בלאט 1 פון 10

WhatsApp והמסתעף

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 11:27 am
דורך פוקס
יעדער ווייסט שוין לאנג אז אינדערצייט וואס בב"מ גייט אויס ביסלעכווייז א פאמעליכע טויט.. בליהט וואטסעפפ אין גרויסן, אזוי ווייט אז די אייפאון באנוצער אליין באנוצן זיך מער מיט וואטסעפפ אלס א פארגעשריטענע מיטל צו טשעטן; שיקן פיק'ס וואויס נאוט'ס און רעקארדינגס. ווי זייער אייגן געמאכטע פראדוקט פעיסטיים. און דאס אלעס אין א קארגע יאר צייט. דאס איז א גאר אויסגעפריווטער סוקסעספולער סאושעל קאמיוניקעישאן וואס איז זייער אויפגעכאפט געווארן איבעראל.

די כלל גייט דאך אזוי ווי עס גויאישט זיך אזוי אידישט זיך. און צעביסלעך כאפט זיך עס אריין אויך במחנינו. ב"ה עס בליעהן און שפראצן שוין היינטצוטאגס הונדערטע וואטסעפפ גרופס למיניהם פון אחינו בני ישראל. לאמיר דא אביסל אויסשמועסן די מעלות און חסרונות דערפון.

אז מ'רעדט שוין איז כדאי צוצוגעבן אז מ'קען היינט פון א קאמפיוטער אויך האבן וואט'ס עפפ.

עס ארבעט בערך אזוי. איר דאונלאוד א פראגרעם מיטן נאמען bluestacks, וועלכע פארמאגט א גרויסע אויסוואהל מיט עפפ'ס און פיטשערס וואס מ'קען אלץ האבן דערינען - און אויפ'ן קאמפיוטער.
איינמאל דאס איז דאונלאודעד, וועט איר אין דעם פראגרעם אליין (וואס ארבעט אגב אויף אייגענע סעטינגס גארנישט שייכות מיטן קאמפיוטער סעטינגס וואס איז אנגעשטעלט ביי אייך) דאונלאודן וואט'ס עפפ, און דערנאך אויפסעטן א וואטסעפפ אקאונט. זיי שיקן נאכדעם א טעקסט צו אייער סעלפאון מיט א קאוד, וואס איר לייגט שפעטער אריין אין קאמפיוטער כדי אזוי צו באשטעטיגן אז דאס איז לינקד מיט אייער סעלפאון און מיט דעם ווערט עס אקטיוויזירט.

אבער דעמאלטס וועט ארויפקומען אייער סעלפאון נומער צוזאמען מיטן סקרין נעים וואס איר האט אייך געגעבן. אויב אבער וויל מען זיין אנאנים שטעל איך מיר פאר, קען מען דאס זעלבע טוהן, אבער אנשטאט מיט א סעלפאון נומבער, מאכן מיט א גוגל נומבער, און דערנאך קאנפערמירן מיט דעם קאוד וואס מ'ערהאלט אויף אימעיל. (ס'איז נאר אן השערה, אומבאשטעטיגט.)

די מעלות פון וואט'ס עפפ זענען: פאר קורצע נייעסלעך, שמועסערייען, וכו' איז עס זייער גוט. פאר אינסטענט שמועס אויסטוישן איז עס ווי געוואונטשן. אבער פאר לענגערע ארטיקלען און אפהאנדלונגען וואלט איך עס נישט געראטן.
די בעסטע איז עס געאייגנט פאר בילדער און ווידיאו קליפס.. אדער וואויס נאוט'ס.
ווי אויך בלייבט נישט די היסטערי אויף שטענדיג, און ס'איז סתם אזוי נישט לייכט צוריקצוגיין אפירזוכן אלטע היסטאריע.
ווער עס קען ווערט געבעטן צוצוגעבן.

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 8:14 pm
דורך נולד מאוחר
ס'האט א מעלה אדר חסרון די קענסט זען ווען יענער איז לעצט געווען אנליין.
סהאט א סירטש אפטשען, אויפציזוכן אלטע סחורה.

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 10:53 pm
דורך משה רוקח
גרויסע חסרון. יעדער וואס האט וואטסעפפ און איז אין דיין קאנטעקטס קען זען דיין פראפייל.
איך וואלט געוואלט אינווייטן נאר וועם איך וויל. איך דארף נישט מיין שווער זאל זעהן מיין בילד וואס איך האב אלס מיין פראפייל.

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 11:10 pm
דורך נולד מאוחר
איז דאס א חסרון פאר אונדז אדער פארן גוי אויך?

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 12:17 pm
דורך משה רוקח
לכאורה פאר יעדן.

