בלאט 1 פון 3

סקווירא איז מחרים מנשה לוסטיג'ס בוך

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 12:36 am
דורך לאדיך אפ
יא אזוי ווי איר הערט. דער הייסער סקווערער חסיד מנשה לוסטיג'ס בוך "אבי מ'לעבט" איז פארבאטן געווארן פארקויפט צו ווערן אין סקווערע שטעטל. גראדע האב איך געזען די בוך אין ספרים סטאר און כ'האב געזען אז ס'האט אגאנצע סעקשאן ווי ער פאמפט סקווער און די העיליגע רבי, סוי ס'איז נישט צום פארשטיין פארוואס מ'זאל אזא בוך אסר'ן און מחרים זיין, אבער דאך איז עס א פאקט. אנשטאט שטיצן א ברודער האקן זיי אונטער זיינע פוס דורכן פארבאטן זיין בוך צו פארקויפט ווערן ביי זיין הייסטע קלייענטעל. וואס איז די ריזען? סופאזעדלי איז עס ווייל עס שטערט די קינדער פון לערנען. באט הום אר דעי קידינג?? די ריזן איז סימפל. סקווער קען נישט פארטראגן אז סיי ווער חוץ די רבי זאל טראגן א סטאר סטעטוס. היינו טעמא דליפא, היינו טעמא דמנשה. מער דיטעילס טו פאללאו.

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 1:04 am
דורך בדחן
לאדיך אפ האט געשריבן:די ריזן איז סימפל. סקווער קען נישט פארטראגן אז סיי ווער חוץ די רבי זאל טראגן א סטאר סטעטוס. היינו טעמא דליפא, היינו טעמא דמנשה. מער דיטעילס טו פאללאו


באמת? פארשטייסט באמת נישט די פראבלעם מיט ליפא? אזא שוואכען קאפ..

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 8:28 am
דורך outspoken
לאז מנשה פארענטפערען סקווירא.. (מיט 2 פינטליך)

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 9:32 am
דורך משה געציל
בדחן האט געשריבן:
לאדיך אפ האט געשריבן:די ריזן איז סימפל. סקווער קען נישט פארטראגן אז סיי ווער חוץ די רבי זאל טראגן א סטאר סטעטוס. היינו טעמא דליפא, היינו טעמא דמנשה. מער דיטעילס טו פאללאו


באמת? פארשטייסט באמת נישט די פראבלעם מיט ליפא? אזא שוואכען קאפ..

איך ווייס נישט פארוואס, אבער עפעס א פילינג האב איך אז דו ביסט משפחה מיט פריינדליך.

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 11:19 am
דורך טעפל
לאדיך אפ האט געשריבן:יא אזוי ווי איר הערט. דער הייסער סקווערער חסיד מנשה לוסטיג'ס בוך "אבי מ'לעבט" איז פארבאטן געווארן פארקויפט צו ווערן אין סקווערע שטעטל. גראדע האב איך געזען די בוך אין ספרים סטאר און כ'האב געזען אז ס'האט אגאנצע סעקשאן ווי ער פאמפט סקווער און די העיליגע רבי, סוי ס'איז נישט צום פארשטיין פארוואס מ'זאל אזא בוך אסר'ן און מחרים זיין, אבער דאך איז עס א פאקט. אנשטאט שטיצן א ברודער האקן זיי אונטער זיינע פוס דורכן פארבאטן זיין בוך צו פארקויפט ווערן ביי זיין הייסטע קלייענטעל. וואס איז די ריזען? סופאזעדלי איז עס ווייל עס שטערט די קינדער פון לערנען. באט הום אר דעי קידינג?? די ריזן איז סימפל. סקווער קען נישט פארטראגן אז סיי ווער חוץ די רבי זאל טראגן א סטאר סטעטוס. היינו טעמא דליפא, היינו טעמא דמנשה. מער דיטעילס טו פאללאו.

