POEM / א HIT פון ביבער

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8035 מאל

POEM / א HIT פון ביבער

שליחה דורך קאווע טרינקער »

הנה נא א הייס שטיקעל
התעוררות און א קיצעל,
א נייע HIT פון ביבער
נישט וואס זינגט לידער

פונעם רבי'ן פלעגן הער'עך
פון א בעל חי א נעבאך,
דער ביבער'ל דער שוטה
וואס קען נישט זיין נוטה

גלייך ער שטייט
גראד ער גייט,
צום הימל ער בעהט
ווייזט מיר א וועג

ס'כאפט אים א ציטער
זיין מצב איז ביטער,
מיט זיין אייגן בחירה
נעמט ער זיין קבורה

וואס שטייסטו?
וואס וויינסטו?
איין קליינע דריי!
און דו ביסט פריי!


אריין אין זיין פאסקע
גיט ער א טראסקע,
ער פגר'ט אין קבר
בלייבט נישט קיין זכר


דער חסיד נעמט תמיד מיט
אויף זיין קאפ, דעם הוט,
צו געדענקען דעם ביבער
אלץ א וועג פירער

שטענדיגט נעמען אין אכט
אבער נישט אין באטראכט,
אזוי ווי דער ביבער
חלילה זיין קלוגער

"טראכט גוט
ווי א ביבער טוט,
גלייך זאלסטו שטיין
גראד זאלסטו גיין"

צו זיך ער גיט א פרעג
"איז דאס דען א וועג?"
אזוי ווי ער קריכט
זעהט ער א ליכט

נאך דעם שיין
וויל ער גיין,
צום הימל ער בעהט
"ווייזט מיר א וועג"

מיט זיין אייגן בחירה
נעמט ער זיין קבורה,
אריין אין זיין פאסקע
גיט ער א טראסקע

וואס שטייסטו?
וואס וויינסטו?
איין קליינע דריי!
און דו ביסט פריי!


חסיד שוטה
שוין זיי נוטה!
אראפ מיטן הוט
וועט דיר זיין גוט!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאווע טרינקער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Under influence

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר