בלאט 1 פון 7

גדולי וגרושי ישראל - גדולי ישראל שהתגרשו

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 3:09 pm
דורך [NAMELESS]
אין ליכט פון א שמועס אין די אשכול "סיפורים וועלכע זענען נגד השכל" האב איך דיסקוסירט די פאקט אז די צוויי באוואוסטע קינדער פון קדושת יום טוב, דער סיגוטער רב בעל עצי חיים און דער סאטמארער רב בעל ויואל משה ודברי יואל (עפעס א פראקציע רופט אים בעל חידושי תורה תשט"ז.. אויב יא, טוה איך עס איך בין בטבע נישט קיין צימעס מענטש) זענען געועון קינדער פון זיווג שני, און קיינער האט דארט דאס נישט געוואוסט. ווייל מען פארדעקט פאקטן אז גדולי ישראל האבן זיך גע'גט, דער קדושת יום טוב האט נישט געהאט קיין קינדער פון זיין ערשטע ( א יש אומרים אז ער האט געהאט א קינד, דורך א מופת פון בעל מנוחת אשר מטשענגער וועלכער האט אים צוגעזאגט א קינד אויב ער זאגט אים צו סנדקאות, אבער למעשה האט דער קדושת יום טוב געגעבן סנדקאות פאר זיין טאטן און דאס קינד איז תיכף אוועק. די מעשה איז געווען אמאל באוואוסט, אבער זינט יוצאי חלצי חסידי סיגוט זענען מער במספר ווי יוצאי חלצי חסידי טשענגער איז עס נשתכח). און האט דעריבער איר געוואלט גט'ן, זי האט נישט געואולט האט ער איר געפטרט דורך היתר מאה רבנים.
למעשה ווערן אזעלכע זאכן נשתכח ווייל עס איז נישט באטעמט צו זיין א גרוש, אבער טאקע פאר דעם לאמיר אלע דא שרייבן איבער גדולי ישראל שהתגרשו, אדער מרנן ורבנן גדולי וגרושי ישראל, און לאמיר קלאר אויסשרייען צוויי זאכן: איינס אז עס איז נישט קיין בושה צו מקיים זיין די מצוה פון "וכתב לה ספר כריתות" ווען עס פעלט אויס, און צווייטנס אז די היסטאריע פון גדולי ישראל דארף ווערן פארשריבן אזוי ווי זיי האבן פאסירט און באגראבן אמת איז נישט קיין עסק.

אלזא, איך ווארף דא ארויס פון ארבעל:

בעל קדושת יום טוב
רבי ברוך בער מקאמעניץ
רבי אהרן מבעלזא
רבי יודעלע דזשיקובער


און פון די היינטיגע:
כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב שליט"א (זעסטו ר' בנציון? איך רעכן אויס נאר איין באבוב, אזוי ווי עס אוות נפשך הטהורה וגאוותך הקדושה!)
סטאלינער רבי
רבי מלכיאל קאטלער
ניקלשבורגער רבי (אז דער צדיק האט זוכה געווען צו זיין אין די ליסטע איז נישט עכט זיין אייגענע קרעדיט, עס איז די הייליגע סאטמארער קהלה וואס האט שווער געארבעט ער זאל קענען זיין אין אזא חשובע רשימה)
איך בין זיכער אז נאך אסאך, אבער דאס איז אזוי ארויסגעווארפן וואס איך געדענק

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 3:14 pm
דורך לאדיך אפ
ר' יעקב יחיאל וויינבערג איז געווען א גרוש קיינמאל נישט חתונה געהאט א צווייטע מאל.
רבי מלכיאל קוטלר איז נישט קיין גרוש נאר א היתר מאה רבנים, אויך ווייל ער האט נישט געהאט קיין קינדער און ער האט געוואלט קומען ווערן ראש ישיבה און לעיקוואד ווען זיין טאטע ר'שניאור איז אוועק, און זיין ווייב ליפשא האט נישט געוואלט ווייל די ריסקא גייען נישט ארויס פון ארץ ישראל.