בדרך אפשר קען מען זאגען טאקע וועגען ער שרייבט פון רבי'ן דארט האבען זיי מורא אז די קינדער וועלען מיינען אז ס'איז נאר א דזאוק ח"ו ח"ו.

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 2:44 pm
דורך צדיקל
כ'האב גראדע געזעהן די בוך אין די ספרים געשעפטן, כ'האב אביסל געקוקט דעראין, איך האב בכלל נישט ארויס די ציל פון דעם בוך, סתם ארויס געגעבן א בוך מיט ליצנות?

(נ.ב. יא ליפא איז א פראבלעם. אויב זענט איר נאכנישט געווען איבערצייגט ביז יעצט, דארף די חנוכה קליפ מיט נשים זיין גענוג ראי'.)

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 3:40 pm
דורך יתרו
אין אנן אנדערע אשכול שרייבט לוסטיג אז נישט סקווירא האט עס אסר'ט נאר געוויסע מענטשן וואס וואוינען אין סקווירא לאזן עס נישט פארקויפן.
עס דערמאנט מיר וואס מיין רבי פלעגט מיר זאגן פאר ער פלעגט מיר אנפראסקענען "איך שלאג נישט דיך איך שלאג דיין יצר הרע"

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 7:56 am
דורך איחוד פעלד
צדיקל האט געשריבן:כ'האב גראדע געזעהן די בוך אין די ספרים געשעפטן, כ'האב אביסל געקוקט דעראין, איך האב בכלל נישט ארויס די ציל פון דעם בוך, סתם ארויס געגעבן א בוך מיט ליצנות?

(נ.ב. יא ליפא איז א פראבלעם. אויב זענט איר נאכנישט געווען איבערצייגט ביז יעצט, דארף די חנוכה קליפ מיט נשים זיין גענוג ראי'.)



ביטע לינקען דער חנוכה קליפ.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 8:29 am
דורך איך בין עס

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 11:01 am
דורך signout
כל הכבוד לסקווירא, עס איז א שטארקע אומרעכט צו טוישן א סאסיייטי פין א גרופע אידן וואס האבען זיך געצויגען צו א שטעטל מיט א ציהל

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 11:35 am
דורך לאדיך אפ
סארי, מיסטער סיינאוט דו קענסט נישט די היסטארי פון סקווער. געטוישט האבן די רבינס שוואנצן, פון א ערליכע שטעטל איז געווארן א סקווערע שטעטל.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 12:04 pm
דורך signout
לאדיך אפ האט געשריבן:סארי, מיסטער סיינאוט דו קענסט נישט די היסטארי פון סקווער. געטוישט האבן די רבינס שוואנצן, פון א ערליכע שטעטל איז געווארן א סקווערע שטעטל.

וועלכע 'ערליכע' שטעטל וואלט געלאזט א ליצנות בוך זאל פארקויפט ווערן?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 2:37 pm
דורך berlbalaguleh
יתרו האט געשריבן:אין אנן אנדערע אשכול שרייבט לוסטיג אז נישט סקווירא האט עס אסר'ט נאר געוויסע מענטשן וואס וואוינען אין סקווירא לאזן עס נישט פארקויפן.
עס דערמאנט מיר וואס מיין רבי פלעגט מיר זאגן פאר ער פלעגט מיר אנפראסקענען "איך שלאג נישט דיך איך שלאג דיין יצר הרע"

דעיס איז נוסח סקווירא. דע רעבע נעמט קיינמאל נישט קיין אחריות אויף גארנישט. עני שייגעצשטיק און רשעות וואס וערט אפגעטון בשמו זאגט ער אז ער "וועיסט נישט". "ביי אונז אין שטעיטל"? ווען ער זאל נעמען אחריות וואלט ער געהאט א סאך מער רעספעקט. ער מיינט אז ס'איז נאך פערציג יאר צוריק און ער איז דער קרוינפרינץ.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 10:57 pm
דורך מנשה לוסטיג
עס איז זייער פארשטענדליך אז אין א מקום ווי עס הערשט א שטארקע תמימות, א מקום ווי עס געפונט זיך נישט קיין צייטונג, יוד, בלאט, שטערן, שפאקטיוו, וכדומה, איז אזא ביכל א אויפרייסערישע זאך, און די פרומע יוגענד רייצט עס אן, ווי א שטייגער עפעס וואס רייצט א בחור צו עפעס וואס פאר א מבוגר איז עס בכלל נישט קיין תאווה.
אינעם הייליגן סקווערע שטעטל קומט אפציעל נישט אריין עפעס אנדערש, ווי מקורות'דיגע ספרים וואס איז געווידמעט אויף תורה וחסידות, בהסכמת ועידודת הרבנים, און מיין ביכל איז טאקע נישט געאייגענט פאר אלע, ובפרט פאר אזעלכע וואס ווערן פארכאפט דערין ווי אין עפעס א נייע שיטה וכדומה.
עס איז גארנישט קיין נייע זאכן, איך בין דאך דארט אויפגעוואקסן און דווקא פון דארט זיך געהאדעוועט אויף די ריינע השקפה וואס איך צייכן דארט, אין מיינע פרייליכע מעמוארן, און אויך די געדאנקן מיינע וואס ווערן פארשריבן צווישן יענע שורות זענען געדאנקן וואס איך האב זיך אפגעשפיגעלט אין די אמת'ע חסידים ואנשי מעשה וואס שטיצן מיר נאך עד היום.
אבער! וויבאלד ס'פארהאנען אומ'פארגינערישע אויגן אויך, און אט די דאזיגע לאקערן שוין אויף מיר א היבשע צייט, איז יעצט ווען ס'האט זיך געמאכט א שאלה צו עס מאכט נישט א איבערקערעניש צווישן די איידעלע תמימות'דיגע יוגענד, ווי עפעס א איבערמאס 'אז ימלא שחוק' פארט ארום צווישן די בחורים אין די צייט פון לימודים און חזרות, האבן יעניגע אנגעארבעט א היץ קאמפיין און גע'פועלט ביי די בי''ד צו אפזינדערן די פארקויפן אין שטעטל גופא. דאס אלעס.
מנשה איז געבוירן א סקווערער און בלייבט א סקווערער. ווענד זיך וואס ס'טייטשט ווער, די הייליג נאמען סקווירא.

ענטפער צו מנשה לוסטיג

נשלח: פרייטאג יאנואר 18, 2013 1:01 am
דורך berlbalaguleh
יא. אבער א ביכל וואס איז כשר לכל הדיעות.(איך האב דעם ביכל נאכנישט געזען) וואס ס'איז זיכער נישט דא קיין שום דבר איסור זאל מען אסר'ן. ווי דו זאגסט אליין אז ס'איז דא אומפארגינערישע אויגן און מ'זאל זיך באנוצן מיט א תירוץ דאס צו אסר'ן דורך בית דין. דאס אליין איז וואס ס'איז ראנג. סוכ"ס. לא ניתנה התורה למלאכי השרת. און א יעדער נארמאלער מענטש דארף עפעס אן ענטערטעינמענט. וואס איז דער סוף?. אז מ'וואקסט אויס א קעלבעל. און ווען די אויגן עפענען זיך שוין יא אויף פאלט מען כ'וויל נישט זאגן ביז וואו.

נשלח: פרייטאג יאנואר 18, 2013 1:26 am
דורך בדחן
מנשה לוסטיג האט געשריבן:עס איז זייער פארשטענדליך אז אין א מקום ווי עס הערשט א שטארקע תמימות, א מקום ווי עס געפונט זיך נישט קיין צייטונג, יוד, בלאט, שטערן, שפאקטיוו, וכדומה, איז אזא ביכל א אויפרייסערישע זאך, און די פרומע יוגענד רייצט עס אן, ווי א שטייגער עפעס וואס רייצט א בחור צו עפעס וואס פאר א מבוגר איז עס בכלל נישט קיין תאווה אינעם הייליגן סקווערע שטעטל קומט אפציעל נישט אריין עפעס אנדערש, ווי מקורות'דיגע ספרים וואס איז געווידמעט אויף תורה וחסידות, בהסכמת ועידודת הרבנים, .


WOW

נשלח: פרייטאג יאנואר 18, 2013 9:42 am
דורך נצבד
אויב דער בעל מחבר אליינס פארשטייט אז זיין בוך ברויך ווערען גע'אסר'ט,איז דאס גענוג סיבה אז די באהערדע זאל עס אסר'ן...

נאך אלעם,באקומט א מענטש שררה נאר דורכן עקסערסייזען שררה יעדע שטיק צייט,איצט טאמער זיי האבען נישט קיין קאנסעקווענצען דערפון,פארוואס טאקע נישט אסר'ן?

נשלח: פרייטאג יאנואר 18, 2013 9:54 am
דורך נצבד
די איינציגע אומפארענטפערטע שאלה איז געבליבען,
אויב דו ביסט טאקע דער געבוירענער סקווירא'ער און דו פלאנסט צו שטארבען א סקווירא'ער,האסטו דאך געדארפט זיך פארשטעלען אז דאס גייט ווערען גע'אסר'ט,פארוואס ביסטו נישט געגאנגען צו די באהערדע בעפארן ארויסגעבן דעם בוך,זאלען זיי זיין די בעלי מגיהים,און ארויסנעמען וואס זיי געפעלט נישט,און אטאמאטיש האסטו ווען אן הסכמה פון זיי?


יעצט שרייבענדיג,טראכט איך אז דו האסט פשוט געוואלט זיין דער סקווירא'ער מקושש עצים,כדאי צו צייגען דעם עולם דארט,וואס עס פאסירט צו איינעם וואס ניצט אביסל זיין ג-ט געבענטשטער טאלאנט.

נשלח: פרייטאג יאנואר 18, 2013 12:35 pm
דורך מנשה לוסטיג
די פאקטן וואס שטעלן זיך ארויס, דאס איז וואס דארף זיין.
איך האב עס ארויסגעגעבן ווייל אזוי האב איך געוואלט, כ'האב נישט גענומען קיין הסכמה פון קיינעם, ווייל אזוי האב איך געוואלט, זיי האבן עס געוואלט אפשטעלן פון פארקויפן אין שטעטל ווייל אזוי האבן 'אנדערע' געוואלט..' און די מוכרים פארקויפן עס נאך אלץ דארט, ווייל אזוי ווילן זיי. און דער דיסטריביוטער וואס איז בעלעבוס אויפן פראדוקט - ווי און וויפיל צו פארקויפן, טוט אויך וואס ער פארשטייט אליין ער דארף טון.
והכל על מקומו יבוא בשלום.

נשלח: פרייטאג יאנואר 18, 2013 1:40 pm
דורך berlbalaguleh
נצבד האט געשריבן:די איינציגע אומפארענטפערטע שאלה איז געבליבען,
אויב דו ביסט טאקע דער געבוירענער סקווירא'ער און דו פלאנסט צו שטארבען א סקווירא'ער,האסטו דאך געדארפט זיך פארשטעלען אז דאס גייט ווערען גע'אסר'ט,פארוואס ביסטו נישט געגאנגען צו די באהערדע בעפארן ארויסגעבן דעם בוך,זאלען זיי זיין די בעלי מגיהים,און ארויסנעמען וואס זיי געפעלט נישט,און אטאמאטיש האסטו ווען אן הסכמה פון זיי?


יעצט שרייבענדיג,טראכט איך אז דו האסט פשוט געוואלט זיין דער סקווירא'ער מקושש עצים,כדאי צו צייגען דעם עולם דארט,וואס עס פאסירט צו איינעם וואס ניצט אביסל זיין ג-ט געבענטשטער טאלאנט.

ווען ער (מנשה לוסטיג) גייט צו די סקווערער דיינים אז זיי זאלן זיין די מגיהים וואלט געבליבן נאר א דינע העפט. וויפיל מאל קען מען שוין שרייבן אז די רבי איז געווען אויף אשר יצר און אז די רעבע האט געטעילט העיסע קיגל. שוין. נאך צווי בלעטער צו באשרייבן די רעבע'ס נאסע פעיעס ארויסקומענדיג פון מקווה. נאך אנדערהאלבן בלעטער וויאזו די רעבע האט געטרונקען א טעי און אפגעבראכן קאצקע צוקער.

נשלח: פרייטאג יאנואר 18, 2013 2:30 pm
דורך נצבד
מנשה לוסטיג האט געשריבן:די פאקטן וואס שטעלן זיך ארויס, דאס איז וואס דארף זיין.
איך האב עס ארויסגעגעבן ווייל אזוי האב איך געוואלט, כ'האב נישט גענומען קיין הסכמה פון קיינעם, ווייל אזוי האב איך געוואלט, זיי האבן עס געוואלט אפשטעלן פון פארקויפן אין שטעטל ווייל אזוי האבן 'אנדערע' געוואלט..' און די מוכרים פארקויפן עס נאך אלץ דארט, ווייל אזוי ווילן זיי. און דער דיסטריביוטער וואס איז בעלעבוס אויפן פראדוקט - ווי און וויפיל צו פארקויפן, טוט אויך וואס ער פארשטייט אליין ער דארף טון.
והכל על מקומו יבוא בשלום.



דיין בילד איז ממש אן אפשפיגלונג פון דעם תגובה...על כל גל וגל הרכינו את ראשי

נשלח: מוצ"ש יאנואר 19, 2013 7:28 pm
דורך איך בין עס
מנשה איך האב די שבת געליינט דיין ביך עס איז זייער שיין איך האב זייער הנאה געהאט פין עס אבער איך מיז דיר זאגן אז איך פארשטיי פארוואס מען טאר עס נישט פארקויפן אין סקוורא די שרייבסט זייער אסאך פין אונזער טאטע אין הימל וואס העלפט אינז אויף טריט אין שריט אבער די שרייבסט נישט פין די רבי אז ער העלפט

נשלח: מוצ"ש יאנואר 19, 2013 9:02 pm
דורך zurich
berlbalaguleh האט געשריבן:
נצבד האט געשריבן:די איינציגע אומפארענטפערטע שאלה איז געבליבען,
אויב דו ביסט טאקע דער געבוירענער סקווירא'ער און דו פלאנסט צו שטארבען א סקווירא'ער,האסטו דאך געדארפט זיך פארשטעלען אז דאס גייט ווערען גע'אסר'ט,פארוואס ביסטו נישט געגאנגען צו די באהערדע בעפארן ארויסגעבן דעם בוך,זאלען זיי זיין די בעלי מגיהים,און ארויסנעמען וואס זיי געפעלט נישט,און אטאמאטיש האסטו ווען אן הסכמה פון זיי?


יעצט שרייבענדיג,טראכט איך אז דו האסט פשוט געוואלט זיין דער סקווירא'ער מקושש עצים,כדאי צו צייגען דעם עולם דארט,וואס עס פאסירט צו איינעם וואס ניצט אביסל זיין ג-ט געבענטשטער טאלאנט.

ווען ער (מנשה לוסטיג) גייט צו די סקווערער דיינים אז זיי זאלן זיין די מגיהים וואלט געבליבן נאר א דינע העפט. וויפיל מאל קען מען שוין שרייבן אז די רבי איז געווען אויף אשר יצר און אז די רעבע האט געטעילט העיסע קיגל. שוין. נאך צווי בלעטער צו באשרייבן די רעבע'ס נאסע פעיעס ארויסקומענדיג פון מקווה. נאך אנדערהאלבן בלעטער וויאזו די רעבע האט געטרונקען א טעי און אפגעבראכן קאצקע צוקער.

זאלסט מיר אנטשילדיגן אבער דו רעדסט מיט צופיל האס אויף סקווערע רבי! ער האט דיך גארנישט שלעכטס געטוען.