בלאט 1 פון 1

ר' איד צו ווערן קאנעקטעד דריקט שוין דעם קנעפל (אשכול)

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 10:47 pm
דורך בונעס איירעס
איך האב אנגעארבייט היינט אווי יעדן טאג, א פולען שווערען אפגעמאטערטע טאג,

היינט ב"ה איז עס געלונגען, אויפגעשטאנען בין איך אויף גאנץ א נארמאלן שעה (אויף מיין זייגער) אפגעהיטשט מיט מיין טעגליכען דרייווער אין בית מדרש אריין, געכאפט אפאר קאווע'סלעך, (ניין.. דעם דבר יומו איז נישט אויף מיין טא דא ליסט בכלל) אריבערגעווישט מיין בלויע געלען מקוה קארטל ביי די אייזערנע גראטעס, ער האט מיר געגיבן דעם סימן מיט א גרינעם ליכט שיין, ווי צו זאגען יא בונעס איירעס היינט קענט איר אריין… אפגעטונקען און אפגערייניגט דעם גוף מיינער, אפגעטראכט מיינע ענינים ווי זוי איינצושטעלן דעם היינטיגען טאג עס זאל קלאפען מיט די 24 שעה,

אפגעפאטש'ט אלע מיינע ארומיגע מיט מיין להתעטף בציצית, אפגעדרייט די רצועות, פארשטייט זיך געבעטן מיינע בקשות צום אלמעכטיגען ג-ט, אין איך בין שוין אויפן וועג ארויס מעגיימיר אנהייבען דעם טאג, מע גיימיר אנהייבן דיעלן מיט די קליענטען, אנהייבן ריספאונדען צו די טעקסט און טעלפון רופען.

הקיצור דער טאג פארט ב"ה דורך, איין קליענט איז אביסל גערעגט מען האט אים נישט צופרידען געשטעלט אויף וויפיל ער וואלט ווען געוואלט, א צווייטער איז גאר צו פרידען ווי זוי מען האט אים אזוי שיין אויפגענומען און באהאנדעלט, שוין געהאט א מיטונג צוויי ביי מיטאג צייט (מיין פרישטאג צייט) איין מיטונג צערעמאניע איז ב"ה געלונגען, כאב יענעם קאנווינצט אז איך בין דער בחור וואס ער זיכט שוין אזא לאנגע צייט.. אזאש אז סאיז מיר שוין געלונגען אז א דיפאזיט האב איך שוין אויך אין מיין ביזעם קעשענע…
דאס צווייטע מיטונג האב איך שוין געשפירט גלייך פון אנהייב ווען דער נארוואס חתונה געהאטער יונגערמאנטשיקל איז ארויסגעקומען פון זיין שווערס געבארגטע "אדאסי", אז דאס איז שוין א לבטלה למפרע, דער יונגערמאנטשיק וויל נאר אביסל ליפטערען זיינע געשמאקע געדאנקען אז ער פירט א ביזנעס אין ברויך פשוט נאך איינעם מיט צו שפילן מיט זיין פאנטאזיע, אבער כאב דאך באשטעלט א גרויסען טעלער מיט מעדנים, נא שוין וואס הארט מיך אז דער וועט זיצען אנטקעגען מיר אין אפקויפען מיין אידיאלאגיען אויב נישט מיין מסחר קענטעניס כאטש מיינע קאמפלאצירטע אידישקייט איידיעלען…

אזוי ציעט זיך ווייטער דער טאג מיינער מיט פראסטראציעס, שוין נאכגעלאפען מערערע קליענטען פאר אפאר גרייצער, וואס זיי פראבירן אנצוכאפן פאר נאך א טאג ביז איך איך וועל זיי כאפן ביים קארג… (ס'דערמאנט מיך אמאל האט מיר א באס דרייווער פארציילט אז ס'דא מענטשען וואס מאכען זיכער צו געבן דעם טיקעט זייערע ביים אראפגיין, הכל ריווח ווי לאנג ס'קען נאך ליגען ביי אים אין קעשענע) איך האב שוין פראבירט צו קאלען פון "פאני" נומבערס זיי זאלן דעם טעלפון אויף מיר אויפהייבען, אין איין רגע ליבער פריינט, פארגעסט נישט געארבייט למעשה אויך… אויסער קאלעקטאן.. מיטונגען.. דארף מען דאך פיזיש אויך ארבייטען א 5 -6 שעה, הקיצור א פולען אויסגעמאטערטען טאג איז פאראיבער, ווי אויף יעדען בר נש אויף דעם פלאנעט וואס זיכט ברויט צו שטעלן אויפן טיש, פאר די פאמיליע, איבערהויפט מיר אלע אין דעם יאגענדיגען טומעלדיגען נוי יארק אונזערע.

