בלאט 1 פון 1
טשאק העיגעל אלס פארטיידיקונג סעקרעטאר
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 11:13 am
דורך געוואלד געשריגן
סעקרעטערי אוו דעפענס טשאק העיגעל איז באקאנט אלס א קריטיק פון מדינת ישראל. זיין באציאונגען מיט די מדינה אינעם פארגאנגענהייט איז נישט געווען אזוי גוט. ער איז באקאנט פאר זאגן "איך בין נישט א ישראלי סענאטאר, איך בין אן אמעריקאנער סענאטאר." ער איז אויך בארימט פאר ניצן די פראזע "אידישע לאבי." די ווערטער האבן געמאכט א טומל אין די אידישע וועלט צי ער איז אן אנטיסעמיט. איז ער גוט אדער שלעכט פאר די אידן? איך בין סקעפטיקל. וואס האלט דער עולם דא?
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 12:20 pm
דורך חד גדיא
וואו האלט עס מיט העגעל? ערגעץ האב איך געליינט אז ביי די קאנגרעס (אדער סענאט?) פארהער דאנערשטאג האט ער געפאנפעט.
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 4:28 pm
דורך געוואלד געשריגן
סענאט. ער האט נישט געהאט קיין שטיצע פון די רעפאבליקאנער, אחוץ צוויי סענאטארס. עניוועי, זעט נישט אויס אז זיי ווילן מאכן א "פיליבאסטער."
ער האט א סך קריטיקס פאר זיין באמערקונגען וועגן דעם "אידישע לאבי." אבער מער וויכטיג, זיין פאזיציע וועגן איראן. ער זאגט קלאר אז ער וויל נישט קיין מלחמה, אבער די טיינע איז אז מ'דארף עס טוען בעפאר איראן קענען ענריטשן גענוג יוראניאום צו מאכן נוקלעארע וואפן. ליידער, רוב פון די סענאט זענען דעמאקראטס און מסתמה די רעפאבליקאנער סאפורט איז נישט "מעיק אָר ברעיק."