעווייניג?
איך האב איבערגעדרייט די גוגל און גענישטערט אין היבראו בוקס מיט קיין סוקסעס. אדרבה, אין יו טאב זעהט מען בפירוש אז זיי קומען נישט אזוי גערן.
דג במעיו של דג גדול, ראשו תחילה
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
איך ווייס נישט דער מקור אבער איך האב געהערט דער פשט אביסל אנדערש
דער פיש זאגט פארן אייבערשטן: "מיינע אויגן זענען אין פראנט, איך קען נישט זעהן פון די בעק, ממילא פון די פראנט וועל איך מיר אליינ'ס אכטונג געבן, איך בעט דיר נאר אז דו זאלסט מיר אפהיטן פון די בעק"
זאגט אים דער אייבערשטער: "געשלאסן מקח! איך וועל דיר וואטשן פון די בעק אז אן אנדער פיש זאל דיר נישט איינשלינגען פון אונטן, און דו וועסט דיך אליינ'ס וואטשטן פון פראנט"
יעצט לאמיר זעהן וואס דו קענסט? דו שווימסט אריין גלייך אינעם גרויסן פיש'ס מויל.
דער פיש זאגט פארן אייבערשטן: "מיינע אויגן זענען אין פראנט, איך קען נישט זעהן פון די בעק, ממילא פון די פראנט וועל איך מיר אליינ'ס אכטונג געבן, איך בעט דיר נאר אז דו זאלסט מיר אפהיטן פון די בעק"
זאגט אים דער אייבערשטער: "געשלאסן מקח! איך וועל דיר וואטשן פון די בעק אז אן אנדער פיש זאל דיר נישט איינשלינגען פון אונטן, און דו וועסט דיך אליינ'ס וואטשטן פון פראנט"
יעצט לאמיר זעהן וואס דו קענסט? דו שווימסט אריין גלייך אינעם גרויסן פיש'ס מויל.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 98
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 3:23 pm
- האט שוין געלייקט: 98 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל
ברסלבער האט געשריבן:איך ווייס נישט דער מקור אבער איך האב געהערט דער פשט אביסל אנדערש
דער פיש זאגט פארן אייבערשטן: "מיינע אויגן זענען אין פראנט, איך קען נישט זעהן פון די בעק, ממילא פון די פראנט וועל איך מיר אליינ'ס אכטונג געבן, איך בעט דיר נאר אז דו זאלסט מיר אפהיטן פון די בעק"
זאגט אים דער אייבערשטער: "געשלאסן מקח! איך וועל דיר וואטשן פון די בעק אז אן אנדער פיש זאל דיר נישט איינשלינגען פון אונטן, און דו וועסט דיך אליינ'ס וואטשטן פון פראנט"
יעצט לאמיר זעהן וואס דו קענסט? דו שווימסט אריין גלייך אינעם גרויסן פיש'ס מויל.
דא האט איר די מקור, דער אוסטראווצער אין מאיר עיני חכמים מהדורא תליתאי אויף פורים זאגט עס. נאכדעם זאגט ער א מוראדיגע בחינה איבערן נס פורים ווי אזוי די נס איז געקומען, כ'ברענג אראפ די שטיקל, עס איז כדי אדרוך צוקוקן.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=76
בחודש הראשון וכו' הפיל פור הוא הגורל וכו' לחודש שנים עשר הוא חודש אדר (ג,ז). איתא במדרש אסתר רבה (ז,יג) מזל דגים משמש בחודש אדר ושמח המן ואמר כשם שהדגים בולעין כן אני בולע אותן, ונראה לבאר המדרש בהקדם לבאר ענין נפלאה בענין השגחת הבורא, דהנה ידוע כאשר דג בולע דג אחר הקטן ממנו, בולעו מצד הראש ולא מצד זנבו, והנה לפי השכל הי' צריך לבולעו מצד הזנב דכאשר הדג הקטן בורח מהדג הגדול והגדול רודף אחריו הי' צריך לפגוע תחלה בזנבוץ
רק הענין הוא דבאמת הדג שהוא רודף אחריו אינו משיג לעולם רק בשעת הרדיפה הוא תופס דג אחר שבא לנגדו ואת זה הוא בולע, ובאמת הוא חסד
הבורא ורחמיו על כל מעשיו שלא יבלע אותו הדג בצד הזנב, כי בעת שהדג הנתפס שט במים אז סנפירין שלו הם רחבים וקשים כמו מחטים, ואם הי' בולע אותו מצד הזנב אז הי' הסנפירין נוקבים את מעי הדג הגדול, אבל כאשר בולע אותו מצד הראש אינו ניזוק כי הסנפירין נכפפים וחלקים כידוע.