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 12:29 pm
דורך שמעקעדיג
איך האלט אז ס'איז זייער א געשמאקע עפפ, אבער איז נאך אביסל צוריקגעבליבן.

למשל אויב וויל איך אויסמעקן עטליכע מעסעדזשעס אויף אמאל, איז נישט פארהאן קיין "בעטש-סעלעקט" אזוי ווי רוב אנדערע מעסעזשינג עפפס.
אויב ווילסטו עפעס פארווערדן פון ראובן צו שמעון, אפילו דו האלסט אינמיטן ליינען דעם קאנווערסעישאן פון ראובן, בשעת דו פארווערדסט עס לויפט עס אריבער צו שמעון, און דו מיזט צוריקמישן און אויפזוכן וואו האסטו געהאלטן אינמיטן ליינען ביי ראובן.
איך וואלט אויך געקענט באשטיין צו קענען פארווערדן א מעסעזש/בילד פאר עטליכע קאנטעקטס אויף אמאל.
און ביי אודיא פלעיבעק איז נאר דא א פראצענט באר, נישט ווי לאנג עס נעמט, וויפיל מינוט. עס מאכט נערוועז.
און עטליכע רעוויוערס האבן א זאכליכע פארלאנג, אז נאכן צווייטן טשעק אויף א מעסעזש, וואס צייגט אז יענעמ'ס פאון האט ערהאלטן דיין מעסעדזש, זאל זיין א דריטע טשעק ווען יענער ליינט עס.

דאס איז בקיצור מיינע צוויי צענט, אבער אדערווייז איז עס א אמת'ע גוטע עפפ, און איך נוץ עס טעגליך.

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 1:06 pm
דורך ידען
איך האב עס אויף מיין בלעקבערי און סע האט מעלות אזוי ווי ביבי אז מע קען טשעטען אויכעט צו ווער סע האט נישט א ביבי, אבער ביבי איז בעסער אז מע קען זעהן ווען יענער האט געלייענט, און אויך אז מע מיז נישט ארויס געבען די נאמען אדער די סעל נאמבער נאר סע גייט מיט א פין.

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 1:20 pm
דורך וועראיזדייןטאטע
משה רוקח האט געשריבן:גרויסע חסרון. יעדער וואס האט וואטסעפפ און איז אין דיין קאנטעקטס קען זען דיין פראפייל.
איך וואלט געוואלט אינווייטן נאר וועם איך וויל. איך דארף נישט מיין שווער זאל זעהן מיין בילד וואס איך האב אלס מיין פראפייל.

וואס דו קענסט טהין איז לייג עס ארויף אויף א גאגל וואיס נאמבער

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 2:10 pm
דורך דעתי הענייה
עס איז דא א אפפ וואס בלאקט מען זאל נישט קענען זעהן "last seen".

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 3:58 pm
דורך ידען
דעתי הענייה האט געשריבן:עס איז דא א אפפ וואס בלאקט מען זאל נישט קענען זעהן "last seen".

א אפפ פאר וואס? ביבי? וויזוי הייסט עס?

פארשטעלן "לעסט סיען"

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 10:06 am
דורך נייגעריגער
ידען האט געשריבן:
דעתי הענייה האט געשריבן:עס איז דא א אפפ וואס בלאקט מען זאל נישט קענען זעהן "last seen".

א אפפ פאר וואס? ביבי? וויזוי הייסט עס?

ניין, ניין! נישט פאר BBM.
עס איז אן עפפ גערופן "Block Whatsapp Last Seen", עס קאסט לערך $2.00 אויף גוגל פלעי מארקעט, גאר א נוצבארע זאך פאר מענטשען וואס ווילן היטן אויף זייער פרייווענסי נישט אז כל הקהל הקודש
- יעדער וואס האט איהם אין די קאנטעקטס און האט וואטס עפפ זאל איהם קענען זעהן.
און אויב איינער קומט פרעגן "היתכן דו האסט וואטס עפפ"? אדער "פארוואס ענפערסטו מיר נישט ווען איך שיק צו דיר דורך וואטס עפפ"? קען מען איהם עונה זיין כאוולתו "פארוואס טראכסטו אז איך האב עס, די זעסט מיין נומער דארט, דאס איז ווייל איינער האט מיר אמאל אויפגעסיינט, איך האב עס אבער קיינמאל גענוצט"!

נאט אייך א לינק צו דעם עפפ אין גוגל פלעי

מוסיף חטא על פשע

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 1:09 pm
דורך נייגעריגער
נאך א פראבלעם וואס וואטס עפפ האט איז: אז ס'סעיווט זיך פון זיך אליין אלע בילדער, וואס דאס אליין איז נאכנישט פראבלאמאטיש אפשר גאר א מעלה. אבער אין תוצאה פון דעם קומט אויס אז אסאך מאל סעיווט זיך די בילד צענדליגע מאלן און ס'מעסט סתם אויף די פאונס סטארידזש מיט שטותים!
ומענין לענין באותו ענין, מאכט מיר אויך זייער נערוועז ווען די מידיע פיילס וואס איך שיק ארויס סעיווט זיך אויכעט נאכאמאל, וואס מיינען זיי אז איך שיק עס פון די לופט און איך אליין האב נישט די פיילס? איך שיק דאך עס איז על כרחו האב איך עס.

נשלח: פרייטאג יאנואר 18, 2013 1:40 am
דורך נולד מאוחר
נייגעריגער האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:
דעתי הענייה האט געשריבן:עס איז דא א אפפ וואס בלאקט מען זאל נישט קענען זעהן "last seen".

א אפפ פאר וואס? ביבי? וויזוי הייסט עס?

ניין, ניין! נישט פאר BBM.
עס איז אן עפפ גערופן "Block Whatsapp Last Seen", עס קאסט לערך $2.00 אויף גוגל פלעי מארקעט, גאר א נוצבארע זאך פאר מענטשען וואס ווילן היטן אויף זייער פרייווענסי נישט אז כל הקהל הקודש
- יעדער וואס האט איהם אין די קאנטעקטס און האט וואטס עפפ זאל איהם קענען זעהן.
און אויב איינער קומט פרעגן "היתכן דו האסט וואטס עפפ"? אדער "פארוואס ענפערסטו מיר נישט ווען איך שיק צו דיר דורך וואטס עפפ"? קען מען איהם עונה זיין כאוולתו "פארוואס טראכסטו אז איך האב עס, די זעסט מיין נומער דארט, דאס איז ווייל איינער האט מיר אמאל אויפגעסיינט, איך האב עס אבער קיינמאל גענוצט"!

נאט אייך א לינק צו דעם עפפ אין גוגל פלעי

כהאב אמאל געזען אויף איינע פון מיינע ארבעט קאנטאקטס וואס פאריםט זיך שומר שבת, זיין לעסט סיען last seen איז געווען בערך ביי די טשאלענט שבת אינדערפרי.
איך וועל עם שיקען די לינק צי פארמיידן א חולל השם. השם מיין איך זיין נאמען אויך.

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 9:53 pm
דורך לאליפאפ
נייגעריגער האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:
דעתי הענייה האט געשריבן:עס איז דא א אפפ וואס בלאקט מען זאל נישט קענען זעהן "last seen".

א אפפ פאר וואס? ביבי? וויזוי הייסט עס?

ניין, ניין! נישט פאר BBM.
עס איז אן עפפ גערופן "Block Whatsapp Last Seen", עס קאסט לערך $2.00 אויף גוגל פלעי מארקעט, גאר א נוצבארע זאך פאר מענטשען וואס ווילן היטן אויף זייער פרייווענסי נישט אז כל הקהל הקודש
- יעדער וואס האט איהם אין די קאנטעקטס און האט וואטס עפפ זאל איהם קענען זעהן.
און אויב איינער קומט פרעגן "היתכן דו האסט וואטס עפפ"? אדער "פארוואס ענפערסטו מיר נישט ווען איך שיק צו דיר דורך וואטס עפפ"? קען מען איהם עונה זיין כאוולתו "פארוואס טראכסטו אז איך האב עס, די זעסט מיין נומער דארט, דאס איז ווייל איינער האט מיר אמאל אויפגעסיינט, איך האב עס אבער קיינמאל גענוצט"!

נאט אייך א לינק צו דעם עפפ אין גוגל פלעי


ביי מיר אויפן אייפאון איז דא א flipper וואס מקען נאר דרוקן איינמאל אין 24 שעה, וואס דיסעיבלד דעם לעסט סין, ד.ה. קיינער קען נישט זעהן דיין לעסט סין, און דו קענסט נישט זעהן דעם צווייטנס

נשלח: מאנטאג יאנואר 21, 2013 7:34 am
דורך נייגעריגער
לאליפאפ האט געשריבן:ביי מיר אויפן אייפאון איז דא א flipper וואס מקען נאר דרוקן איינמאל אין 24 שעה, וואס דיסעיבלד דעם לעסט סין, ד.ה. קיינער קען נישט זעהן דיין לעסט סין, און דו קענסט נישט זעהן דעם צווייטנס

איך האב קיין אייפאון נישט, און ביי מיר אויף ערעב ענדרויד שליט"א איז כמדומה לי אזא אפשען נישט דא! אדרבה אויב איינער ווייסט יא דערפון פאר ענדרויד ווערט געבעהטן זיך אנצורופן מיטן גאנצן קול.
אבער אעפ"כ וועט מיר עס צונוצקומען ווייל איך האב די וואך געהאט אן ענדליכן מעשה ווי
נולד מאוחר האט געשריבן:כהאב אמאל געזען אויף איינע פון מיינע ארבעט קאנטאקטס וואס פאריםט זיך שומר שבת, זיין לעסט סיען last seen איז געווען בערך ביי די טשאלענט שבת אינדערפרי.
איך וועל עם שיקען די לינק צי פארמיידן א חולל השם. השם מיין איך זיין נאמען אויך.

