מעקסיקא סיטי - א הונט באריכטעט צו ווערן נעבעך סאדיסטיש צו'מזיקט דורך דראג שמוגלערס, ערהוילט זיך אין א ספעציעלע שוץ ארט פאר פארפייניקטע און פארנאכלעסיגטע הונט.
פעי דע לימאן, אדער לעמאן פיי, איז ציגעפאסט געווארן מיט פאלטשע פאדערשטע פיס לעצטע יאר, זאגט דער היים אייגענטומער פעטרישע רואיז.
דער בעלגישער שעפערד סארט הונט, וואקט, שפרינגט און לויפט.
דער הונט האט מען איבערגעלאזט און א גארביטש קען, צו אפ-פייגערן, נאכדעם וואס זיינע צוויי פאדערשטע פיס זענען אפגעשניטן געווארן, זאגט רואיז.
זי זאגט, אז די מענטשן וואס האבן איר געבעטן צו ראטעווען פעי די לימאן, האבן איר פארציילט אז דראג שמוגלערס האבן געניצט דעם הונט זיך צו לערנען וויזוי צו פייניגן מענטשן.
פעי דע לימאן איז איינער פון נאך 128 פארנאכלעסיגטע הונט וואס וואוינערן און די "מילאגראס קאנינאס" שוץ ארט.
בלינדע, טויבע אדער קראנקע הונט - אפי' הונט אין ווילטשעירס - גוט געלאונט און לויפן ארום דעם גאר גרויסן שוץ ארט און דרום טייל פון מעקסיקא סיטי.
קוואל: די ווינדסער סטאר