ובאמת כל פחד של הדג הבורח אינו אלא מצד הזנב שלו דאינו רואה מה באחור אבל מצד הראש שלו אינו מפחד מאומה כי יש לו באותו צד עינים לראות במי שרוצה להרע לו ולנוס מפניו, וזהו השגחת הבורא דבמקום שהדג מפחד היינו בחלק האחור שם הקב״ה שומרו ומצילו ונותן לו סנפיר וקשקשת שלא יוכל דג אחר להרע לו, אבל בחלק הראש שאינו מפחד שם הדג הגדול יכול לו, ובאמת מזל כזה חודש אדר יש שייכות בכל אדם ג״כ, שבדבר שהוא מפחד ואין לו עצה וסומך על הקב״ה שיעזור לו אז לא יגיע לו שום רעה, אך בדבר שהוא אצלו בבחי' פנים וראש דהיינו שמדמה בדעתו שאינו צריך לפחוד כי יש לו עצות שונים אז חייו ביכולת לבלעו.
ומובן בזה המדרש הנ״ל מה שאמר המן כשם שהדגים בולעין כן אני בולע אותן וכן איתא בילקוט אסתר (רמז תתרנד) שאמר המן תפושים הם
בידי כהדין נונא, והיינו דבאמת ידע המן שבחודש הזה הוא מזל דגים, וידע שאם האדם הוא בבחינת אחוריים ומפחד וסומך על הקב״ה אז אין ביכולת
לעשות לו שום רע, אך בדעתו של המן הי' כשיגזור הגזירה שמסתמא יערכו היהודים מלחמה נגדו או ידמו בנפשם שמרדכי הצדיק יצילם דהי' גדול בבית המלך ולא יפחדו מאומה מהגזירה, ואז יהיו בבחינת פנים כמו הדג בצד הראש ואז יתפשם ויבלעם מצד הראש כהרין נונא, ובאמת כן הי' שישראל לא פחדו מאומה בתחילה ובפרט שאמרו אחות יש לנו בבית המלך כדאיתא במס' מגילה (טו:), ובאמת מחמת זה היו בצרה ובסכנה גדולה לנפול ברשת המן ח״ו, והי' בזה השגחת הבורא ית״ש שהראה למרדכי מן השמים שכבר נגזרה הגזירה וכדכתיב ״ומרדכי ידע את כל אשר נעשה" (ד,א) שידע שכבר נגזרה הגזירה, והזעקה שזעק מרדכי לא הי' זעקה מתוך תפלה כי בדעתו הי' שכבר אבדה תוחלתם וכבר נגזרה גזירה, והזעקה הי' רק כמו זעקת יסורים הגם שאינו מועלת, וגם מה שהי' בדעתם שאחות יש לנו בבית המלך דהיינו אסתר, עכשיו ראו שאדרבה אין לה יכולת לעשות מאומה וכמו ששלחה אסתר למרדכי ע"י התך, וגם ראו שהזמינה אסתר להמן אל בית המשתה, ואז כאשר ראו שנכזבה תוחלתם מכל המליצים ונהפוך הוא פי' שנהפך חלק הפנים ונעשה מזה חלק אחוריים עי"ז המה בשונאיהם היינו שנצחו היהודים, דכמו בדגים שאם יבוא הדג ויתפוס בחלק
האחור של הדג הקטן יחנק את עצמו ע"י הסנפיר וקשקשת, כן נחנק המן בחלק האחור שרצה לבולעם ושלטו היהודים המה בשונאיהם.
