בלאט 1 פון 3

זאל זיין געלעבט - מנשה לוסטיג

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 7:58 am
דורך מנשה לוסטיג

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 9:47 am
דורך [NAMELESS]
פון וואס רעדט זיך די ביך??

בוך טעמע

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 6:34 pm
דורך boxcover
ראשעקאל האט געשריבן:פון וואס רעדט זיך די ביך??

כ'האף אז נישט פון די זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 6:44 pm
דורך מנשה לוסטיג
ווי איז נאך דא א בעסערע ענטפער פאר אלע פראגעס, וואס קאסט, וואס רעד זיך עס, וויפיל בלעטער, וואס ווען ווי.. גיי קויף עס, אדער על כל פנים גיי אין סטאר און קוק עס אן. וועסטו האבן אלע תירוצים.
איין זאך בעט איך שטארק! קיינער זאל נישט זאגן איך האב געבעטן עס קויפן.. ווער עס וויל - באצאלן! און שפירט אז ס'איז עהם אינטערעסאנט, 'מעג' עס קויפן..

נשלח: פרייטאג יאנואר 11, 2013 11:10 am
דורך קאווע טרינקער
לכבוד מנשה.
איך האב געקויפט דעם בוך, אין "ספרים" געשעפט.
איך האב זיך געאיילט איר צו קויפן נאך איידער ס'ווערט (וויאזוי ווערט דאס?) אן "איסור".

מנשה'לע טייערע, איר ווילט אוודאי הערן פיעד-בעק, איז אזוי.
כ'האב עס נאך נישט געליינט, און איך ווייס נישט ווען כ'גיי האבן צייט דערפאר, אפשר די קומענדיגע ניטל.

איך האב עס געקויפט פשוט צו שטיצען די UPCOMING HASIDIC SPRING אז יעדע יחיד קען זיין א מחבר פון א בוך, מ'דארף נישט קיין הסכמה, קיין הקדמה, א בילד פונעם מחבר, נישט לפי סדר הפרשיות, ניטאמעל א שכוח פאר אלע מחותנים און זייערע קינדער, - סתם, שרייבעריי אין דער וועלט אריין. יא, ס'איז דא כשרונות ביי אונז אויך, מ'לאזט זיי נאר נישט דאס ארויסגעבן נאר אין א באגרענעצטע פארום.
ס'צייט דער עולם זאל נעמען די STEP, און זיך לאזן וואויל גיין..

אבער פון די ביסעלע וואס כ'האב געליינט האב איך הנאה געהאט ווי די בלענדסט אריין לשונות פון זוהר/חסידישע ספרים אין אידישע זאצן. אויך האב איך הנאה געהאט פון דיין חידוש אז א JOKE דארף נישט קיין 3 פינטעלעלך... 2 איז אויך גענוג..

נשלח: פרייטאג יאנואר 11, 2013 11:23 am
דורך ברסלבער
קאווע טרינקער האט געשריבן: איך האב עס געקויפט פשוט צו שטיצען די UPCOMING HASIDIC SPRING אז יעדע יחיד קען זיין א מחבר פון א בוך, מ'דארף נישט קיין הסכמה, קיין הקדמה, א בילד פונעם מחבר, נישט לפי סדר הפרשיות, ניטאמעל א שכוח פאר אלע מחותנים און זייערע קינדער, - סתם, שרייבעריי אין דער וועלט אריין. יא, ס'איז דא כשרונות ביי אונז אויך, מ'לאזט זיי נאר נישט דאס ארויסגעבן נאר אין א באגרענעצטע פארום.
ס'צייט דער עולם זאל נעמען די STEP, און זיך לאזן וואויל גיין..

גערעכט!

נו אפשר זאל זיך איינער באמיען און צאמנעמען די אלע שיינע תגובות און מאמרים טאקע פון אונזער קאווע שטיבל, און ארויסגעבן א בוך
איך האלט אז עס וועט זיין א גוד-גאינג אייטעם.
האט איינער א פארשלאג פאר גוטע נאמען פארן ספר?

נשלח: פרייטאג יאנואר 11, 2013 11:27 am
דורך קאווע טרינקער
אדרבה, לקראת דעם פייערונג פונעם יארצייט, ברוך השם, איז אפשר כדאי צו מאכן א "קובץ", א נאמען? לכאורה "פון ק"ש ביז ק"ש".