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 3:42 pm
דורך [NAMELESS]
לאדיך אפ האט געשריבן:ר' יעקב יחיאל וויינבערג איז געווען א גרוש קיינמאל נישט חתונה געהאט א צווייטע מאל.
רבי מלכיאל קוטלר איז נישט קיין גרוש נאר א היתר מאה רבנים, אויך ווייל ער האט נישט געהאט קיין קינדער און ער האט געוואלט קומען ווערן ראש ישיבה און לעיקוואד ווען זיין טאטע ר'שניאור איז אוועק, און זיין ווייב ליפשא האט נישט געוואלט ווייל די ריסקא גייען נישט ארויס פון ארץ ישראל.


ער האט געהייסן רבי יחיאל יעקב וויינבערג, פון ווארשע און דאן פון מאנטרעי שווייץ. מארק שפירא איז א גרויסער חסיד זיינער.
רבי מלכיאל קאטלער איז געווען אן איידעם ביי רבי מיכל פיינשטיין, ורעיתו מרת ליפשא ע"ה, און נישט די ווייב איז ליפשא. בריסקער רב'ס איידעם, און ווען ער האט געוואלט יורש זיין די גרעסטע ישיבה אין די וועלט, האבן די בריסקער פאנאטיקער נישט געוואלט הערן דערפון. עס איז געועון א מלחמה צווישן בית בריסק און בית לעיקוואד, הרב שך האט זיך אנגענומען פאר לעיקוואד און די בריסקער האסן לעיקוואד און פאניוועזש דערוועגן עד היום, זי די בריסקער מלומדת האלט זיך נאך היינט פאר א חתונה געהאטע פרוי, זי האט נישט איינגעקעשט די היתר מאה רבנים

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 3:52 pm
דורך לאדיך אפ
די בריסקע אין לעיקוואד ווען זיי האבן געוואלט טשעפענען ר' מלכיאל פלעגן זיי אויפהענגן א צעטל "ר' מלכיאל וועט געבן א שיעור אין די סוגיא פון המביא גט ממדינת הים"...

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 4:35 pm
דורך צדיקל
הרה"ק דער ראפשיצער רב זי"ע איז געווען א גרוש,
די סיבה ווערט פארציילט אז זי געווען אביסל מאדערן, ע"פ עצתו פון הרה"ק ר"ר מעכיל'ע זלאטשובער זי"ע האט ער איר ג'גט.

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 5:29 pm
דורך ברסלבער
קופערניקוס האט געשריבן:למעשה ווערן אזעלכע זאכן נשתכח ווייל עס איז נישט באטעמט צו זיין א גרוש, אבער טאקע פאר דעם לאמיר אלע דא שרייבן איבער גדולי ישראל שהתגרשו, אדער מרנן ורבנן גדולי וגרושי ישראל, און לאמיר קלאר אויסשרייען צוויי זאכן: איינס אז עס איז נישט קיין בושה צו מקיים זיין די מצוה פון "וכתב לה ספר כריתות" ווען עס פעלט אויס, און צווייטנס אז די היסטאריע פון גדולי ישראל דארף ווערן פארשריבן אזוי ווי זיי האבן פאסירט און באגראבן אמת איז נישט קיין עסק.

ביזט גערעכט, אבער מאך עס נישט פאר אזא בא'טעמ'טע עסק, מארגן וועלן אלע בתי דינים פיל ווערן מיט פארלאנגען פאר א גט.

נאך א נקודה
אפשר גייט דאס אריין אין דעם ענין אז מען קען נישט נאכמאכן אלעס וואס גדולי ישראל האבן געטוהן, למשל סוף זמן תפלה וכדו', כאטש גט'ן איז נישט קעגן די הלכה פארקערט עס איז א מצוה אין די תורה, אבער כ'מיין אז די מצוה איז בעסער מקיים צו זיין דורך ונשלמה פרים שפתינו, מען וועט לערנען די הלכות און יוצא געווען.
קוק נאר אן רוב היימישע גרושים ווי אזוי זיי זעהן אויס, זיכער נישט ווי די גדולי ישראל וואס האבן זיך גע'גט.

קופערניקוס האט געשריבן:(עפעס א פראקציע רופט אים בעל חידושי תורה תשט"ז.. אויב יא, טוה איך עס איך בין בטבע נישט קיין צימעס מענטש)

הרב דים פון מאנרא רופט אים עמטליך "דער בעל על הגאולה ועל התמורה" אויב דו ווילסט קענסטו עס אדאפטן.

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:16 pm
דורך ונבנתה העיר
דער נתיבות, עפעס דארף זיין א מעשה אז רעק"א האט נישט געוואלט מסדר זיין דעם גט ווייל ער האט נישט געוואלט רעדן צום נתיבות בלשון נוכח.

ר' צדוק.

ר' אהרן מקאזשניץ.

קדושת ציון.

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:19 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
ונבנתה העיר האט געשריבן:דער נתיבות, עפעס דארף זיין א מעשה אז רעק"א האט נישט געוואלט מסדר זיין דעם גט ווייל ער האט נישט געוואלט רעדן צום נתיבות בלשון נוכח.

ר' צדוק.

ר' אהרן מקאזשניץ.

קדושת ציון.


ר' צדוק האט דאכט זיך נישט גע'גט, נאר פריש חתונה געהאט מיט א היתר מאה רבנים. ניין?

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:25 pm
דורך ונבנתה העיר
ריכטיג, און אזוי אויך דער קדושת ציון דאכציך.

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:31 pm
דורך קלאר
דער עולם וועט באקומען די אן אפעטיט זיך צו גט'ן...
מי ראה את אלו יוצאים...

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 7:40 pm
דורך יאיר
דער בית הלוי. דער אריה דבי עלאי. רבי משולם איגרא. בעל מנחת אלעזר.

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 7:53 pm
דורך קאווע טרינקער
אינטערסאנטע שמועס דא. ס'כדאי צו מחלק זיין צווישען גירושים וואס זענען פארגעקומען אלץ "גדולי ישראל" - וואס דאן איז אינטערסאנט צו וויסן וואס האט זיך אפגעטוהן מאחורי, וללמוד אנו צריכים להלכה, און אנדערע גירושים, וואס די ערשטע-זיווג האט זיך נישט אויסגעארבעט, און האבן זיך גע'גט תיכף אחר הנישואין, און ערשט יארן שפעטער (צו מאהל אפילו לאחר מאה ועשרים) זענען זיי געווארן "גדולי ישראל". ביי דעם פאל איז מעגליך אז אויב די פרוי וואלט געוואוסט אז לעתיד גייט זי ווערן פון א פרוי - א רעביצין, יתכן זי וואלט זיך צוגעשטעלט.

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 8:09 pm
דורך לעיקוואד
צו די אלע וואס שרייבען אז מדארף דאס טאקע באבאלטען און נישט מאכען כאילו עס איז א באטעמטער עסק, עטס זאלסט מוחל זיין, אבער, קיינער , קיינער, איז נישט עפעס מוראדיג באטעמ'ט זיך גט'ן, קיינער וועט זיך נישט נעמן ג'טן מארגען ווייל ער ווייסט אז נישט איינער פון די גדולי ומאורי ישראל האט זיך גע'גט. יעדער איינער וואס געט זיך איז דאס מתוך א מוראדיגער צער און ווייטאג, עס איז נישטא קיין שום חשש מורא צו האבען אז אויסזאגען דער סוד גדולי ישראל געטן זיך אויכעט וועט מארגען אנברענגען א ליין ביים בית דין אויף א גט.

סך הכל, די וואס ליידער דארפן זיי זיך גט'ן, מטעם זה או אחר, על פי רוב נאך זיך מוטשענען א לאנגע צייט און פראבירען כל טצדקי עס זאל נישט קומען דערצו, וועלן זיך נישט שפירען אזוי אפגעפרעגט און אויסגעשלאסען פון סאסייעטי. און מעגן וויסען אז עס איז נישט קיין עבירה זיך גט'ן, אדרבה סא מצווה, און מווערט גארנישט אפגעפרעגט מיט דעם. דאס , ווי ברעסלעבער שרייבט "וויאזוי רוב היימישע גרושים זעהן אויס", איז א דירעקטע תוצאה פון אונזער סאסייעטי נישט קענען אויפנעמען א שום זאך וואס איז אביסעך אנדערש פון "נארמאל", און מאכט אזא מין טאבו פון דער נושא, און דאס וויאזוי מען דוקט אויף עם שפיגלט זיך אפ ביים גרוש אליינס כדרך בני אדם וואס זענען נשפע פון ווי מקוקט אויף זיי.

אלנפאלס, איז דאס בכלל נישט אמת, איף קען נישט איינס און נישט צוויי היימישע געלונגענע גרושים וואס עס פעלט זיי גארנישט (אחוץ א וייב שטייצעך, ירחם ה' עליהם בקרוב) נישט נפשותדיג און נישט אין אנדערע הינזיכטען, איין זאך וואס וואלט זיי געהאלפען איז אז עס זאל נישט זיין אזא מין אפגעפרעגטקייט זיך צו געט'ן, און אז מזאל זיי אנקוקען ווי מענטשען נישט ווי עפעס א מין מאדנע בריאה וואס רופט זיך "גרוש".

מיר מעגן שוין אנהייבען מקבל זיין יעדער איינער וואס איז אביסעל אנדערש פון וואס הייסט אפיציעל "נארמאל", און בכלל זה גרושים וגרושות וכו'. דער ווארט "נישט נארמאל" ווערט ביי אונז גענוצט אלץ א צוונאג און טעראר מיטעל אויף יעדער נארישקייט פון גליטשען אין יידושקייט ביז גייען א נישט חסידישע סארט שיך, און דאס מוז זיך אויפהערן, יעדער האט די רעכט צו זיין וואס ער איז און טוהן ווי עם שמעקט און מווערט נישט משוגע פאר נישט קוקען יעדער ספליט סעקאנד אויף רעכטס און לינקס זעהן וואס דער שכן טוט ואעשה כן גם אני.

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 8:14 pm
דורך אוהב דעת
ברסלבער האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן:למעשה ווערן אזעלכע זאכן נשתכח ווייל עס איז נישט באטעמט צו זיין א גרוש, אבער טאקע פאר דעם לאמיר אלע דא שרייבן איבער גדולי ישראל שהתגרשו, אדער מרנן ורבנן גדולי וגרושי ישראל, און לאמיר קלאר אויסשרייען צוויי זאכן: איינס אז עס איז נישט קיין בושה צו מקיים זיין די מצוה פון "וכתב לה ספר כריתות" ווען עס פעלט אויס, און צווייטנס אז די היסטאריע פון גדולי ישראל דארף ווערן פארשריבן אזוי ווי זיי האבן פאסירט און באגראבן אמת איז נישט קיין עסק.

ביזט גערעכט, אבער מאך עס נישט פאר אזא בא'טעמ'טע עסק, מארגן וועלן אלע בתי דינים פיל ווערן מיט פארלאנגען פאר א גט.

נאך א נקודה
אפשר גייט דאס אריין אין דעם ענין אז מען קען נישט נאכמאכן אלעס וואס גדולי ישראל האבן געטוהן, למשל סוף זמן תפלה וכדו', כאטש גט'ן איז נישט קעגן די הלכה פארקערט עס איז א מצוה אין די תורה, אבער כ'מיין אז די מצוה איז בעסער מקיים צו זיין דורך ונשלמה פרים שפתינו, מען וועט לערנען די הלכות און יוצא געווען.
קוק נאר אן רוב היימישע גרושים ווי אזוי זיי זעהן אויס, זיכער נישט ווי די גדולי ישראל וואס האבן זיך גע'גט.

קופערניקוס האט געשריבן:(עפעס א פראקציע רופט אים בעל חידושי תורה תשט"ז.. אויב יא, טוה איך עס איך בין בטבע נישט קיין צימעס מענטש)

הרב דים פון מאנרא רופט אים עמטליך "דער בעל על הגאולה ועל התמורה" אויב דו ווילסט קענסטו עס אדאפטן.


אבי גערעדט רוב גורישום זענען זייער נארמאלע אינגעלייט איך גלייב אז די כאפסט פשט נישט, ווייל יא סאיז דא אסאך קראנקע וואס זיי האבען זיך געדארפט גטן , אבער רוב גגטע אינגעלייט היינט צוטאגס זענען דווקע נארמאל סאיז דא בערך 600 חסידישע גרושים 500 זענען דווקע גזונטע מענטשען זיי האבען פלעין נישט געהאלטען ביים לעבען א לעבןוואס איז נישט סוקסעספול , ווי אלע אנדערע חתונה געהאטע אינגעלייט וואס ליידען זיך אן במשך זייער לעבן , און האבען נישט די שטארקייט צו טון וואס איז ריכטיג, האבען נישט קיין self esteem צו טון צום זאך, און זענען צוקלאפט און דיפרעסט האבען מורא פאר די נאמען גרוש

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 8:17 pm
דורך קאווע טרינקער
אוהב דעת - ס'איז א סכנה אזוי צו רעדן אין פאבליק. אלע וועלן דיר זאגן " משה'לע, מיינסט טאקע אז יעדער איז אומצופרידען אזויווי דיר?"...

