בלאט 1 פון 21

הרב יואל ראטה

נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 11:16 am
דורך יידל

Re: הרב יואל ראטה

נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 11:27 am
דורך אךשמח
איך פארשטיי אז האסט נישט דווקא געוואלט ברענגען דעם קליפ, נאר ווילסט בכלליות ארומרעדן איבער דעם מענטש און זיין מהלך.

איך בין גרייט און ווארט צו הערן דיין אפהאנדלונג.

Re: הרב יואל ראטה

נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 11:34 am
דורך יידל
אךשמח, קארל האט מיך אויסגעכאפט! איצטער קען איך נאר קומען כיידל ועוד לקרא צו קארל, און זאגן :like :like :like

Re: הרב יואל ראטה

נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 12:01 pm
דורך קרעמער1
איך בין מסכים מיט קארל אויף 101 פראצענט. און כ'האב אפי' ארויסגעברענגט מיין גלייכעניש מיט א דרוק אויפן אגודל אלס באווייז אז איך האב געגליכן זיין הודעה..

איך האלט שטארק פון ר' יואל'ן. און איך ווייס קלאר פון עטליכע בחורים וואס ער האט ממש געראטעוועט זייער עתיד. נאר איין קליינע טענה האב איך אויף ר' יואל'ן, אז ער לאזט נישט די קינדערלעך ווערן ערוואקסן. נאכן זיין אביסל אין קינדערגארטן - וואס פעלט זיך אבסעלוט אויס, וואו מען האט שוין דערמאנט- דארף מען זיי דערהייבן צו א העכערן שטאפל פון אן עדאלט נישט בלייבן קליינקעפיג און קינדעריש א גאנץ לעבן.

ודי בזה.

Re: הרב יואל ראטה

נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 12:07 pm
דורך יידל
קרעמער1 האט געשריבן:נאר איין קליינע טענה האב איך אויף ר' יואל'ן, אז ער לאזט נישט די קינדערלעך ווערן ערוואקסן. נאכן זיין אביסל אין קינדערגארטן - וואס פעלט זיך אבסעלוט אויס, וואו מען האט שוין דערמאנט- דארף מען זיי דערהייבן צו א העכערן שטאפל פון אן עדאלט נישט בלייבן קליינקעפיג און קינדעריש א גאנץ לעבן.

ודי בזה.


אין א געוויסן זין איז דאס געווען שיטת ברסלב, וד"ל.

Re: הרב יואל ראטה

נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 12:07 pm
דורך שמואל הלוי
ער טוט טאקע אסאך אויף, אבער לדעתי דאס רעדן פאר בחורים אזוי אפן און גראב פון דברים שהצניעות יפה להם (מען קען הערן א דוגמא אינעם אויבנדערמאנטן קליפ באמצע הדרשה) איז א זאך וואס מאכט מיך נישט אזוי שטארק ארויפקוקן אויף אים.

Re: הרב יואל ראטה

נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 12:11 pm
דורך יידל
שמואל הלוי האט געשריבן:ער טוט טאקע אסאך אויף, אבער לדעתי דאס רעדן פאר בחורים אזוי אפן און גראב פון דברים שהצניעות יפה להם (מען קען הערן א דוגמא אינעם אויבנדערמאנטן קליפ באמצע הדרשה) איז א זאך וואס מאכט מיך נישט אזוי שטארק ארויפקוקן אויף אים.

גם זה היה שיטת ברסלב, און אזוי פירט מען זיך אויך אין גור (כאטש אין גור טוט מען דאס ביחידות, 101, און נישט ברבים, וועלכע איז נאך ערגער לויט טייל דעות...)

Re: הרב יואל ראטה

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 2:20 am
דורך טעלעפאן
גם אני מצטרף להנ״ל... כ׳האב געזעהן דעם קליפ און ער איז מיר היבש געפאלן מיט זיין השקפה אבער 1. פון וואו נעמט ער דאס ״זאגן משניות״? ס׳איז לכאורה פונקט אזוי עקסטרעם און קינדיש ווי דאס וואס ער אליין מאכט אוועק.... 2. פארוואס גייט אלעס צו מיט אזא קינדישקייט? 3. נו וואס זאל מען ״יא״ טון? מואוויס איז ער עד חרמה אבער אין נגינה קוקט אויס ווי ס׳נישטא קיין גרעניצן. (לדוגמא דער דייטשער גוי׳אישער ניגון ״אידן״ וואס מ׳זינגט ביים שבתון. אפגעזעהן מיין פערזענליכער מיינונג, וואו זענען זיינע גדרים?)