נשלח: פרייטאג יאנואר 11, 2013 11:37 am
דורך ברסלבער
כ'מיין אז די וועבערמאן סומאטוכע זאל מען מאכן אין א עקסטערע באנד,
אזוי אז אויב עס וועט ארויסקומען אן איסור זאל עס זיין נאר אויף חלק ב'.

נשלח: פרייטאג יאנואר 11, 2013 12:47 pm
דורך אוהב דעת
קאווע טרינקער האט געשריבן:אדרבה, לקראת דעם פייערונג פונעם יארצייט, ברוך השם, איז אפשר כדאי צו מאכן א "קובץ", א נאמען? לכאורה "פון ק"ש ביז ק"ש".

i

נשלח: פרייטאג יאנואר 11, 2013 12:55 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב געזעהן מנשה'ס ביך אין ספרים סטאר און ס'קיקט אויס זייער פיין. ס'האט באמת אסאך פאני ארטיקלען , און מ'קען פון עס זייער אסאך הנאה האבען. אין די בעק דריקט ער א בייאגרעפי ווי ער שרייבט זיין עכטע נאמען (איך מיין משה עפעס לאופלער) און ווען ער איז געבוירן (איך מיין תש"לח) און אז ער איז געוועהן באשריבען אין דער בליץ און אז פורים לייגט די וואך פיקטשער'ס פון אים.
ער שרייבט אויך אז ער איז א "געטרייע סקווערע חסיד" , אבער ער שרייבט נישט ווי שטארק ער האט פיינט די מתנגדים פון סקווער.

נשלח: פרייטאג יאנואר 11, 2013 2:42 pm
דורך מנשה לוסטיג
קאווע טרינקער האט געשריבן:לכבוד מנשה.
איך האב געקויפט דעם בוך, אין "ספרים" געשעפט.
איך האב זיך געאיילט איר צו קויפן נאך איידער ס'ווערט (וויאזוי ווערט דאס?) אן "איסור".

מנשה'לע טייערע, איר ווילט אוודאי הערן פיעד-בעק, איז אזוי.
כ'האב עס נאך נישט געליינט, און איך ווייס נישט ווען כ'גיי האבן צייט דערפאר, אפשר די קומענדיגע ניטל.

איך האב עס געקויפט פשוט צו שטיצען די UPCOMING HASIDIC SPRING אז יעדע יחיד קען זיין א מחבר פון א בוך, מ'דארף נישט קיין הסכמה, קיין הקדמה, א בילד פונעם מחבר, נישט לפי סדר הפרשיות, ניטאמעל א שכוח פאר אלע מחותנים און זייערע קינדער, - סתם, שרייבעריי אין דער וועלט אריין. יא, ס'איז דא כשרונות ביי אונז אויך, מ'לאזט זיי נאר נישט דאס ארויסגעבן נאר אין א באגרענעצטע פארום.
ס'צייט דער עולם זאל נעמען די STEP, און זיך לאזן וואויל גיין..

אבער פון די ביסעלע וואס כ'האב געליינט האב איך הנאה געהאט ווי די בלענדסט אריין לשונות פון זוהר/חסידישע ספרים אין אידישע זאצן. אויך האב איך הנאה געהאט פון דיין חידוש אז א JOKE דארף נישט קיין 3 פינטעלעלך... 2 איז אויך גענוג..


אויף ענגליש איז דא א אויסשפרעך [גענומען פון טעוויע דער מילכיקער] How common, get a man, a compliment like that
מענטשן האבן ליב מער צו קריטיקירן, און איך האב מער ליב איינער וואס איז א מבין אויף מיינע גוטע שטריכן.
יא, די צוויי פינטלעך איז מיין עקשנות געווען אקעגן מיין מגיה.
און אמת, איך האלט גענוי ווי דו, אז ס'צייט דער עולם וואס האט אין די האנט חושים, זאל עס אנהייבן ניצן רעכטס און לינקס. פונקט ווי איך האב געבראכן ווענט ביז כ'זע מיר מיט א פראדוקט לאור עולם.
און יעדע ווארט איז גראדע ביי מיר געמאסטן, און אויך יעדע שקויעך.

נשלח: פרייטאג יאנואר 11, 2013 2:47 pm
דורך מנשה לוסטיג
אגב, ווער ס'וועט מאכן אויף דעם ביכל א איסור, איז לכל הדעות יוצא מן הדעת. ווייל ס'איז א אמת'ע טאפ קאליבער פראדוקט, און אדורכגעזיפט פון יעדע חשש פון איסור ע''פ תורה.
גראדע! האב איך נאך קיינמאל נישט באקומען קיין איסור אויף קיין שום פראדוקט וואס קומט פון מיר, וואס וואלט אפשר יא געקענט זיין אסור..

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 3:21 am
דורך נולד מאוחר
מנשה לוסטיג האט געשריבן:אגב, ווער ס'וועט מאכן אויף דעם ביכל א איסור, איז לכל הדעות יוצא מן הדעת. ווייל ס'איז א אמת'ע טאפ קאליבער פראדוקט, און אדורכגעזיפט פון יעדע חשש פון איסור ע''פ תורה.
גראדע! האב איך נאך קיינמאל נישט באקומען קיין איסור אויף קיין שום פראדוקט וואס קומט פון מיר, וואס וואלט אפשר יא געקענט זיין אסור..

אויב קענסט דיר ארלעדיגען אן איסור . איז עס ווערט לייג עס אריין און דיין מארקטינג באדזשעט. בדוק ומנוסה.
ווייסט וויפיל סדארף דיר קאסטן צי לייגן די נאמען פון דיין בוך אויף יעדע שטאנג און וויליאמסבורג. שטעל דיך פאר הואחדות באצאלט עס.

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 6:16 pm
דורך מנשה לוסטיג
די ביכל ליגט שוין אין גאנץ ניו יורק און אין קאנאדע, אויב איינער זוכט עס ביי זיין לאקאל געשעפט, קען דא מעלדן

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 9:35 pm
דורך יתרו
מנשה לוסטיג האט געשריבן:אוייל ס'איז א אמת'ע טאפ קאליבער פראדוקט,

כלום אב מעיד על בנו ? כלום נחתום מעיד על עיסתו ? כלום בעל מחבר מעיד על ספרו?

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 10:34 pm
דורך מנשה לוסטיג
אין כמה געשעפטן איז עס שוין נישטא מער צו באקומען.. חחח

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 10:51 pm
דורך יידל
אביסל קאנסטרוקטיווע קריטיק, מנשה'לע. דער ביכל וואלט געמעגט נוצן א געזונטער רעדאקטער/עורך/עדיטאר. זייער אסאך זאצן זענען זיך גובל בגדר קפליחין, און אסאך ווערטער זענען פושט נישט אין פלאץ. אזוי אויך פעלן גאר אסאך קאממעס אינצווישן די זאצן. א דוגמא בעלמא: דער בוך ווערט אדווערטייזט אלץ "כאריזמאטישע מעמוארן". כאריזמאטיש? וואס איז שייך צו זאגן אויף א בוך "כאריזמאטיש? מעמוארן? אפשר אויפגעמישט מיט מאמרים? עסייען? דאס זענען נישט קיין מעמוארן, חוץ אויב כ'האב פארפאסט א דעפעניציע.

די קפליחין חלק וואלט איך נאך מוחל געווען, אפשר געט עס גאר צו צום הומאריסטישען געשמאק. אבער די שלעכטע גראמאטיק און אויסלייג קען איך נישט אראפשלינגן. קענסט מיר זאגן מנשה פארוואס האסט נישט געקענט מחליט זיין צו די ווילסט שרייבן "אידן", "יידן" אדער "יודן"?

ולמנשה אמר, נעם דיר נישט צום הארצן. אז מ'קריטקירט די גראמאטיק איז א סימן אז דער תוכן איז פיין...

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 11:05 pm
דורך מנשה לוסטיג
חלילה צו נעמען אזא קריטיק צום הארצן, אבער די תירוץ שייט טיילווייז אינעם ביכל אינעם פרק 'מיין מחשבה שפראך'.
און באמת וואלט איך געקענט באשטיין עס צו מאכן דאס בעסטע וואס שייך, אבער דאס איז אין מיינע אויגן א טפל, ווייל רוב עולם לייענער קענען מעיד זיין, אז ס'לייענט זיך זייער זייער פיין. און דיינע באמערקונגען שטערט זיי בכלל נישט. ממילא איז עס נישט עק וועלט. יידען צו יודען, מהיכי תיתי. ס'נישט קיין ספר תורה מיט נוסחאות

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 11:42 pm
דורך ניו יארק
מנשה לוסטיג האט געשריבן:אין כמה געשעפטן איז עס שוין נישטא מער צו באקומען.. חחח

ווי? אין אלע קליידער געשעפטן און קאר מעקעניקס? (מנשה, נעם עס נישט ערענסט - עס איז נאר א דשאק, צו פארמישען דעם שטן)

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 11:44 pm
דורך מנשה לוסטיג
ניין, אין סקווער טאר מען עס מער נישט פארקויפן

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 12:24 am
דורך לאדיך אפ
מיינסט עס ערנסט?! פארוואס נישט? כאב געזען אז דו שרייבסט דאר זייער ווארעם וועגן סקווער.

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 12:34 am
דורך משולם שטיינפעלד
מנשה לוסטיג האט געשריבן:אגב, ווער ס'וועט מאכן אויף דעם ביכל א איסור, איז לכל הדעות יוצא מן הדעת. ווייל ס'איז א אמת'ע טאפ קאליבער פראדוקט, און אדורכגעזיפט פון יעדע חשש פון איסור ע''פ תורה.
גראדע! האב איך נאך קיינמאל נישט באקומען קיין איסור אויף קיין שום פראדוקט וואס קומט פון מיר, וואס וואלט אפשר יא געקענט זיין אסור..


מנשה לוסטיג האט געשריבן:ניין, אין סקווער טאר מען עס מער נישט פארקויפן

מנשה, סקווירא איז יצא מן הדעת?

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 10:51 am
דורך בן תמליון
קאווע טרינקער האט געשריבן:לכבוד מנשה.
איך האב געקויפט דעם בוך, אין "ספרים" געשעפט.
איך האב זיך געאיילט איר צו קויפן נאך איידער ס'ווערט (וויאזוי ווערט דאס?) אן "איסור".

מנשה'לע טייערע, איר ווילט אוודאי הערן פיעד-בעק, איז אזוי.
כ'האב עס נאך נישט געליינט, און איך ווייס נישט ווען כ'גיי האבן צייט דערפאר, אפשר די קומענדיגע ניטל.

איך האב עס געקויפט פשוט צו שטיצען די UPCOMING HASIDIC SPRING אז יעדע יחיד קען זיין א מחבר פון א בוך, מ'דארף נישט קיין הסכמה, קיין הקדמה, א בילד פונעם מחבר, נישט לפי סדר הפרשיות, ניטאמעל א שכוח פאר אלע מחותנים און זייערע קינדער, - סתם, שרייבעריי אין דער וועלט אריין. יא, ס'איז דא כשרונות ביי אונז אויך, מ'לאזט זיי נאר נישט דאס ארויסגעבן נאר אין א באגרענעצטע פארום.
ס'צייט דער עולם זאל נעמען די STEP, און זיך לאזן וואויל גיין..

אבער פון די ביסעלע וואס כ'האב געליינט האב איך הנאה געהאט ווי די בלענדסט אריין לשונות פון זוהר/חסידישע ספרים אין אידישע זאצן. אויך האב איך הנאה געהאט פון דיין חידוש אז א JOKE דארף נישט קיין 3 פינטעלעלך... 2 איז אויך גענוג..



איך האב שוין לאנג געטראכט אז אונזער עולם מיטליעריקע איבער די שישים זאל אנהייבן שרייבן מעמוארן אנשטאט ווערן דיפרעסט אדער א שיינער איד. איך מיין אז אסאך האבן וואס צו שרייבן ספעציעל ביזנעס לייט פון זייערע ערפארונגען און באגעגענישן פון אמאל. און יעדער האט געשיכטעס פון טרויער און פרייד פון וואס יעדער קען זיך לערנען.

זאל לעבן די חסידישע רעוואלוציע!
וואס ווילן מיר? רעוואלוציע! ווען ווילן מיר עס? יעצט!