בלאט 1 פון 1

האטס גע'פועל'ט אלעס גוטס / פועל אלעס גוטס

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 12:42 pm
דורך יידל
ווען מ'גייט אריין מיט א קוויטל צו רבי'ן, ווען מ'פארט אויף מקומות הקדושים אדער סתם אזוי ווען מ'זאגט א קאפיטעל תהלים קען מען הערן מענטשן וואונטשן, "פועל אלעס גוטס!". עס איז אפילו דא א ניגון דערויף, "האטס געפועלט אלעס גוטס אלעס גוטס, האטס געפועלט אאאאלעס גוטס!" לאמיר זיך אפשטעלן א רגע און אריינטראכטן אין די באדייט פון דעם זאץ. די ערשטע העלפט איז נאך גאנץ כמעשה. אויב זאגט מען "פועל אלעס גוטס", איז דער ווארט "פועל" גאנץ אין פלאץ. די "האטס גע'פועל'ט" ווערסיע איז יא אביסל צריך בירור. לכאורה וואלט געווען גראמאטיש-ריכטיג צו זאגן "ענק זאלן האבן גע'פועל'ט", אדער "טוטס פועל'ן", אדער "פועל'טס". אבער וואס מיר שטערט בעיקר איז די צווייטע העלפט: "אלעס גוטס". וואספארא מין גערעדאכטס איז דאס? ממה נפשך! אויב מיינט מען צו זאגן אז מען זאל אויס'פועל'ן אלע גוטע זאכן, און "גוטס" איז א קאנטראקציע פון "גוטע זאכן", דאן וואלט מען ווען געדארפט זאגן "אלע גוטס". ווידעראום אויב מיינט מען צו זאגן אז אלעס וואס מען פועל'ט זאל זיין גוט, וואלט די ריכטיגע וועג דאס צו זאגן געווען "אלעס גוט", נישט אזוי? וואס איז די באדייט פון דעם מאדנעם "אלעס גוטס"?

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 2:14 pm
דורך געפילטע פיש
קען זיין אז גוטס איז נישט קיין לשון רבים פון גוט, נאר א שם דבר פון גוט. אזוי ווי "נאר נישט קיין ערגערס", אדער "קיין שלעכטס".

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 3:09 pm
דורך לאדיך אפ
ערגערס און שלעכטס זענען נישט קיין שם דברס נאר לשון רבימס.

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 4:20 pm
דורך געפילטע פיש
אויב אזוי וואלט מען געדארפט זאגן "קיינע שלעכטס"?
און וואס איז "וואס זאגסטו עפעס גוטס"? אויך א לשון רבים?

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 8:36 pm
דורך קאווע טרינקער
אולי קומט דאס "אלץ גוטס", כלומר תמיד טוב

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 8:56 pm
דורך ברסלבער
קאווע טרינקער האט געשריבן:אולי קומט דאס "אלץ גוטס", כלומר תמיד טוב

עיין וויקיפידיע - פוילן די אפטייטש פון פוילן איז א גלייכער פלאץ. (אין דער חסידישער וועלט איז באקאנט דער טייטש: פועל ישועות, אלץ גוטס). היינט אויף פויליש: פאָלסקא (טייטש: לאנד פון פעלקער).

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 11:53 pm
דורך משה געציל
זאג נאר יידל דו לערנסט אפשר אין דעם א.ג. תורה ברורה חומש? זייט ווען האט אידיש כללים? (קרעדיט: י.מ. סופר, הרב ? טויב, ועוד).

נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 3:02 pm
דורך דולה ומשקה
גע'פועל אלעס גוטס איז אז דאס וואס מ'האט מתפלל געוועהן ביים קבר זאלען משפיע זיין 'אלעס גוטס'
פועל אלעס גוטס, איז לדוגמא ערב יום כיפור, אז דאס וואס מ'גייט יעצט מתפלל זיין זאל ברענגען אלעס גוטס.