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 8:24 pm
דורך קאווע טרינקער
לעיקוואד האט געשריבן:מיר מעגן שוין אנהייבען מקבל זיין יעדער איינער וואס איז אביסעל אנדערש פון וואס הייסט אפיציעל "נארמאל", און בכלל זה גרושים וגרושות וכו'. דער ווארט "נישט נארמאל" ווערט ביי אונז גענוצט אלץ א צוונאג און טעראר מיטעל אויף יעדער נארישקייט פון גליטשען אין יידושקייט ביז גייען א נישט חסידישע סארט שיך, און דאס מוז זיך אויפהערן, יעדער האט די רעכט צו זיין וואס ער איז און טוהן ווי עם שמעקט און מווערט נישט משוגע פאר נישט קוקען יעדער ספליט סעקאנד אויף רעכטס און לינקס זעהן וואס דער שכן טוט ואעשה כן גם אני.


כל התורה כולה על רגל אחת!

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 9:07 pm
דורך בונעס איירעס
געהערט האב איך אמאל (אדרבה דערגייט דעם קארנטקייט הדבר אין קומט צוריק מיט די ריזאלטס)

אז דער יעצטיגער בעלזער רבי ר' בערל רוקח שליט"א האט יארן נישט געהאט קיין קינדער נאך זיין חתונה מיט הרבנית הצדיקות תחי' האט ער אנגעפרעגט הרבי מסאטמאר זצ"ל אדער אליינס, אדער א שליח (איר קענט אריינשטעלן א צווייטען צדיק'ס נאמען דא אויב מאכט אייך עס ניט קיין סענס, איך האב עס געהערט מיט דעם צדיקס נאמען)

האט ער אים געראטען ער זאל גט'ן זיין רעבעצין, און נאכמאל חתונה האבן מיט איר, חוזר זיין גרושתו, דאן איז געבוירן געווארן בנו יחידו אהרן מרדכי

אויב איז דאס אמת דאן איז ער אויך אויף די ליסט.

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 9:20 pm
דורך שרייבער
בונעס איירעס האט געשריבן:געהערט האב איך אמאל (אדרבה דערגייט דעם קארנטקייט הדבר אין קומט צוריק מיט די ריזאלטס)

אז דער יעצטיגער בעלזער רבי ר' בערל רוקח שליט"א האט יארן נישט געהאט קיין קינדער נאך זיין חתונה מיט הרבנית הצדיקות תחי' האט ער אנגעפרעגט הרבי מסאטמאר זצ"ל אדער אליינס, אדער א שליח (איר קענט אריינשטעלן א צווייטען צדיק'ס נאמען דא אויב מאכט אייך עס ניט קיין סענס, איך האב עס געהערט מיט דעם צדיקס נאמען)

האט ער אים געראטען ער זאל גט'ן זיין רעבעצין, און נאכמאל חתונה האבן מיט איר, חוזר זיין גרושתו, דאן איז געבוירן געווארן בנו יחידו אהרן מרדכי

אויב איז דאס אמת דאן איז ער אויך אויף די ליסט.

קיינמאל געהערט דערפון
אבער דאס האב איך יא געהערט אמאל פון א עלטערן איד, ער געדענקט אינמיטן די ל' יארן ווען ער איז געקומען צום רבין אין פלארידע זיך מזכיר זיין, אין יענעם יאר האט ער געהאט דאס קינד

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 9:27 pm
דורך בונעס איירעס
שרייבער האט געשריבן:
בונעס איירעס האט געשריבן:געהערט האב איך אמאל (אדרבה דערגייט דעם קארנטקייט הדבר אין קומט צוריק מיט די ריזאלטס)

אז דער יעצטיגער בעלזער רבי ר' בערל רוקח שליט"א האט יארן נישט געהאט קיין קינדער נאך זיין חתונה מיט הרבנית הצדיקות תחי' האט ער אנגעפרעגט הרבי מסאטמאר זצ"ל אדער אליינס, אדער א שליח (איר קענט אריינשטעלן א צווייטען צדיק'ס נאמען דא אויב מאכט אייך עס ניט קיין סענס, איך האב עס געהערט מיט דעם צדיקס נאמען)

האט ער אים געראטען ער זאל גט'ן זיין רעבעצין, און נאכמאל חתונה האבן מיט איר, חוזר זיין גרושתו, דאן איז געבוירן געווארן בנו יחידו אהרן מרדכי

אויב איז דאס אמת דאן איז ער אויך אויף די ליסט.

קיינמאל געהערט דערפון
אבער דאס האב איך יא געהערט אמאל פון א עלטערן איד, ער געדענקט אינמיטן די ל' יארן ווען ער איז געקומען צום רבין אין פלארידע זיך מזכיר זיין, אין יענעם יאר האט ער געהאט דאס קינד


פיין! יישר כח שרייבער נעני, האלב פון די מעשה שטימט שוין אז סאיז געווען דער בעלזער רבי אליינס וואס איז געקומען זיך מזכיר זיין ביי הרבי זצ"ל, בלייבט נאר איבער אז א צווייטער זאל ווערעפייען דעם איבריגען חלק המעשה, אין אזוי וועט קופערניקעס ליסט קענען וואקסען אויף דאפעלט.

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 9:28 pm
דורך ברסלבער
אוהב דעת האט געשריבן:אבי גערעדט רוב גורישום זענען זייער נארמאלע אינגעלייט איך גלייב אז די כאפסט פשט נישט, ווייל יא סאיז דא אסאך קראנקע וואס זיי האבען זיך געדארפט גטן , אבער רוב גגטע אינגעלייט היינט צוטאגס זענען דווקע נארמאל סאיז דא בערך 600 חסידישע גרושים 500 זענען דווקע גזונטע מענטשען זיי האבען פלעין נישט געהאלטען ביים לעבען א לעבןוואס איז נישט סוקסעספול , ווי אלע אנדערע חתונה געהאטע אינגעלייט וואס ליידען זיך אן במשך זייער לעבן , און האבען נישט די שטארקייט צו טון וואס איז ריכטיג, האבען נישט קיין self esteem צו טון צום זאך, און זענען צוקלאפט און דיפרעסט האבען מורא פאר די נאמען גרוש

ביזט גערעכט אז רוב גרושים זענען נארמאל, אבער דאס מיינט נאכנישט אז די אקט פון זיך גט'ן וואס זיי האבן געטוהן איז אויך נארמאל (בבחינת ארור אפם, לא קלל אלא אפם)
און איך מיין דירעקט נישט מיט די ווארט נארמאל דאס וואס לעקוואד שרייבט די היינטיגע א.ג. נארמאלקייט פון קוקן וואס דער שכן טוט, איך מיין טאקע באמת נארמאלקייט ווי אין דער אלטער היים.
לעקוואד שרייבט אז קיינער האט זיך נישט גע'גט פאר שוואוילטאג, מען האט פרובירט וואס מען קען, דאס איז אויך אמת, אבער וואס האט מען פרובירט? געווענטליך האט מען פרובירט צו גיין צו א שלום-בית עסקן, מען האט אוועקגעצאלט שווערע געלטער, מען האט פרובירט וואס מען קען, און עס האט זיך נישט אויסגעארבעט.
עס דערמאנט מיר א מעשה פון א לויער ווען ער איז געקומען אין די עלטערע יארן האט ער צוגעלערנט זיין זוהן צו די פאך, און ער האט אים איבערגעגעבן עטליכע קעיסעס זיך צו לערנען דערויף, דער זוהן האט עס איבערגענומען בתוקף ועוז, ער האט זיך גענומען צו איין קעיס וואס דער טאטע האט זיך שוין געמוטשעט דערויף צוויי און צוואנציג יאר, דער זוהן האט זיך אריינגעלייגט דערין ראשו ורובו, און וואונדער איבער וואונדער, נאך עטליכע חדשים האט ער געשליכטעט דעם קעיס בכי טוב.
ער קומט צום טאטן בשמחה רבה און דערציילט אים זיין געוואלדיגע אויפטוה.
דער טאטע זאגט אים: "איי די טויגסט נישט צו דעם פאך", "וואס איז?" פרעגט דער ערשטוינטער זוהן, איז אים דער טאטע מסביר: "ווען דו ביזט ווען א גוטער לויער שלעפסטו דעם קעיס נאך צוויי און צוואנציג יאר"...
אקוראט אזוי זעהן אויס די היינטיגע שלום בית מאכער'ס, פארוואס זאל ער באמת זיין אינטערעסירט צו מאכן דארט שלום בית? ער נעמט שווערע געלטער פאר יעדע שעה, און ער וועט עס ציען וואס לענגער, ער דארף דאך אויך האבן אויף שבת צו מאכן, און ווער רעדט נאך אויב דער עסקן דארף נאך חתונה מאכן בקרוב, דארפן שוין די שווער/שוויגער/טאטע/מאמע/ברודער'ס/שוואגער'ס אויך קומען, און אזוי ציעט ער עס אויס ביז ווי לאנג ער קען, און נאכדעם זאגט ער "כ'מיין אז פאר אייך האט די תורה געשריבן די מצוה פון גט'ן, אמאל דארף מען דאס אויך מקיים זיין" און שוין, מען האט געטוהן וואס מען האט געקענט און מען גט זיך.
א ביטער געלעכטער

די גמרא זאגט זכה עוזרתו לא זכה כנגדו
טראכט אריין וואס דא שטייט, עס ווענדט זיך אלעס אינעם מאן, אויב ער איז זוכה איז זי מיט אים, און אויב ער איז נישט זוכה איז זי קעגן אים.
נשים עם בפני עצמן, ווען מען האט חתונה דארף מען זיך אויסלערנען די שפראך פון די פרויען-פאלק, און אויב קען מען די שפראך, און מען האט אביסל שכל, קענסטו אראפקאטן פון די 600 גרושים 550, דו וועסט בלייבן בלויז מיט פופציג.

איך ווייס נישט אויב עס קומט אריין אין דעם אשכול, אבער אזוי ווי עס איז ארויפגעקומען דעם נושא, האב איך נישט געוואלט בלייבן מיט בויך-וויי, האב איך עס געמוזט ארויסגעבן, און אפשר טאקע דארף מען עפענען א צווייטע אשכול פאר שלום בית, לדעתי לדעתי וואלט מען רוהיג געקענט פארמיידן רוב גיטין.

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 10:00 pm
דורך לעיקוואד
ברסלבער האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב עס קומט אריין אין דעם אשכול, אבער אזוי ווי עס איז ארויפגעקומען דעם נושא, האב איך נישט געוואלט בלייבן מיט בויך-וויי, האב איך עס געמוזט ארויסגעבן, און אפשר טאקע דארף מען עפענען א צווייטע אשכול פאר שלום בית, לדעתי לדעתי וואלט מען רוהיג געקענט פארמיידן רוב גיטין.

דמיונות בעלמא. איך האב די טענה געהערט פון נישט איינער, אבער קיינער פון זיי האט נישט געקעט דאס באווייזען בפועל, אז דו זאגסט טאקע אזוי, קלינג איך דיר היינט ביינאכט מיט א ליסט פון פינעף קעיסעס וואס האלטען זיך ביים גט'ן, לאמיר זעהן ווי דו קענסט עס פארמיידען מיט דיין גרויסע חכמה.
די טענה איז איינער פון די גרעסטע שקרים וואס די דרשני ועסקני שלום בית פארקויפען, און ווען עס קומט למעשה לאזט זיך אויס פון זיי א פייג. ובידעי ומכירי קאמינא. אוודאי, טעארעטיש וואלט יעדער געקענט האבען שלום בית ווען ער וואלט נאר געטוהן אזוי און אזוי און זי וואלט געטוהן אזוי און אזוי און פארשטאנען אזוי און אזוי, אבער דאס איז טריוויאל. עס זאגט נאר אז ווען עס וואלט געווען שלום בית וואלט געווען שלום בית. מרעדט דאך בפועל ווי עס קומט צו כל מיני מצבים און קיינער קען עס נישט העלפען. סנישט קיין חכמה צו זיין א חכם אויף יענער'ס ליידען.
לולא דמספתינא, וואלט איך געזאגט אז לדעתי, לדעתי, וואלט אסאך כלומ'רשטע שלום בית הצלחות געדארפט זיך ענדיגען מיט א געט, און רוב א"ג שלום בית מאכערס וואלא מען געדארפט זאפארט פטר'ן פון זייער אמט וואס איז באזירט אויף בערך אזא לעכערליכע טענה אז אלע קען מען טוישען אזויווי די טענה אז אלע געיס קענען זיך טוישען און ווערן סטרעיט (עי' מאמרו החדש של הגה"צ מוהר"ר מלך שפירא שליט"א באתרא קדישא ספרים בלוג).

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 10:05 pm
דורך ברסלבער
יא איך קען עס באווייזן בפועל
אבער איך געב דערווייל נאכנישט ארויס מיין נומבער מחמת סיבות שונות וטעמים כמוסים.

אבער דאס וועל איך יא טוהן בעזר ה', איך וועל עפענען אן אשכול וועגן שלום בית, און פרובירן אראפצושרייבן וויכטיגע כללים דערין, און האפענטליך דעמאלט'ס וועסטו זעהן אז כ'בין יא גערעכט געווען, אבער דאס וועט שוין נישט זיין היינט.

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 10:16 pm
דורך לעיקוואד
ברסלבער האט געשריבן:יא איך קען עס באווייזן בפועל
אבער איך געב דערווייל נאכנישט ארויס מיין נומבער מחמת סיבות שונות וטעמים כמוסים.

אבער דאס וועל איך יא טוהן בעזר ה', איך וועל עפענען אן אשכול וועגן שלום בית, און פרובירן אראפצושרייבן וויכטיגע כללים דערין, און האפענטליך דעמאלט'ס וועסטו זעהן אז כ'בין יא גערעכט געווען, אבער דאס וועט שוין נישט זיין היינט.


נו נו.

דארפסט אבער פארשטיין די אלע געוואלדיגע כללים העלפן א רעטאך בפועל, פארוואס? פשוט, אוודאי קען מען אויסשטעלן מוראדיגע כללים וואס וועט זיין א פונקטליכע רעסיפי אויף שלום בית. קיינער איז נישט מחולק מיט דעם. די פראבלעם איז נאר אז פון די כללים ביז למעשה איז א ווייטער וועג, יעדער קען זאגען ווען דו וואלסט אלעמאל געשמייכלט למשל און גערעדט און אזוי און אזוי וואלסטו געהאט שלום בית, אבער אפשר האסטו אויך כללים און עצות וויאזוי מפירדט דאס אויס בפועל? עס איז בערך אזויווי צו זאגען אז יעדער קען זיין א צדיק, מדארף נאר פאלגען די כללים. נו, שכויעח, דאס האב איך געוואסוט פאר דו ביסט אנגעקומען. די סיבה פארוואס איך בינישט קיין צדיק איז נישט ווייל עס פעלט מיר אינפארמאציע וויאזוי ממאכט דאס נאר וועגן פארשידענע פראבלעמן וואס מאכט זיך ווען מפראבירט דאס אויסצופירען בפועל. די זעלבע פאר שלום בית, כללים ביזן הימל העלפען פאר קיינער נישט ברגע וואס עס איז דא א פראבלעם אין מציאות.

דאס איינרעדן כאילו עס איז דא א רעסיפי מנצחת פאר שלום בית און די פראבלעם איז פשוט אז מפירט דאס נישט אויס דינט נאר צו מאכן אומשולדיגע יונגעלייט און ווייבלעך זיך שפירען שולדיג , כאילו סאיז נישט גענוג די עצם צער וואס זיי גייען אדורך, און איז סיי א לעכערליכע טענה ברגע וואס מטראכט א רגע, און סיי א שטארקע רשעות וואס טוט נאר מחזק געוועם די prejudices און טאבוס וואס מענטשען האבען שוין סייוי איבער וואס איז "נארמאל" און ראוי.

ידוע אז כמה פון די גרויסע שלום בית עצה געבערס און דענקערס האבען נישט קיין ש"ב ביי זיך אין שטוב (השמות שמורים במערכת), דאס איז נאר נאך איין באווייז אויף די לעכערקייט פון די אלע געוואלדיגע כללים וועןעס קומט למעשה.