Re: הרב יואל ראטה

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 1:38 pm
דורך געפילטע פיש
חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:עס מוז אויך דערמאנט ווערן דאס וואס ער האט געהאט (און האט אפשר נאך היינט) תלמידים וועלכע האבן דארטן געלערנט קעגן דעם רצון פון זייערע עלטערן...

אי משום הא לאו ראי', אין אסאך חסידישע הויפן האבן זיך צוגעכאפט קינדער פונם צד שכנגד אדער פון מתנגדים, די זעלבע זאך געשעט כסדר ביי די בעל תשובה מאוומענט, טאמער איז א בחור 18 יאר אלט אדער אפשר אפילו יונגער מעג ער גיין זוכן עפעס מער ווי מ'האט עם געגעבן אינדערהיים, און אפילו אז הרב ראטה וואלט זיי אוועקגעשיקט גלייב איך אז געוויסע וואלטן אהיים אדער צוריק אין ישיבה נישט געגאנגען.

Re: הרב יואל ראטה

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 4:15 pm
דורך [NAMELESS]
די געדאנק פון יואל ראטה, צו מאכן א ישיבה נישט גענוי לויט די סיסטעם און זיין אביסל קריעיטיוו איז גאר א געוואגטע און פאזיטיווע זאך, א שאד נאר אז שכל, קענטעניס, און געוואגטקייט שטייען נישט איין ביים זעלבן מענטש. אנשטאט געוואגטקייט און מאכן א ישיבה ווי עס דארף צו זיין מאכט ער זיי פאר פערדן, יא, פריייליכע פערדן, אבער פארט פערדן.
איר קענט די בא'טעמט'טע יונגעלייט מיטן בא'חן'טן סלאגאן "איר ווילט אפשר א קונטרס? איר האט אפשר צדקה? " וואס טיילן אויס די געפינטלטע קונטרס קדושת הברית חלק יח, זיי זענען די ראול-מאדעל פאר הרב ראטה?

Re: הרב יואל ראטה

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 4:42 pm
דורך [NAMELESS]
איז אזוי דא, ר' חיים נחום גיט צו פארשטיין אז הרב יואל ראטה (י"ג רוטה) רירט זיך אוועק פון די מסורה זיז כ"ש, אזוי אויך ר' קאראלייניא איז מסביר אז די מדובר איז די הייליגע מסורה אונזערע פון פרעס טראק, עירוב, בעלז, ערכאות, ארטיסטען, ניקלשבורג וגו' וגו', קען איינער דא געבן צו פארשטיין אין וואס קריגען זיך די ת"ק מיט די חכמים ? ס'דא א קליינע משמעות פון א דיוק בדברי ר' ח"ן הנ"ל אז דאס בעצם באדערט אים, אוועק גיין פון אזא אנגטרעטענע מסורה המקובל לנו, אבער ס'נישט מסתבר אז דאס מיינט ער.

ועוי"ל, מר אמר חדא ומתוק אמר חדא ולא פליגי.

Re: הרב יואל ראטה

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 6:34 pm
דורך שרגא
קופערניקוס האט געשריבן:די געדאנק פון יואל ראטה, צו מאכן א ישיבה נישט גענוי לויט די סיסטעם און זיין אביסל קריעיטיוו איז גאר א געוואגטע און פאזיטיווע זאך, א שאד נאר אז שכל, קענטעניס, און געוואגטקייט שטייען נישט איין ביים זעלבן מענטש. אנשטאט געוואגטקייט און מאכן א ישיבה ווי עס דארף צו זיין מאכט ער זיי פאר פערדן, יא, פריייליכע פערדן, אבער פארט פערדן.
איר קענט די בא'טעמט'טע יונגעלייט מיטן בא'חן'טן סלאגאן "איר ווילט אפשר א קונטרס? איר האט אפשר צדקה? " וואס טיילן אויס די געפינטלטע קונטרס קדושת הברית חלק יח, זיי זענען די ראול-מאדעל פאר הרב ראטה?


