בלאט 1 פון 1
ליינט איר די ארץ ישראל'דיגע יומנים און שבועונים?
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 6:39 am
דורך מיין מיינונג
סתם פאר נייגער איז אינטערעסאנט צו הערן פון די שרייבער דא וועלכע ארץ ישראל'דיגע צייטונגן דער אמעריקאנער עולם ליינט.
אני כשלעצמי ליין וועכנטליך די המודיע, המבשר, משפחה, בקהלה און שעה טובה; לעצטענס אויך דער העברעאישער 'זמן' מאגאזין.
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 12:51 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
איך פלעג פאר א שטיק צייט לייענען "משפחה" און "בקהלה". אויב די פראגע נעמט אריין נישט חרדישע/פרומע צייטונגען, פלעג איך פאר א קורצער צייט לייענען "מעריב". שפעטער בין איך אריבער צום "דזשערוסאלעם פאוסט". כהיום לייען איך בכלל נישט קיין צייטונגען. ישראלדיגע נייעס לייען איך אויף "ערוץ שבע" און "דזשערוסאלעם פאוסט" וועבסייטס.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 8:28 pm
דורך דעתי הענייה
איך ליין בקביעות די בקהלה, שעה טובה, און משפחה, און צומאל די המבשר אדער המודיע אויב עס זעהט אויס עפעס אינטערסאנט.
איך ליין עס בעיקר, ווייל, איך גלייך פשוט צו ליינען עברית....
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 10:56 pm
דורך גוטע פינטעלך
מיין מיינונג האט געשריבן:לעצטענס אויך דער העברעאישער 'זמן' מאגאזין.
דער זמן איז ווי באקאנט אן איבערזעצונג פון 'דער שטערן', צומאל אלטע ארטיקלען, נאר די בילדער דערינען זענען אנדרע.
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 12:24 pm
דורך לעמיל
איך ליין די המבשר ווייל דאס באקום איך בחינם אויף אימעיל