בלאט 1 פון 1

זיי אביסל מער פאזיטיוו איבער דיין אייגענע מהלך החיים

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 12:16 am
דורך בדחן
די אשכול אזוי אויך די תגובה דא וואס קיינער האט נישט אפגעענפערט איז נישט לויט מיין געשמאק.

איך לעב אין די זעלבע שטאט, געגאנגען אין די זעלבע חדר, געטרינקען די זעלבע מילך, מיינע קינדער גייען אין די זעלבע חדר, איך דאווען אין די זעלבע שול, און איך זע נישט אז זאכן זאלן זיין אזוי שלעכט. יא, דא דארט קען מען מאכן תיקונים, אבער עס איז צום אויסהאלטן.

חברה.. גייטס מאכן א לעבן, קוקטס נישט אזויפיל צוריק, קיינער ווערט נישט געבוירן - אפילו נישט דער גוי, אויך נישט דער מאדערן ארטאדאקס - מיט די בלו-פרינט וואס ער שרייבט זיך פאר ביי די 25. אנשטאט זיין ביזי מיט די חסרונות הכלל סיי די עבר און סיי די הוה און פארנאכלעסיגן דאס אייגענע לעבן, זייט ביזי מיט זיך אליינס און לאכטס פונעם כלל, קוקט נישט דערויף און זייט נישט אזוי אבסעסט מיט די פראבלעמען דערפון, איר קענט עס סייווי נישט טוישן אדער פארבעסערן.

ביי יעדן יחיד ליגט אין זיינע אייגענע הענט - בעז"ה - א בעסערע צוקונפט, בתנאי אז קוקט אויף זיך וואס עס זיינע אינטערעסן און ער איז נישט ביזי מיטן כלל הן לטוב והן לרע, דאס וויינען און קרעכצן אויפן כלל סיי אויפן עבר און סיי אויפן הוה, העלפט נישט דעם יחיד'ס צוקונפט.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 9:52 am
דורך [NAMELESS]
בדחן ביסט זייער גערעכט אבער לאמיר זיך נישט נארן אויב איינער האט א חלום עפעס צו טוישן פאנגט זיך עס אן מיט רעדן. ווי אוזי מיינסטו האט זיך אנגעפאנגען די אמעריקאנע רעוואלאשען?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 10:39 am
דורך ברסלבער
ראשעקאל האט געשריבן:בדחן ביסט זייער גערעכט אבער לאמיר זיך נישט נארן אויב איינער האט א חלום עפעס צו טוישן פאנגט זיך עס אן מיט רעדן. ווי אוזי מיינסטו האט זיך אנגעפאנגען די אמעריקאנע רעוואלאשען?

גערעכט.
אבער עס ווענדט זיך ווי אזוי מען רעדט.
פארוואס ווען איינער רעדט פון די פראבלעמען וואס מיר האבן אין אונזער סאסייעטי, איז דאס אן אוטאמאטישע הסכמה צו די אוף-דרך'ניקעס, אזוי ווי מען זעהט אין זייער אסאך תגובות אין די שורות און צווישן די שורות?
ווי איך קוק עס אן איז אידישקייט זייער א געשמאקע זאך, און מען קען האבן זייער א געשמאקע לעבן אלץ א איד א שומר תו"מ, און אויב די מענטשן ארום האבן עס געמאכט אומבא'טעמ'ט איז עס זייער פראבלעם, איך גיי בדרך התורה איך לייג נישט צו און איך נעם נישט אראפ, און איך בין זייער פרייליך מיט מיין לייף סטייל.
קוק דא א שיינע משל פון א זאק פאטעטעס
סא לאמיר רעדן ווי אזוי מען קען זיך באקוועם מאכן אין אונזער סאסייעטי, מיט אונזער תורה.
בעליוו מי, מען קען האבן זייער א געשמאקע פרייליכע לעבן בדרך התורה.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 10:57 am
דורך שמעקעדיג
הרב ברסלב'ער.
אז דו רעדסט יא מיט אזא ברייטקייט, און דו האלטסט טאקע אז אידישקייט איז אזא געשמאקע לעבן,
אפשר לאזטו הערן דיין חוות דעת אין דעם אשכול, איך ווארט שוין צו הערן עפעס א זאכליכע תשובה פאר יארן..

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 11:06 am
דורך בדחן
ראשעקאל האט געשריבן:בדחן ביסט זייער גערעכט אבער לאמיר זיך נישט נארן אויב איינער האט א חלום עפעס צו טוישן פאנגט זיך עס אן מיט רעדן. ווי אוזי מיינסטו האט זיך אנגעפאנגען די אמעריקאנע רעוואלאשען?


גערעכט, אבער אויב וויל א מענטש גיין ווייטער און בעסער מאכען פאר זיך בפרט אדער פאר א ציבור בכלל, קען עס נאר זיין מיט א פאזעטיווע בליק אויף פאראויס און פלאן ווי עס אויסצופירען, אויב איז מען סטאק און אבסעסט מיטען עבר, מען איז כסדר נעגאטיוו מיט די עוולת וואס עס גייט פאר, בלייבט מען אינעם עבר און מען רירו זיך נישט פאראויס.

איך וואלט געמאכט א תקנה דא, אז פאר יעדע דריי נעגאטיווע תגובות איבער אונזער סאסייעטי מוז מען שרייבען כאטש איין פאזעטיווע תגובה ארויס צו ברענגן וואס און ווי עס איז יא גוט.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 11:19 am
דורך ברסלבער
שמעקעדיג האט געשריבן:הרב ברסלב'ער.
אז דו רעדסט יא מיט אזא ברייטקייט, און דו האלטסט טאקע אז אידישקייט איז אזא געשמאקע לעבן,
אפשר לאזטו הערן דיין חוות דעת אין דעם אשכול, איך ווארט שוין צו הערן עפעס א זאכליכע תשובה פאר יארן..