ענדליך ענדליך קום איך אהיים אויסגעמאטערט, מיט האלב פארלאשענע אויגען לאז איך אראפ די שווערע אויבער וועש פון מיין קערפער, איך ווארף אלעס אויף איינמאל אראפ אויף מיין מקום קבועה, דעם פאטעל, איך הייב אן א פרישע מערכה, איך הייב אן פראבירען מיין איינפלוס אויף די קליינע חברה מיינע, זיי זאלן זיך אריינלאזען אין זייערע געלעגערס וואס שנעלער, עס זאל מנוחה און שטיל ווערן און איך זאל מיינע מידע צווארפענע ביינער קענען אביסל מסדר זיין, אין נאך אניאגען עפעס א יידיש ווארט היינט צו פארדייען, אבער יעדער האט נאר נאך 1 זאך צו זאגען און ווייזען נאר נאך 8 מאל, ענדליך דערזעי איך אלעס שאא שטיל…איך ווארף מיך אריין אינעם פאטעל… און פארמאך אביסל מיינע מידע אויגען..אט אט אין איך גיי שוין זעין רואיקע פלאטערלעך מיט שיינע פארביגע קאלירן דורכלויפען מיינע פאנטאזיעס… אין אט אט כמעט איך דרימעל!

אבער הערט א מעשה, די רגע וואס כאב נאר די זאקען אראפגעווארפען אויף דער ערד, אביסל לופט צוצולאזען צו מיינע פארשוויצטע פיס פלאכען, איך גראד מיר דעם ריקען אויס.. די ברילן א ווארף געטון אן קיין חילוקים ווי עס לאנדעט, די הויזען טרעגער אביסל לויזער געמאכט,

….און … דער דערווירענדער טרייבעל אויף דער וואנט צוקלינגט זיך.

און צו מיין מזל אזוי הויעך אז ער קען א שייגעץ פון שאול תחתית ארויסציען…. איך טראכט צו מיר יא? ניין? אויפהייבען? בלייבען? די זאקען ווי זענען מיר? יואוי די ברילען ווי איז געפלויגען? אבער די החלטה איז געגאנגען…. אז איינער רופט אין אזא צייט ווען מען ענדיגט ענדלעך דעם שווערן אפגעמאטערטען טאג, ווען מען זעיט די שטערנ'ס מיט דאס געזונדעל און ענדליך זענען זיי אלע אין די געלעגערס ווען איך קום אהיים א אויסגעמאטערטער פון ארבייט, ווען די בני בית פארענדיגט ענדליך דעם לעצטען טעלער אפגלאנצען מיטן אפווישטיך…. טראכט איך צו מיר דאס מוז דאך דאס זיין א פיקוח נפש קאלל, נא ווי קען איך ליגען אזוי גלייכגיליטיג מיט די נאקעאטע פיסלעך און לאזען דעם טרייבעל פשוט קלינגעקן??

איך שטעל מיך אויף מיט מיינע לעצטע כוחות, איך שלעפ מיך צו צו דעם טרייבעל, טראכטנדיג אבער ווער איז דאס טאקע? כהאף אלעס איז מסודר ביי מיינע פריינט, איך קוק אויפן איידי דער נומבער איז מיר גראדע נישט קענטיג, הייב איך אויף מיט א געמאכטן רואיגען האלוי….

און פון די אנדערע זייט טרייבעל הער איך א קלארער שטימע נאך מיט א כאריזמאטישען אויסלייג פון ווערטער דערצו אויך, אזוי:

היינט נאכט!!! אויס מיט אלע אייערע חובות!!! אראפ מיט אלע דאגות!!! אן עק צו אייער קאפ ווייטאג איינמאל פאר אלעמאל!! היינט נאכט!! איר זענט דער געווינער פון דעם 4 שטאקיגען אפארטמענט הויז אויסגעצאלט אנע מארטגידזש היינט נאכט!! קענט איר ווערן גליקלעך פאר דאס איבריגע פון אייער לעבן און פאר אלע אייערע דורות הבאים אחריך….
דריקט שוין 2 איר זאלט נישט מארגען דארפן וויינען..….און "ווערט שוין קאנעקטעד" מיט די ראפפעל צעטנער פון מוסדות שפאטיווקא על טהרת הקודש!

