בלאט 1 פון 1

גראמען

נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 10:29 am
דורך שמואל הלוי
איך בין יעצט אין די גיסטע
גראמען צו שרייבן
די חוש אביסל אויסרייבן
איך האף אז איך האב רשות פון באריסטא

ווי אויך רשות וויל איך בעטן פון דזשאווע
און פון די צוויי גבאים
די ממונים און אחראים
און מר אדמין ראש הנהלת הקאווע

אצינדער אז הרשות נתונה לנו
כאטשיג לא שמענו ולא ראינו
אבער אזוי טוה איך גלייבן
וועל מיר טאקע שוין אנהייבן

שוין אדורך עטליכע וואכן
זינט איך בין אהערגעקראכן
מתחילה האב איך זיך דערשראקן
איך האב תיכף געוואלט ארויסוואקן

די תגובות זענען נישט געווען אינגאנצן אזוי איי איי
עס האט מיר געטוהן זייער וויי
חסידישע אינגעלייט האבן געשריבן פראסט און געמיין
ניבול פה ושאר דברים אסורים אזוי אומריין

דערווייל האט זיך אנדערש געטוהן ארויסשטעלן
היינט צוטאגס איז ממש א נחת איך טוה קוועלן
עס האט זיך גענצליך געטוישט די אטמאספערע
מען שרייבט נאר ערליכע זאכן נישט קיין ניבול פה ולשון הרע

בלייבט נאר איבער צו וואונטשן א ברכה
'קאווע שטיבל' זאל מצליח זיין אלף פעמים ככה
מעלה מעלה וואקסן און שטייגן און בליען
און די שכינה זאל דא רוען

Re: גראמען

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 2:48 pm
דורך משה געציל
הערליך אין שיין,
מלא חן,
זייער גוט געטוהן ארויס ברענגען,
וואו געשמאק דער קאווע שטיבעל האט זיך געטוהן פארמירען.

קיפ איט אפ נאך און נאך,
כאטשיג איינס א וואך,
מיר וועלען אלע הנאה האבען,
ווען אין גוסטע פון גראמען,
וועט שמואל נאכמאל ווערען.

Re: גראמען

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 5:27 pm
דורך חד גדיא
איך בין ממש נתפעל
פון אלע מעמבערס אויף אמאל
אזעלעכע שיינע זאכן דורכצוטון
וואו מקוקט אהער און אהין

די גרינדערס פון דעם פלאץ
זייער שכר האט נישט קיין שאץ
אזוי צוצושטעלן בהשכל ובבינה
צו יעדנס געשמאק בששון ורינה

Re: גראמען

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2012 4:46 pm
דורך שמואל הלוי
ווידעראמאל האט מיר געכאפט די גיסטע
א אינערליך קול פארלאנגט "שרייבן מוזטו"
ניין ניין ס'איז נישט קיין דיבוק וואס שרייט
ניטאמאל א צפרדע וואס קרייט

אומר ועושה איך וועל טוהן צום דבר
עילאה גבר
איך וועל פאלגן שנעל און געשווינד
ווי א וואויל פאלגזאם קינד

viewtopic.php?f=4&t=379