בלאט 1 פון 1

דאונלאודן יוטוב קליפס

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 6:20 pm
דורך יידל
איך וויל דאונלאודן א ווידעא פון יו טוב. אנשטאט אראפלאודן א פראגרעם וואס טוט עס, וויל איך עס טון אנליין. דערווייל האב איך געטראפן keepvid.com. די שאלה איז צו ס'סעיף דאס צו נוצן אדער וועט עס אנפיקעווען מיין קאמפיוטער? אויב איינער ווייסט פון א סעיף סייט ווי מ'קען אראפלאודען יוטוב קליפס, אדער א גוטע בחנם'דיגע פראגרעם וואס טוט עס, ביטע לאזט וויסן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 6:31 pm
דורך boxcover
יידל האט געשריבן:איך וויל דאונלאודן א ווידעא פון יו טוב. אנשטאט אראפלאודן א פראגרעם וואס טוט עס, וויל איך עס טון אנליין. דערווייל האב איך געטראפן keepvid.com. די שאלה איז צו ס'סעיף דאס צו נוצן אדער וועט עס אנפיקעווען מיין קאמפיוטער? אויב איינער ווייסט פון א סעיף סייט ווי מ'קען אראפלאודען יוטוב קליפס, אדער א גוטע בחנם'דיגע פראגרעם וואס טוט עס, ביטע לאזט וויסן.

לענ"ד איז די דאונלוידער פון ריעל מידיע דאס בעסטע און מערסט-פארלעסליך, און גאר מעגליך אז דו האסט עס שוין נאר דו ווייסט נישט.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 6:34 pm
דורך מומחה
דאס איז די בעסטע http://www.mandel-design.xf.cz/Chrome-Y ... ion=chrome ארבעט נאר אין קראום

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 7:44 pm
דורך שמעקעדיג
מען האט שוין אביסל גערעדט דערפון אין די אשכול פון נוצליכע פראגראמען.

דאס איז אויך א גוטע עקסטענשאן פאר קראום.

און אז מען רעדט שוין, ווער ווערט דען נישט נערוועז פון די פילע עדס אויף יוטוב?

דאונלאודט דעם עקסטענשאן פאר קראום, און ווערט פטור.

פאר נאך אינטרעסאנטע עקסטענשאנ'ס, זעהט דא.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 7:48 pm
דורך גלות יוד

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 9:22 pm
דורך יידל
כ'האב דאונלאודעד מומחה'ס עקסטענשאן, ס'אינטערעסאנט אז קראום האט מיר געווארנט כ'זאל עס נישט נוצן פאר אן עקסטענשאן. כ'האב זיך אנגעפופן, און ב"ה ס'זעט אויס ווי ס'ארבעט. אויב ס'וועט אויפהערן ארבעטן וועל איך פראבירן שמעקעדיג'ס עקסטענשאן. ייש"כ אלע וואס האבן זיך ווארעם אנגערופן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 9:27 pm
דורך געפילטע פיש
איך האב נישט ליב צו אינסטולירן איבעריגע בראוזער עקסטענציעס, איך נוץ keepvid און האב נישט געהאט קיין פראבלעמען מיט זיי.

נשלח: פרייטאג יאנואר 11, 2013 12:23 am
דורך ידען
געפילטע פיש האט געשריבן:איך האב נישט ליב צו אינסטולירן איבעריגע בראוזער עקסטענציעס, איך נוץ keepvid און האב נישט געהאט קיין פראבלעמען מיט זיי.

וואסי שלעכט צו האבן עקסטענשענס? סע מאכט שטייט די קאמפיוטער?

נשלח: פרייטאג יאנואר 11, 2013 12:42 am
דורך געפילטע פיש
ס'קען שטייט מאכן די בראוזער.

נשלח: פרייטאג יאנואר 11, 2013 10:02 am
דורך יידל
עפעס א שלעכטע פארגעפיל האב איך איבער keepvid. וויאזוי קען איך זיכער מאכן אז זיי וועלן מיך נישט געבן וויירוסעס? (אגב, דערווייל ארבעט מומחה'ס עקסטענשאן א מחיה).

נשלח: פרייטאג יאנואר 11, 2013 12:28 pm
דורך געפילטע פיש
וואס האט פאראורזאכט דיין פארגעפיל?
לויט WOT און Webutation און סתם פארומס אנליין, איז דאס א גאר פארלעסליכע סייט.

נשלח: פרייטאג יאנואר 11, 2013 12:42 pm
דורך יידל
סתם, א פארגעפיל אן דאס מינדעסטע סיבה. אז דו זאגסט אז עס איז סעיף וועל איך עס אויספרובירן.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 12, 2013 8:07 pm
דורך שמעקעדיג
גלות יוד האט געשריבן:you tube downloader http://download.cnet.com/YTD-Video-Down ... 47340.html


דאס איז אויך גאנץ א גוטע, ער טוט דאונלאודן און קאנווערטן אין איין שאס

http://download.cnet.com/Free-YouTube-D ... 19434.html