קען זיין דאס איז דער ענין פארוואס חז"ל האבן מתקן געווען דעם מיחייב איניש לבסומי בפוריא עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי, אז ווי לאנג א איד מיינט אז ער קען זיך נאך פארלאזן אויף איינעם אפי' אויף ברוך מרדכי איז עס פארקערט דאס מאכט נאך די צרה גרעסער, פון פורים דארף מען ארויס נעמען, און צוקומען צו פארשטיין עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי, קיין בשר ודם קען מיר נישט העלפן, און אויף קיינעם פארלאז איך מיר נישט, נאר אויפן רבוש"ע אליין, אין לנו מלך עוזר וסומך אלא אתה.
ווי דער רמב"ם אנהויב ספר היד החזקה ביי די מנין המצוות שרייבט שהנביאים עם בית דין תיקנו וציוו לקרות המגילה בעונתה כדי להזכיר שבחיו של הקדוש ברוך הוא ותשועות שעשה לנו, והיה קרוב לשווענו כדי לברכו ולהללו, וכדי להודיע לדורות הבאים שאמת מה שהבטיחנו בתורה, "ומי גוי גדול, אשר לו אלוהים קרובים אליו" אז נאר צו הקב"ה דארף מען בעטן און נאר ער קען העלפן להודיע שכל קוויך לא יבושו ולא יכלמו לנצח כל החוסים בך.
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
די גמרא האב איך נישט געזעהן אין געזוכט אודאי נישט,
אבער אויף NATIONAL GEOGRAPHIC האב איך דאס געזעהן, אז די גרויסע שלינגען איין קליינטשיקע פישלעך דורך דעם קאפ.
צומאהל זעהט דאס טאקע אויס ווי דער פישל קומט טאקע צישווימען גלייך אין פיסק אריין פון די גרויסע.
אבער אויף NATIONAL GEOGRAPHIC האב איך דאס געזעהן, אז די גרויסע שלינגען איין קליינטשיקע פישלעך דורך דעם קאפ.
צומאהל זעהט דאס טאקע אויס ווי דער פישל קומט טאקע צישווימען גלייך אין פיסק אריין פון די גרויסע.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
- boxcover
- ידיד ותיק
- הודעות: 741
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
- האט שוין געלייקט: 1983 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל
יאנקל האט געשריבן:איך האב אביסל געזוכט דעם מקור, און פאלגנד איז וואס איך האב געטראפן.
א דרשה פון הרב צבי פנטון ווייסט צו דערציילן אז רבי מאיר יחיאל מאוסטרובצה האט דאס דערציילט פאר זיינע חסידים בשם "חוקרי טבע". דא ווערט עס צוגעשטעלט צו רש"י מס' שבת דף קנ"ו ע"א ד"ה "דאיברו ביה דגים ועופות", וואו רש"י שרייבט: "ש[דגים] אין טורחין לאוכלין אלא ניזונים בחסדו של הקב"ה."
למעשה איז דאס וויסנשאפטליך באשטעטיגט אז פיש שלונגען געווענליך איין קלענערע פיש מיט'ן קאפ ערשט, נאר די סיבה איז נישט אז די פיש שווימען אריין אין די מיילער פון די גרעסערע פיש, נאר נאכדעם וואס א פיש כאפט אן אנדערן פיש פון סיי וועלכער פאזיציע, וועלן זיי עס דערנאך אראפשלונגען מיט'ן קאפ ערשט. אין דער וויסנשאפטליכער וועלט איז דא א מדובר איבער אט-דער טבע, זע דא, דא, דא, און דא.
א ריזיגע שכוח פאר די גוטע ארבייט.