איך האב נישט געזעהן יענעם אשכול ביז יעצט, איך האב עס יעצט געליינט, און איך מוז מודה זיין על האמת אז דו שרייבסט זייער גוט און צו די זאך, מען זעהט אז עס איז פון הארץ
און די תירוצים דארט זענען גאנץ קנאפּ אויף דיינע טייערע אמת'דיגע ווערטער
איך וועל מיר צאמנעמען די מחשבות און שרייבן דארט בקרוב וואס עס ליגט מיר אויפ'ן הארץ

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 1:46 pm
דורך ברסלבער
איך האב געשריבן דארט א שטיקל תגובה עיי"ש

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 2:33 am
דורך בדחן
לעיקוואד - אין א אנדערע אשכול - האט געשריבן:אפשר איז איינער מסביר וואס מוויל דא פונקט? אז אנשטאטס הגה"צ שליט"א זאל פארענטפערן די מדרשי פליאה זאל לעיקוואד פארלערנען א שיעור אין דער חילוק פון שפינאזע מיט מענדעלסאן, אדער אנשטאטס דער גראמער זאל גראמען אויף יעדער חצי פעטער ווי ער איז דער בעסטער זאל קאווע טרינקער פארליינען זיין פאעם? אדער אז אנשטאטס דער השקפה מאמר אין דער בלאט זאל קאפערניקוס מסביר זיין דער דזשאב פון שיבער-אונטערוווישער? אז אנשטאטס דער ענגליש מלמד זאל יידל מסביר זיין די סייענטיפיק מעטהאד? אז אנשטאטס שובבי"ם תורה זאל דער רבי שומעס אזוינע מאוחה"פ שמועסן, מיט די האא.. כ'מיין, וואס פונקטליך ווילט איר? זענען נישט די אלע זאכען אביסעלע נישט פראקטיש, און לאו דווקא באשמת ה'סיסטעם'?

איך מיין מזאל שוין איינמאל פאר אלעמאל מאכען עפעס א ליסטע פון וואס מיר ווילען יא, און זעהן וועלכע פון זיי זענען קרוב לבוא לידי מעשה. סתם חלומ'ען און דמיונען און האקען איז שוין אומנות אבותינו א לאנגע צייט און האט אונז אין ערגעץ נישט צוגעברענגט.


גערעכט,

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 2:39 am
דורך נולד מאוחר
די וואס רעדן זיך אפ אויפן סיסטעם מאכן דען נישט קיין לעבן?
איך זע נישט די סתירה.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 2:54 am
דורך גנדי
די אראבישע פרילינג איז נאר געקומען דורך זיך אפרעדן אויפן אינטערנעט.

די חסידישע פרילינג וועט אויך נאר קומען דורך זיך אפרעדן אויפן אינטערנעט.

ווי לאנג מען מאכט אונז "תקנה לדורות" מיט "על בנינו ועל בנותינו" אסיפות, און מוסדות'ער צווינגען אונז צו חתמ'נען אויף נארישע תקנה צעטליך - דארפן מיר זיך אפרעדן און קאמפלעינען ביז עס וועט פארגיין די אפעטיט פון די משתלטים על הציבור און אראפ גיין פון אונזער הינרויג...

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 4:14 am
דורך לעיקוואד
איך דארף שוין מאכען א חשבון הנפש. בדחן האט מסכים געווען און אפילו מצטט געווען מיין תגובה כסיוע לדעתו.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 5:16 am
דורך טעפל
בדחן איך שטום דא מיט ממיט דיר, אמת ס'איז דא אוזיפיל זאכען וואס טוט וויי ווי איינגעמיירטע מיר זענען, דאך איז זיך יעדער מחיה מיט זיין קהילה/ חסידות/ מוסדות ווי ער גייט אדער שיקט זיינע קינדער, איז א שאד צו קלאגען א גאנצען טאג, ביסט שוין סייוי דא מאך עס כאטש זיס און באקוועם, און נישט מאך עס שווארצער ווי ס'איז.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 6:41 pm
דורך בדחן
לעיקוואד האט געשריבן:איך דארף שוין מאכען א חשבון הנפש. בדחן האט מסכים געווען און אפילו מצטט געווען מיין תגובה כסיוע לדעתו.


ווער דארף מאכען די "חשבון הנפש", איך אדער דו?

אגב, עס איז נישט די ערשטע מאל וואס דו ביסט דורוך געפאלען...

נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 11:06 am
דורך בעריש
גנדי האט געשריבן:די אראבישע פרילינג איז נאר געקומען דורך זיך אפרעדן אויפן אינטערנעט.

די חסידישע פרילינג וועט אויך נאר קומען דורך זיך אפרעדן אויפן אינטערנעט.

ווי לאנג מען מאכט אונז "תקנה לדורות" מיט "על בנינו ועל בנותינו" אסיפות, און מוסדות'ער צווינגען אונז צו חתמ'נען אויף נארישע תקנה צעטליך - דארפן מיר זיך אפרעדן און קאמפלעינען ביז עס וועט פארגיין די אפעטיט פון די משתלטים על הציבור און אראפ גיין פון אונזער הינרויג...

איין שטיקל חילוק ביי די אראבער האט דער גרויסער רוב געהאלטן אז מ'איז אינטערגעדריקט, איך בין נישט זיכער ווי קליין ס'איז דער מיעוט ביי אינזער ציבור וואס וויל נישט די תקנות.
אזוי אז בעפאר די ציסט מסקנות פון די אראבער זע אז ס'זאל זיין עטליסט דומה די דיינעמיקס.