איך בין נאך האלב שטים פון דעם גלענצענדען געלעגענהייט, אזא זאך? אלעס אלעס ממש אויף א גאלדענעם טאץ… איך קראץ מיין קאפ צו זעין צו איך ליג נאך אויף דעם אויסגעצויגענעם פאטעל אדער טאקע בין איך דער גליקליכער… פון וועם דער אינעם טרייבעל רעד מיט אזא קאנפידענץ.. ווי לאנג איך כאפ מיך אינמיטן מיין פארנעפעלטן כמעט געכאפטען דרימעל, וואס, ווי, ווען, אט דעם זעלבען רוף באקום איך יעדע נאכט 4 צו פינעף מאל, אין אט די זעלבע צייט, און אט די זעלבע סיטואציע, און מיט אט די אלע גאלדענע גליקען…

איר ווייסט אוודאי פון וועלכען נודניק איך רעד דא, אזא מין זאך דאס? א אומדערהערטע חוצפה, און לאזיגע שטיק!

א נייע פוסטע דערווירענדע טאקטיק פון פארדרייען דעם קאפ פאר אומשולדיגע מענטשען, איר ווילט צדקה? זייער גערן איך גלייך צו געבן צדקה ווער גלייכט נישט? א גוט שפירענדע מצוה! אבער עס האט א נארמאלען וועג מוז דאך נישט זיין און אזא צייט וואס איר ווייסט איר רעגט אויף די מענטשהייט,
יעדעס אפטרופס וואס דערקלערט זיך אן ארגענעזאציע מיט א פי או באקסל, קליגט איבער דעם נעכטיגען חבר מיט המצאות פון שלעפען דעם אויער פון דעם אומשילדיגען אויף די אנדערע זייט.

פיין און וואויל זיסער ברודער און שוועסטער, העלפט אידן פירט ארגענעזאציס, זייט ממשיך מיט אייערע נאבעלע מעשים, מיר ווילן אייך העלפן און אונטערשטיצען, אבער אלעס און זיין צייט.

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 11:04 pm
דורך יאיר
דער דו נאט קאל ליסט איז נישט חל אויף די היימישע טעלעמארקעטינג?

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 11:20 pm
דורך שמעקעדיג
זייער שיין!

אריין אין דעם אשכול...

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 10:53 am
דורך בונעס איירעס
יאיר האט געשריבן:דער דו נאט קאל ליסט איז נישט חל אויף די היימישע טעלעמארקעטינג?


יא יא.. אבער איך שפעקוליר אז אפשר דאך וועל איך נאך איין נאכט זיין דער גליקליכער :lol:

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 10:58 am
דורך יידל
האהא, ס'איז א ביטער געלעכטער. די היימישע טעלעמארקעטינג וואס פייפן אריין אין דעם דו נאט קאל ליסטע איז א מכה אשר לא כתובה.

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 12:25 pm
דורך בונעס איירעס
יידל האט געשריבן:האהא, ס'איז א ביטער געלעכטער. די היימישע טעלעמארקעטינג וואס פייפן אריין אין דעם דו נאט קאל ליסטע איז א מכה אשר לא כתובה.


מיט די טעלעמארקעטינג חברה וואס רעדן מעבר לסמבטיון, קען מען כאטש דעם קאפ זיי פארדרייען אין זיך אונטערהאלטען פאר אפאר מינוטן ביז מע הענגט צוריק דעם טרייבל אויפן האלטער זיינעם, אבער מיט די קען מען דאך גארניקסט טון.

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 7:25 pm
דורך berlbalaguleh
בונעס איירעס האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:דער דו נאט קאל ליסט איז נישט חל אויף די היימישע טעלעמארקעטינג?


יא יא.. אבער איך שפעקוליר אז אפשר דאך וועל איך נאך איין נאכט זיין דער גליקליכער :lol:

דעיס איז דער סוד פון די אלע "פעיגעס" און נודניקס. זיי ווייסן אז אונז זענען אלע אזוי ווי (להבדיל) דער אראבישער שומר קישואין. ומעשה שהי' כך הי'. ס'איז געוען אין ארץ ישראל (אדער מדינת ישראל. וויאזוי איר ווילט). אן אראבישער שומר קישואין וואס די חדר יונגלעך האבן איהם פארדרייט א קאפ. וועלנדיג פטור ווערן פון זיי האט ער זיי געזאגט."קינדער. אויבן אויפ'ן בארג איז דא א מענטש וואס טיילט מטבעות". זענען די קינדער גלייך געלאפן אהין. דער אראבישער מח האט איהם אבער נישט געלאזט קיין מנוחה "אפשר איז טאקע דא א מענטש וואס טיילט מטבעות"? הקיצור. ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן און ער איז געגאנגען קוקן צו ס'איז דא א מענטש וואס טיילט מטבעות. דער נמשל איז. אונז ווייסן שוין לאנג אז ס'איז אלעס שטותים און מ'גייט נישט געוואונען דאס פיר שטאקיג הויז. אבער מיר וועלן דאך ענטפערן דעם טעלעפאן און זיך לאזן נארן. און זיי ווייסן דעם סוד.

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 8:39 pm
דורך בונעס איירעס
א שטיקל חילוק איז פארהאנען, ווען די קינדער האבן געגרייכט דארט אויבן אויפן בארג אין לאנד כנען איז ניטאמאל א מענטש געשטאנען, ווער רעד נאך פון א מטבע,

די גליקן וואס מען אפערט אונז דא (רעד איך מיך איין) געט מען כאטש עפעס א מטבע, ווי נישט ווי מאכט ער דאך דאס איבער יאר איין יאר אויס, אויב איז עס ממש א ענין של דופי וואלט דאס נישט געקענט איבערלעבן נאך א יאר און נאך א יאר.

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 10:29 pm
דורך berlbalaguleh
בונעס איירעס האט געשריבן:א שטיקל חילוק איז פארהאנען, ווען די קינדער האבן געגרייכט דארט אויבן אויפן בארג אין לאנד כנען איז ניטאמאל א מענטש געשטאנען, ווער רעד נאך פון א מטבע,

די גליקן וואס מען אפערט אונז דא (רעד איך מיך איין) געט מען כאטש עפעס א מטבע, ווי נישט ווי מאכט ער דאך דאס איבער יאר איין יאר אויס, אויב איז עס ממש א ענין של דופי וואלט דאס נישט געקענט איבערלעבן נאך א יאר און נאך א יאר.

נאר למשל ווען איך בין א זאלי אדער א בני יואל און איך געווין א דירה אין אן ארוני געגנט אין מאנרא. וואס וואלט איך געטון?

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 11:12 pm
דורך שמעקעדיג
און וואס טוסטו אז דו ביסט א יונגערמאנטשיקל, און דו געווינסט א אויסגעצאלטע שמחה?
אדער אז דו געווינסט א נייע שטריימל וואס דו דארפסט נישט?
אדער א בני יואל וואס געווינט א טיקעט צו די מדינה הטמאה רח"ל? (איך גלייב עניוועי נישט אז זייי קויפן אזעלכע ראפעלס מפני הרחק מן הכיעור)

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 11:49 pm
דורך בונעס איירעס
חברה קודם געווינט.. און דערנאך קומט צוריק מיט די פראבלעמען, מעהמיר אלעס סעטלען בשעתו

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 1:29 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:און וואס טוסטו אז דו ביסט א יונגערמאנטשיקל, און דו געווינסט א אויסגעצאלטע שמחה?
אדער אז דו געווינסט א נייע שטריימל וואס דו דארפסט נישט?
אדער א בני יואל וואס געווינט א טיקעט צו די מדינה הטמאה רח"ל? (איך גלייב עניוועי נישט אז זייי קויפן אזעלכע ראפעלס מפני הרחק מן הכיעור)

די הרחק מן הכיעור איז גוט פאר'ן עולם אבער למעשה האבן די גרעסטע קנאים ליב עולם הזה פונקט וי א צווייטער און נאכמער. כ'האב לעצטנס געהערט אז דער הייליגער שומרי אמונים רבי זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן וועלכער איז געווען באוואוסט אלס גרויסער קנאי און הייליגער יוד, האט זייער א סאך פראפערטי אין די מדינה הטמאה, ר"ל.

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 2:00 pm
דורך שמעקעדיג
דו מיינסט ר' אברהם חיים, וועלכער איז יעצט אוועק, ריכטיג? נישט דעם טאטן דער בעל שומר אמונים, הרה"ק ר' אהר'עלע זצוק"ל.

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 2:07 pm
דורך שמואל הלוי
ר' אברהם חיים איז געווען א קנאי? מיינסט אוודאי אין אנדערע ענינים, נישט סאטמארע קנאות.

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 8:49 pm
דורך בונעס איירעס
קודם אלע בני יואל כמעט פארן סיי ווי אויף א"י אויב האבן זיי דארט עפעס פארלוירען א קרוב א שמחה, א קבר אב או אם אין אזוי ווייטער. ממש געציילטע פון זיי ניצען דעם עם האריצשן קנאות פראז.

אדמו"ר משומרי אמונים ז"ל מיין איך האט עפעס א סיבה פארוואס די חבריא קדישא האט אים נישט בוחר געווען פאר די מנהיג החבריא נאך די פטירה פון זיין טאטען נאר אנשטאט גענומען זיין איידעם. (אויסער זיין שווערע נאטור (מדות) וואס איז געווען אויך אין צוגאב)

אפשר האט ער געדאווענט זייער הויעך און אנדערע עובדישע ענינים, אבער א קנאי וואס עפעס? אן עובד מיט קנאות איז צוויי באזונדערס!

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 11:53 pm
דורך berlbalaguleh
[left][/left]
שמעקעדיג האט געשריבן:דו מיינסט ר' אברהם חיים, וועלכער איז יעצט אוועק, ריכטיג? נישט דעם טאטן דער בעל שומר אמונים, הרה"ק ר' אהר'עלע זצוק"ל.

ריכטיג. ער איז געווען דער שומרי אמונים רבי וואס אונז האבן געקענט. מ'שמועסט אז נאך די מלחמת ששת הימים האט ער געקויפט א סאך פראפערטי אין די שטחים .

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 12:03 am
דורך שמעקעדיג
על ראשון ראשון וכו'

רוב בני יואל פארן? ס'עפעס? נישט די צענדליגער מענטשן וועמען איך קען, נאו וועי! ס'איז ביהרג ואל יעבור. ערגער פון די שלש החמורות!
ס'טייטש, די גאנצע איסור פון סמארטפאונס ביי די בני יואל איז נאר ווייל מען קען טייפן דערויף עברית!

ועל אחרון אחרון.

איך רעד פונעם לעצטן שומר אמונים רבי, רא"ח. מען האט אים נישט בוחר געווען צוליב מערערע סיבות,
ס'איז קלאר אז דער איידעם פונעם שומר אמונים ז"ל, דער תו"א רבי ז"ל, איז געווען מער פאסיג והא ראי' קוק דער חילוק וואס ביידע האבן אויפגעשטעלט.
ער (רא"ח) איז געווען א גרויסער עובד, געדינט השי"ת מיט מס"נ, אבער בכלל נישט אקעגן די מדינה, נישט קיין סאטמארער בכלל, און ווי געשריבן, נישט גרינגע נאטורן, כידוע בין אנשי שלומו.

------

ר' בערל באלעגאלע האקט.
פון זיינע האקעס ציטער איך און איך שטיי ווייט.
איך דרוק 'שיק' און איך אנטלויף.

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 12:34 am
דורך בונעס איירעס
שמעקעדיג האט געשריבן:על ראשון ראשון וכו'

רוב בני יואל פארן? ס'עפעס? נישט די צענדליגער מענטשן וועמען איך קען, נאו וועי! ס'איז ביהרג ואל יעבור. ערגער פון די שלש החמורות!
ס'טייטש, די גאנצע איסור פון סמארטפאונס ביי די בני יואל איז נאר ווייל מען קען טייפן דערויף עברית!


זעט אויס אז אין די בני יואל גופא איז דא א פראקציע עקסטרימע, און א פראקציע מעסיגע, מיין נאטור איז מעסיג אלזא קען זיין אז מיט די ראדיקאלען און עקסרעמיסטן האב איך נישט געהעריג געהאט א מגע ומשא,

וועם איך ווייס אז ער פארט איז עס גראדע איינער פון זייערע פירער רבנים (אויב נישט זייער אומאפיציעלער פירער) א היפשער בורדאק וואס פארפירט ווען אימער, האב איך שוין באגענעט אין אר"י

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 3:29 pm
דורך berlbalaguleh
בונעס איירעס האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:על ראשון ראשון וכו'

רוב בני יואל פארן? ס'עפעס? נישט די צענדליגער מענטשן וועמען איך קען, נאו וועי! ס'איז ביהרג ואל יעבור. ערגער פון די שלש החמורות!
ס'טייטש, די גאנצע איסור פון סמארטפאונס ביי די בני יואל איז נאר ווייל מען קען טייפן דערויף עברית!


זעט אויס אז אין די בני יואל גופא איז דא א פראקציע עקסטרימע, און א פראקציע מעסיגע, מיין נאטור איז מעסיג אלזא קען זיין אז מיט די ראדיקאלען און עקסרעמיסטן האב איך נישט געהעריג געהאט א מגע ומשא,

וועם איך ווייס אז ער פארט איז עס גראדע איינער פון זייערע פירער רבנים (אויב נישט זייער אומאפיציעלער פירער) א היפשער בורדאק וואס פארפירט ווען אימער, האב איך שוין באגענעט אין אר"י

צו זיין אן אנטי ארוני איז אפשר ביהרג ואל יעבור אין מאנרא גופא תחת הדרכתו של ר' יאסל שליט"א. אבער דאס מיינט נאכנישט אן אנטי ציוני ביהרג ואל יעבור.