בלאט 1 פון 1

הייסע נייעס! הצלחה ספרים סטאר פארקויפט לעצטע מורה נבוכים!

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 3:37 pm
דורך לאדיך אפ
זייט הצלחה ספרים סטאר אין וויליאמסבורג האט זיך איבערגעבויט פאר 10 יאר צוריק האבן זיי אין די מוסר סעקשאן איין אלטע צוריסענע מורה נבוכים. שוין יארן וואס מ'גייט דורך די מוסר שעלפס אין הצלחה, און אינדערמיט ליגט אזוי נעבעכדיג און לאונלי א ווייסע באטריבטע מורה נבוכים, עלנד אליין אן קיין גואל. זיינע חברים אין שאפע טוישן זיך יעדע פאר וואכן ווען פרישע שיפמענטס פון חובת הלבבות, מסילת ישרים, מעלות המדות וכו' קומען און גייען, אבער דער מורה נבוכים איז א סטעדי פיקטשור.

די וואך שפאציר איך אריין אין הצלחה ספרים סטאר און כ'אנדעק אז די אומגלויבליכע איז געשען! נישט מער און נישט ווייניגער, דער מורה נבוכים ליגט נישט אויף זיין פארשטויבטן מקום קובע! כ'בין געווען זיכער אז ווען איינער האט ארויסגעשלעפט די קב הישר איז די מורה נבוכים נעבעך ארויסגעפאלן און אזוי ארום פארענדיגט זיין שעלף-לייף בשיבה ובזקנה טובה. זיכער צו מאכן, לויף איך שנעל צום קאונטער און כ'פרעג חיים מאיר אזוי תמימות'דיג צו ער האט א מורה נבוכים צו פארקויפן. נאכן צומאכן די צוויי גרויסע אויגן וואס ער האט אויף מיר געעפנט זאגט ער מיר "כהאב עס פארקויפט פאריגע וואך".

אומגלויבליך!! נאכן ווארטן יארן לאנג אויף א תיקון איז דער מורה נבוכים ענדליך אנגעקומען אל המנוחה ואל הנחלה אין איינע פון די וויליאמסבורגע הייזער! ווער האט זיך געגלייבט אז כ'וועל דאס נאך דערלעבן!!.

סארסעס געבן איבער אז הצלחה האט שוין געארדערט א פרישע שיפמענט פון איין מורה נבוכים. ס'וועט אנקומען ערגעץ-ווען אין די נעקסטע צען יאר.

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 5:12 pm
דורך פיינע קאווע
זיי מוחל גיי נאכאמאל עס ליגט שוין נאך איינס אויפן שעלוו :)

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 10:32 am
דורך דעתי הענייה
פאר ווער עס אינטערסירט:
טוביה'ס אין מאנסי האט א גרויסע אויסוואל פון די סארט ספרים, פונעם רמב''ם ביז (להבדיל? איך האלט נישט ממש אזוי...) הרב קוק ז''ל.

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 7:48 pm
דורך יאיר
יעצט וועלן מיר ווארטן איינער זאל זיך מרחם זיין אויף זייער כוזרי.

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 2:55 am
דורך לעיקוואד
איך דערמאן זיך ווי דער מוכר האט מיר אנגעקוקט פאר אפאר יאר ווען איך האב געקויפט א מורה נבוכים אין א היימישער געשעפט, כאילו איך מאך דא עפעס א מין מאדנע זאך, דער מורה דאך איז געמאכט צו ליגען און ווארטן אויפן שעלף פון געשעפט, נישט באמ צו קויפען.. איך האב עם מסביר געווען אז דער זעלבער ענין וואס ער האט סזאל זיין אויף זיין שעלף האב איך עס זאל זיין אויף מיין שעלף..