בלאט 1 פון 1

פראטעסטן קעגן א מחריב בית; "עסקנים": מיר נעמן נישט א שטעלונג

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 8:25 pm
דורך לעמיל
א פראטעסט איז נאר וואס פארגעקומען אין פארנט פון די הויז ווי עס וואוינט א איד וואס האט ליידער נישט נאר איין אידיש הויז באוויזען חרוב צו מאכן ל"ע. און ווידער ווערט באשטעטיגט אז נישט בחינם ווערן די עסקנים אייבעג אראפגעריסן.

כ'וויל נישט גאסיפירן וועליך נישט ארויסשרייבן דעם נאמען. מ'רעדט דא פון א אינגערמאן מ.וו. וואס זוכט צו מאכן א פרנסה, פארשטענדליך. אבער וואס שאקירט יעדן סארקאסט-דענקענדן איד איז זיין מהלך פון צוברעכן שלום בית'ער באופן מבהיל וואס כמוה נעווער היה. וואס גיבט צו צום דערביטערעניש איז דאס אז זיין רעקלאמע ווערט פובליצירט אין די אויסגאבעס, און וויפיל מ'בעט זיך נאר ביי די עסקנים אז זיי זאלן אפשטעלן דעם געלט גייציגן מטורף פון אנהעצן פרויען קעגן זייערע מענער העלפט עס א הויקער. די עסקנים האבן גאר דו חוצפה פון פשוט לאכן אין די פאוסטן פון די באטראפענע מיט אלע תירוצים שונים.

דער מ.וו איז בייגעפאלן צו הויערן אויף די שוואכקייט פון די נשים צדקניות וועכע קענען זיך נישט באכלעפטשענען ווען א קאבינעט טירל הענגט אונטער אין קיטשען אדער דער קלאזעט טיר ליגט מיט איין פיס אויף דער ערד מיט די הינדזשעס גלייך דערנעבן. איז אים בייגעפאלן אן המצאה ער גייט פיקסן די קליינקייטן, די אלע זאכן וואס ווערן קיינמאל נישט געטון וועט ער פיקסן פאר אן אפצאל. האט ער ארויסגענומען עדס אין די פאפירן מיט בילדער פון הענגעדיגע טירן און שופלאדן, און ער זאגט: "איז דאס אייך באקאנט? זענט איר מיד פון צוראכענע פורניטשור? מיר וועלן אראפקומען קער נעמען דערפון".
שוין, וואסי שלעכט?

די לעצטע שטיק צייט אבער האט אריינדערווישט א פרישן שורה אין ענגליש וואס רעדט (און העצט) צום פרוי:

[center]!!If your husband says he'll fix it tomorrow, call us today[/center]

דאס איז פשוט פשט פון ''בנין נערים סתירה''...

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 8:32 pm
דורך יאיר
איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט.

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 8:44 pm
דורך קאווע טרינקער
I was looking after this guy a long time
where does he live

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 9:04 pm
דורך ברסלבער
פאר די וואס נעמען עס סיריעס, וועל איך אנמערקן אז דער אשכול געפינט זיך אינעם פארום "א שמייכל".

גראדע איז ער א חשובער אינגערמאן, און איך וואלט אים דן געווען לכף זכות, אז ער העלפט גאר ארויס שלום-בית, ער זאגט פאר די פרויען אז אנשטאט שרייען אויפ'ן מאן זאל מען אים רופן.

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 9:08 pm
דורך לעמיל
זיכער, ס'בלויז א סארקאסטישע תגובה, אפשר אומגעלונגען...
נישט נעמען ערענסט. ס'זיכער א וואוילער איד וואס טוט גארנישט ראנג.

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 9:16 pm
דורך ברסלבער
גראדע האסטו גאנץ גוט געשריבן.
דו שרייבסט סארקאסטיש, אבער איך האב שוין געהערט א לאנגע צייט צוריק פון מענטשן וואס זענען באמת געווארן געטשעפעט פון זיין סלאגאן.
ער וואלט אפשר געדארפט צושרייבן, "מענער: דאנט טעיק איט פערסאנלי, איך מיין פשוט מיין פרנסה".

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 9:39 pm
דורך לעמיל
ברסלבער האט געשריבן:אבער איך האב שוין געהערט א לאנגע צייט צוריק פון מענטשן וואס זענען באמת געווארן געטשעפעט פון זיין סלאגאן.

אר יו סיריעס?

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 9:43 pm
דורך ברסלבער
יא, באמת.
איך וואלט עס אויך נישט געגלייבט ווען נישט באזני שמעתי.
עס איז דא אלע מיני מענטשן אויף דער וועלט

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 9:47 pm
דורך לעמיל
אהא. ~ די שלום בית עקספערטן זאגן אז דער סלאגאן האט געמאכט א גרעסערער חורבן ווי איינשטיינ'ס/קופערניקוס/זר זהב'ס if your landlord does not give heat do not pay the rent סלאגאן,,

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 10:04 pm
דורך ניו יארק
לעמיל האט געשריבן:אהא. ~ די שלום בית עקספערטן זאגן אז דער סלאגאן האט געמאכט א גרעסערער חורבן ווי איינשטיינ'ס/קופערניקוס/זר זהב'ס if your landlord does not give heat do not pay the rent סלאגאן,,

איינשטיין און קופערניקעס גייט נאך מיט, אבער ווער איז זר זהב??? :shock:

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 1:49 am
דורך הדד בן בדד
לעמיל האסט מיך אויף אן אמת דערשראקן, אבער נאכן כאפן וואס דא טיצעך האב עך מעך בארואיגט. און אפילו זיך ערלויבט א שמייכל.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 2:20 pm
דורך מ גפני
נוי יארק האט געשריבן:
לעמיל האט געשריבן:אהא. ~ די שלום בית עקספערטן זאגן אז דער סלאגאן האט געמאכט א גרעסערער חורבן ווי איינשטיינ'ס/קופערניקוס/זר זהב'ס if your landlord does not give heat do not pay the rent סלאגאן,,

איינשטיין און קופערניקעס גייט נאך מיט, אבער ווער איז זר זהב??? :shock:


ציריך האט פארלוירן אינטערנעט סערוויס (פארגעסט נישט, מיר זענען אין שמייכל פארום)

נשלח: פרייטאג יאנואר 18, 2013 1:47 am
דורך berlbalaguleh
נוי יארק האט געשריבן:
לעמיל האט געשריבן:אהא. ~ די שלום בית עקספערטן זאגן אז דער סלאגאן האט געמאכט א גרעסערער חורבן ווי איינשטיינ'ס/קופערניקוס/זר זהב'ס if your landlord does not give heat do not pay the rent סלאגאן,,

איינשטיין און קופערניקעס גייט נאך מיט, אבער ווער איז זר זהב??? :shock:

דו מעגסט דיך שעמען אז דו ווייסט נישט ווער זר זהב איז. איך וואלט כמעט געזאגט אז דו ביסט אן אפיקורוס. אויף איהם קען מען טאקע זאגן רשי"י'ס פשט אין פרשת ויצא. מ'קען אויך זאגן דעם פסוק "נפלה עטרת ראשינו". זייט ער האט אויפגעהערט שרייבן דא האט דער קאווע שטיבל נישט דעם זעלבן פנים. לאמיר האפן אז ער וועט אי"ה צוריקקומען בקרוב ממ"ש.

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 9:04 pm
דורך berlbalaguleh
יאיר האט געשריבן:איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט.

איך קען עס דיר איבערזעצן אויף טשייניז אדער אונגאריש. אויב פארשטייסטו נישט אידיש.