בלאט 1 פון 1

זייגער וואס באקומט אימעילס

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 11:54 am
דורך שלמה_דיין
א גרויסע ציבור אידן איז נהנה יעדן שבת מיט מנוחה פונעם אייפאון אדער אנדערע כלים בכל שום וחניכא דאית להו. ברם דא עקא, אז א גרעסערע טייל פון דער ציבור נוצט אויך דעם אייפאון אלץ א זייגער עד כדי כך אז דער זייגער זייערע איז געווארן ממש א שבת'דיגע מלבוש. אויב גייט איר אין גאס און זעט א איד מיט א זייגער אויף די האנט שטעלט זיך גראד די פראגע, "האב איך פארגעסן אז היינט איז שבת?"

מה נעשה ומעשה שטן הצליח. ביקש יעקב לישב בשלוה וקפצה עליו רוגזו של מעטא וואטש. דער פשוט'ע זייגער פארלירט שוין אויך זיין צורה. ס'איז מער נישט דער פשוט'ע זייגער, ס'איז געווארן אן עקסטענשן פונעם אייפאון. א ידא אריכתא. אויב איז דאס נישט גענוק, קומען שוין יעצט ארויס מער פארגעשריטענע כלים פון דעם. די סך הכל פון די אלע כלים איז אז אויף דעם זייגער אליינס, אולי אפילו אן דעם וואס דער באנוצער רירט צו דערצו, קען ער זען זיין אימעילס און טעקסטן. אויב האבן אונז רבנים אמאל געקלערט פון קענען אסערן און קאנטראלירן אימעילס און טעקסט, איז שוין ביי יעצן נישט קיין ספק אז די צייט דערפאר איז שוין פארלאפן. וואס זאלן מיר יעצט טון, ארויסגעבן הוראות אויף די חדר צעטלעך וואספארא זייגערס זענען ערלויבט?

אה, פרעגט איר דאך אודאי וואס זוכט דאס אין דעם תורה ומחשבה אשכול? יפה שאלת! אבער פונקט היינט רופט מיר א קאלעגע דיין וואס זיינס מתפלל איז די פאריגע שבת אנגעקומען אין בית מדרש צו שחרית מיט דעם זייגער אויפ'ן האנט! אלזא פרעגט מיר דער דיין, מה דינו פון דעם זייגער, ומה דינו פון דעם מענטש? מעג א אידישע מענטש טראגן אזוין זייגער אויף די האנט שבת? לו יצוייר אז אן הוצאה והעברה זענען נישט א פראבלעם, צו ווייל ס'איז דא אן עירוב, צו ווייל מיר קענען סומך זיין אויף ר' משה מתיר צו זיין א זייגער אלץ א תכשיט, קען אבער אזוין זייגער זיין מותר?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 1:32 pm
דורך געפילטע פיש
על פי סטריקטלי הלכה זע איך נישט קיין צד לאיסור, וואס איז עס אנדערש פון אן אנדערע זייגער?
חוץ אויב דו ווילסט זיך באנוצן מיטן יוניווערסאלע איסור אויף יעדע זאך וואס "פאסט נישט" שבת, און זאגן ס'איז א עובדא דחול.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 6:39 pm
דורך boxcover
במחילת כבוד בעלי האנט-זייגערס: איך האב גראדע קיינמאל פארשטאנען וויאזוי מען איז זיך מתיר צו גיין שבת מיט א האנט-זייגער (מיט אן עירוב, פארשטייצעך), אויב עס האט מער ווי א פשוט'ער דרייער (למשל די $3'דיגע ביליגע ריסט-וואטשעס).

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 6:45 pm
דורך יאיר
אויב איז טאקע אזוי אז מען דארף נישט צורירן צום זייגער כדי צו ליינען די אימעילס, בין איך זיך מצרף צו הרב הדיין פיש אז איך זע נישט קיין צד לאיסור אלס מוקצה,אין ערגסטן פאל איז עס א כלי שמלאכתו לאיסור וואס מען נוצט לצורך היתר. אבער איך גלייב נישט אז דאס איז טאקע דער מציאות, מסתם מוז מען יא עפעס דרוקן צו זען די אימעילס.
ר' שלמה, קיפ איט אפ, מיר דארפן נאך אזעלכע דיינים ווי אייך!