אויב ער נעמט בחורים וואס זענען ביים שוועל און ער מאכט זיי בלייבן אידן, געט זיי אריין יראת שמים, אהבת השם און צו קענען שפירן א טעם אין א מצוה, דאס הייסט "מאכט זיי פאר פערדן"?
עס קומט אים קרעדיט פאר'ן זיין געוואגט און טאן וואס ער האלט פעלט אויס אינעם היינטיגן דור. צי עס האט חסרונות אויך? ווי יעדע זאך, מסתמא. פאקטיש זענען אסאך עלטערן זייער אומצופרידן, אפילו מ'קען זיך דינגען אז ענדגילטיג וועלן זיי הנאה האבן צו זען די רעזולטאטן, ווען זיי וועלן עס פארגלייכן מיט דעם שכנ'ס און קרוב'ס בחור, וועלכער האט זיך שטייף געהאלטן נישט חלילה אריינצופאלן אין די "נייע" דרכים.
בכלל, דארפט איר ווען אלע זיין זייער צופרידן מיט אזא מעטש, ווייל עס איז אן ערשטע טריט אין גוטן ריכטונג און ווייזט אז עס איז מעגליך א טויש אינעם סיסטעם, א זאך וואס 20 יאר צוריק וואלט מען אים שוין לאנג מחרים געווען. אבער ניין, וויבאלד דו זעסט א קליפ ווי ער רעדט פון יראת שמים און ברעסלאווע-סטיל ענינים, קרענקט דיך עס שוין און אלע ווערן פערדן. תפסת מרובה לא תפסת.

Re: הרב יואל ראטה

נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 1:08 am
דורך אךשמח
איך בין א גאר שטארקער חסיד פון ר' יואל'ן, און וואס ער טוט מיט געוויסע בחורים, אבער וואס זענען עס די שמועות וואס לאזן זיך הערן פון עלטערן וואס זאגן אז זייערע קינדער זענען געווען זייער פיינע בחורים און ר' יואל מיט זיין געשליפן צינגל האט זיי אריינגעכאפט אין זיין ישיבה וואס איז זיכער נישט געאייגנט פאר 'יעדן' בחור?

Re: הרב יואל ראטה

נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 10:38 am
דורך שמואל שלום שלמה
אך שמח, די שמועות זענען לכאורה פון אידן מחרחרי ריב רח"ל, וואס פארגינען נישט פאר ר' יואל זיין סוקסעס.

Re: הרב יואל ראטה

נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 10:59 am
דורך קרעקער
א שאד ער האט אנגעהוקט זיין ישיבה צי ברעסלאוו
נישט אז איך האלט אז סיי וועלכע אנדערע חסידת איז בעסער
אבער ברעסלעוו געט עם א דעמעזשינג אימעזש

אויסער דעם איז ער פיינע נייעס

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 2:35 pm
דורך גדעון
אזא קילע ראש ישיבה... א שאד איך האב נישט געלערנט דארט.

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 2:38 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
גדעון האט געשריבן:אזא קילע ראש ישיבה... א שאד איך האב נישט געלערנט דארט.


איי לאוו דהיס גיי. יואלי: כל הכבוד לך :like

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 3:36 pm
דורך קרעקער
אוך גלייב אז דע בחור גייט בלייבען א יוד === אפשר נושט מוט ווייסע זאקען אבער א יוד שומר תורה ומצות אין דו דאנק דעפאר קומט פאר ראביי ראטה
אין 3 פין מיין כיתה וואס זענען אפגעפארען גוים גמירים איז אויכ צי פארדאנקען אינזער ראש ישיבה וואס האט זיי אנשטאטס געבען צוויי פינגערס געפראסקעט מיט זיין גאנצע הענט ווי א אכזר

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 3:51 pm
דורך smart
מיין פרעזעניכע מיינוג אויף יואל ראטה איז כדלהלן

בעצם זיין שיטה און זיין מהלך איז גאר גאר גוט פאר די סארט בחורים מען קען זאגן במלא מובן המילה אז ער טוטו אויף א געוואלד און ער ראטעוועט זיי פון שאול תחתית!!

נאר וואס דען, ער איז געגאנגען ראנג ווייל אין אנפאנג - ווי איך פארשטיי איז געוען די סיבה וויייל ער האט געדארפט בחורים - האט ער געשלעפט צו זיך גוטע סחורה אויך, און דאס איז געווען אן עולה וויייל ווילאנג די פירסט דיין התנהגות מיט שוואכערע איז לית טב מיניה, אבער ווען די שלפעםסט אריין גוטע (ליין: מאכט קאליע גוטע) דאס איז געווען א גרויסע עוולה און וועגן דעם איז געווען דעמאלטס פאשקעווילן פראטעסטן און נאך זאכען

היינט צוטאגטס ווען ער שלעפט נישט אריין דו גוטע און ער העלפט די שוואכערע איז טאקע אלעס פיין און וואול קיינער טשעפעט אים נישט און טוט וואס ער דארף

אוודאי און וויליאמסבורג איז אייביג דא דעע משוגעים וואס ווי מען קען נאר צאפט מען יענעמס בלוט און וואס יענער טוט איז קיינמאל נישט גוט ברוחניות ובגשמיות = פון דעע חברה רעדט מען נישט מען רעדט פון עמך עולם

נשלח: פרייטאג יוני 15, 2012 11:43 am
דורך משה רוקח
איך זעה כסדר ווידיאויס פון אים ווי ער זינגט מיט די בחורים מיט אזא ווארימקייט!
די הארץ צוגייט מיר טראכטענדיג וויפיל בחורים וואלטן ווען געקענט געראטעוועט ווערן אויב גייען אלע ראשי ישיבות אויף דעם מהלך!

נשלח: פרייטאג יוני 15, 2012 12:37 pm
דורך לעמיל
משה רוקח האט געשריבן:איך זעה כסדר ווידיאויס פון אים ווי ער זינגט מיט די בחורים מיט אזא ווארימקייט!
די הארץ צוגייט מיר טראכטענדיג וויפיל בחורים וואלטן ווען געקענט געראטעוועט ווערן אויב גייען אלע ראשי ישיבות אויף דעם מהלך!

אין וויפיל בחורים וואלטען קאליע געווארען אויב אלע ראשי ישיבות וואלטען געגאנגען אויף דעם מהלך???

נשלח: פרייטאג יוני 15, 2012 12:47 pm
דורך משכיל
צו רעדען ברבים אפען פון געפילען איז א שעדליכער וועג, עס קען זיין אז עס ברענגט צייטווייליגע תוצאות אבער אין די לאנג ראן האט מען צוגענומען און צושטערט דעם פריוואטען לעבען פונעם מענטש,

ר' שלמה קארלעבאך ז"ל האט גערעט פון חסד און ירושלים און די גאולה, אבער קיינמאל נישט פון די פריוואטע געפילען פונעם מענטש, און ער האט אויך געהיילט נשמות, אין די טויזענטער, דער רב רוט זעהט אויס האט דאס ליעב עס גיט עם א ראאאש פארדעם טוט ער דאס, די לעוועל זיינע איז זייער זייער קינד'יש, ווי שוין געשריבען, און אזוי ווי די בעיביס וועלען אונטערוואקסען וועלען זיי זיך שעמען פאר זיך אליין, ווי ער האט גערעט פון זייער סעקסועלע רייץ מיט אזא ברייטקייט אין פאבליק

Re: הרב יואל ראטה

נשלח: מוצ"ש יוני 16, 2012 11:06 pm
דורך איחוד פעלד
דאס וואס מען האקט אויף אים האט גארנישט מיט זיינע אויסגערעכענטע חסרונות ביז אהער.
די האקען איז געוווען ווייל ער פלעגט אפחוזעקען פון די רביס און רבנים און וואס נישט, און זיי האבען פשוט געציטערט אין די האלבע הויזען......



Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android