און יענער [ליידער, אפעציעל א חאניאקיש אינגערמאן א בנש"ק] האט יא דעם אייפאון, העל איך איהם צושיקן דעם עצה...

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 1:49 am
דורך אוי טאטי
איך נוץ וואטס עפפ פון א לעפטאפ דורך די עפפ ׳בלו סטעקס׳, וואס פארוואנדלט עס אין א ענדרויד דעווייס, לעצטענס האב איך א פראבלעם אז איך קען נישט דאונלאודען פיקטשערס און ווידיאוס, עס שרייבט זיך אויף אז איך האב שוין נישט קיין פלאץ אין מיין עס די קארד, אבער די פראבלעם איז אז איך האב נישט קיין עס די קארד בכלל, און וויפיל איך האב שוין פרובירט צו טרעפן דעם געלערי גייט מיר עס נישט.
נוצט נאך איינער דעם עפפ, אדער ווייסט איינער וויאזוי עס ארבעט, און קען מיר ארויסהעלפען?
ישר כח פון פאראויס.

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 2:17 am
דורך געפילטע פיש
האסט מ'סתם א ווירטואלע SD קארטל, אינסטוליר Disk Usage און קוק וועלכע פאלדער נעמט אויף די מערסטע פלאץ.

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 8:28 pm
דורך אוי טאטי
ישר כח הרב געפילטע, כ׳האב אייך געפאלגט, און עס האט געהאלפן.

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 9:58 pm
דורך נולד מאוחר
אוי טאטי האט געשריבן:איך נוץ וואטס עפפ פון א לעפטאפ דורך די עפפ ׳בלו סטעקס׳, וואס פארוואנדלט עס אין א ענדרויד דעווייס, לעצטענס האב איך א פראבלעם אז איך קען נישט דאונלאודען פיקטשערס און ווידיאוס, עס שרייבט זיך אויף אז איך האב שוין נישט קיין פלאץ אין מיין עס די קארד, אבער די פראבלעם איז אז איך האב נישט קיין עס די קארד בכלל, און וויפיל איך האב שוין פרובירט צו טרעפן דעם געלערי גייט מיר עס נישט.
נוצט נאך איינער דעם עפפ, אדער ווייסט איינער וויאזוי עס ארבעט, און קען מיר ארויסהעלפען?
ישר כח פון פאראויס.

כהאב פראבירט וואטס עפפ אויפן קאמפיטער זייער נישט גוט געווען.
איז ביי דיר האלב אזיי גוט ווי אויפן ענדרויד דיווייס?
מעסעדשזס זענען אריין געקומען דילעיד. קאפי פעסט האט נישט געארבעט.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 1:00 am
דורך אוי טאטי
ניין, עס סאקט אריין! עס האט אסאך חסרונות, איינס פון דעם; אז מען קען נישט טייפן אידיש פונעם קיבאורד, נאר מען דארף יעדע אות עקסטער קליקן אויפן סקרין, נאר כ׳מוז עס יעצט נוצן האב איך נישט קיין אנדערע ברירה.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 1:37 am
דורך נולד מאוחר
אוי טאטי האט געשריבן:ניין, עס סאקט אריין! עס האט אסאך חסרונות, איינס פון דעם; אז מען קען נישט טייפן אידיש פונעם קיבאורד, נאר מען דארף יעדע אות עקסטער קליקן אויפן סקרין, נאר כ׳מוז עס יעצט נוצן האב איך נישט קיין אנדערע ברירה.

איך האב פאר ענגליש אויך געדארפט טייפען אויף'ן סקריען. אזוי ווי די זאגסט ס'זייגט אוועק.
איי געס גוגל טאלק איז די בעסטע טשעט פארן דעסקטאפ.

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2013 4:48 pm
דורך לעמיל
ווייסט איינער צו איך קען האבען אויפען קאמפיאטער א אנדרע נאמבער ווי אויף מיין פאון?

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2013 7:15 pm
דורך נייגעריגער
יא עס האט נישט קיין שייכות מיט דיין פאון!
אגב: אויפן פאון קענסטו אויכעט מאכן אן אנדערן נומער!