בלאט 1 פון 1

ביבלישער אומרעכט

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 11:36 am
דורך בן תמליון
צוויי מענטשן געווען אין א שטעטל א קליינער
איינער רייך דער צווייטער ארים דער גורל זיינער

צום רייכן איז געווען אקסן שאף אלע בהמות פון פעלד
אסאך אסאך גאנצע סטאדעס קיין אפהאלט פון געלט

דער ארימאן האט נישט גארנישט קיין ווערט
נאר איין לעמעלע געקויפט א קליינע נשמה זיס
מיט הארץ איר געהאדעוועט און נשמה איר ערנערט
זיין וואסער געטרונקען געטיילט מיט איר זיין ברויט
זי איז געשלאפן אין זיין שויס איר פארציילט זיין שמועס
געווען פאר איהם ווי א טאכטער אין צייט פון נויט

אט איז אין שטעטל א גאסט
געקומען דעם עושר'ס א מחותן
דארף מען מכבד זיין ווי ס'פאסט
א פליישיקע סעודה מיט אלעם גוטן

האט דער רייכער זיינע טשערדעס געשוינט
זיין פארמעגן האט זיך איהם נישט געלוינט
דעם ארימאנס לעמעלע גענומען מיט געוואלד
געמאכט א פעטע סעודה באלד
געהוליעט ביז שפעט ביינאכט
דעם ארימאנס געשרייען אויסגעלאכט


שמואל ב י"ב

א שְׁנֵי אֲנָשִׁים הָיוּ בְּעִיר אֶחָת, אֶחָד עָשִׁיר, וְאֶחָד רָאשׁ.

ב לְעָשִׁיר, הָיָה צֹאן וּבָקָר--הַרְבֵּה מְאֹד.

ג וְלָרָשׁ אֵין-כֹּל, כִּי אִם-כִּבְשָׂה אַחַת קְטַנָּה אֲשֶׁר קָנָה, וַיְחַיֶּהָ, וַתִּגְדַּל עִמּוֹ וְעִם-בָּנָיו יַחְדָּו; מִפִּתּוֹ תֹאכַל וּמִכֹּסוֹ תִשְׁתֶּה, וּבְחֵיקוֹ תִשְׁכָּב, וַתְּהִי-לוֹ, כְּבַת.

ד וַיָּבֹא הֵלֶךְ, לְאִישׁ הֶעָשִׁיר, וַיַּחְמֹל לָקַחַת מִצֹּאנוֹ וּמִבְּקָרוֹ, לַעֲשׂוֹת לָאֹרֵחַ הַבָּא-לוֹ; וַיִּקַּח, אֶת-כִּבְשַׂת הָאִישׁ הָרָאשׁ, וַיַּעֲשֶׂהָ, לָאִישׁ הַבָּא אֵלָיו.

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 11:43 am
דורך pink
5 וַיִּחַר־אַף דָּוִד בָּאִישׁ מְאֹד; וַיֹּאמֶר אֶל־נָתָן, חַי־יהוה כִּי בֶן־מָוֶת, הָאִישׁ הָעֹשֶׂה זֹאת׃ 6 וְאֶת־הַכִּבְשָׂה יְשַׁלֵּם אַרְבַּעְתָּיִם; עֵקֶב, אֲשֶׁר עָשָׂה אֶת־הַדָּבָר הַזֶּה, וְעַל אֲשֶׁר לֹא־חָמָל׃

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 12:58 pm
דורך געפילטע פיש
ויאמר נתן אל-דויד, אתה האיש!
כה-אמר יהוה אלוהי ישראל, אנוכי משחתיך למלך על-ישראל, ואנוכי הצלתיך, מיד שאול.
ואתנה לך את-בית אדוניך, ואת-נשי אדוניך בחיקך, ואתנה לך, את-בית ישראל ויהודה; ואם-מעט--ואוסיפה לך, כהנה וכהנה.
מדוע בזית את-דבר יהוה, לעשות הרע בעיניי, את אורייה החיתי הכית בחרב, ואת-אשתו לקחת לך לאישה; ואותו הרגת, בחרב בני עמון.
ועתה, לא-תסור חרב מביתך--עד-עולם: עקב, כי בזיתני, ותיקח את-אשת אורייה החיתי, להיות לך לאישה

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 1:27 pm
דורך בן תמליון
וַיֹּאמֶר דָּוִד אֶל-נָתָן, חָטָאתִי לַיהוָה; {ס} וַיֹּאמֶר נָתָן אֶל-דָּוִד, גַּם-יְהוָה הֶעֱבִיר חַטָּאתְךָ--לֹא תָמוּת.

