בלאט 1 פון 1

הרב מרדכי נויגרשל

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 4:53 pm
דורך נח געציל
הרב מרדכי נויגרשל איז א ליטווישער רב אין ירושלים, וועלכער איז עוסק אין עניני מדע ואמונה. ער האט שוין ארויסגעגעבן עטליכע חיבורים, בעיקר אויף די דערמאנטע נושאים, און ער פירט אויך אן אן ארגאניזאציע אויף דעם געביט וועלכע רופט זיך "יהדות מזוית שונה" (Judaism from a different angle). רוב פון זיינע שיעורים זענען אין עברית, אבער ער רעדט אויך אין ענגליש.

הרב נויגרשל טרעט אויף ביי פארשידענע ארגאנאזאציעס, און ווערט אויך גענוצט מזמן לזמן דורך אלגעמיינע איזראעלי פרעסע לייט.

דא קען מען זען אן אינטערעסאנטער וויכוח צווישן הרב נויגרשל און א חילוני איבער "ידיעת הבורא", און בעיקר ווערט דעבאטירט די טענה פון אסאך כופרים אז זיי ווילן נישט גלייבן נאר אין א מציאות וואס מען קען "זען אדער אנכאפן".

דא קען מען אויך הערן פארשידענע פראגעס און ענטפערס איבער די אויבנדערמאנטע און אויך אנדערע יהדות ענינים.

איך האב קיינמאל נישט באגעגנט הרב נויגרשל, איך האב אים נאר געזען אויף די אינטערנעט, און איך ווייס אויך נישט מער פרטים איבער אים אדער זיין עבר.