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 2:00 pm
דורך שמעקעדיג
קען איינער דא ביטע דעשיפרירן די קאודס?

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 2:08 pm
דורך בן תמליון
שמעקעדיג האט געשריבן:קען איינער דא ביטע דעשיפרירן די קאודס?


לערנט שמואל ב י"א י"ב און לייגט צו אייער אייגענע קאודס.

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 5:37 pm
דורך גוטע פינטעלך
יישר כוחך 'בן תמליון' הערליך שיין. [בד"ו בן תמליון מעגליך איינער האט דאס שוין גשריבען, אז האדמו"ר מסטמאר שרייבט בס' על הגאולה (אות מב) אז 'בן תמליון' איז (געווען) פון די שדים הקרובים אל הקדושה כידוע (איז ווייס נישט ווי דע ידיעה איז)].
איך וועל נאר מוסיף זיין א שיין יסוד וואס מען לערנט ארויס פון די מעשה, אז מען איז נישט דן א מענטש פאר ער אליין טוט זיך דן זיין, דאס הייסט השי"ת ברענגט צו מען זאל רעדען פון אזא מקרה לגבי אן איש אחר און וואס דער מענטש פסקנ'ט אויף יענעם טוט מען עם אליין, זעה לקוטי מוהר"ן (ח"א קי"ג) בשם הבעש"ט, און מיט דעם פארטיישט ר' נחמן דער משנה און אבות (ג-טז) "ונפרעין מן האדם מדעתו ושלא מדעתו" 'מדעתו' - ששואלין דעתו, ואעפ"כ הוא 'שלא מדעתו', און ער ענדיגט אז פונדעם זעהט מען אז עס איז סכנת נפשות צו בארדען אנדרע. כעי"ז ווערט אויך געברענגט פון בעש"ט אויפן משנה 'אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו'. און דער גאנצער יסוד שטייט אויך און בינה לעתים (דרוש סז) מוראדיגע ווערטער "אמנם לדעתי ... כי עם היותו יתברך אלהי המשפט צדיק וישר הוא ... מ"מ ברוב טובו גזרה חכמתו כי בהגיע תור איש ואיש להיות נידון על מעשיו הוא יתברך עורך לפני האיש ההוא כעין שאלה על העושה כך וכך 'מה יהיה דינו ומשפטו', והוא בעצמו אומר וגוזר בפיו, 'הוא ראוי לכך וכך', ואז אומר הוא יתברך 'כן משפטיך' אתה חרצת הן לטוב והן למוטב".

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 7:18 pm
דורך געפילטע פיש
מ'זאגט דעם זעלבן רעיון אויפן פסוק ה' צלך, אז דער אייבישטער איז א שאטן פונעם מענטש, און לויט ווי ער פסק'נט אפ אנדערע, אזוי גייט ער זיך אום מיט עם.

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 8:27 am
דורך איך אויך
דאס איז א ווארט פונעם הייליגן בעש"ט אליינס.

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 10:09 pm
דורך מוח שליט
שמעקעדיג האט געשריבן:קען איינער דא ביטע דעשיפרירן די קאודס?

דיינע ווערטער זעלבסט זענען א קאוד, איא? די ביסט אויף א דקותדיגער אופן מרמז צו יאיר'ס ווערטער אינעם אשכול פין דרשות חז"ל. נו, ר' יאיר מיר האבען שוין איין חכם בזמנינו וואס באניצט זיך קאודס. :lol: