בלאט 1 פון 1
הודעה פון ממי_שאמרו
נשלח: מוצ"ש יאנואר 19, 2013 8:58 pm
דורך [NAMELESS]
טייערע ברודער,
איך האב ערהאלטן אסאך פראגעס אין אישי און ברבים ווי איך בין נעלם געווארן.
איך האב ענק נישט פארלאזט. נאר איינער פון מיינע נאנטע משפחה מיטגלידער גייט יעצט אדורך א שווערע געזינטהייט פראבלעם, און איך האב פשוט נישט געהאט קיין צייט דא ארויפצוקומען שרייבן. איך האב געמיינט אז עס וועט נעמען שנעלער, דעריבער האב איך געשריבן אז עס וועט נעמען נאר א וואך. אבער ליידער האט זיך עס פארצויגן לענגער.
ער איז שוין ב"ה אסאך בעסער, די אייבערשטער זאל העלפן אויף ווייטער.
אנטשלודיגט
ממי שאמרו
נשלח: מוצ"ש יאנואר 19, 2013 9:09 pm
דורך יידל
וועלקאם בעק! און א רפואה שלימה בתושח"י. מיר ערווארטן דיינע מאמרים.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 19, 2013 11:53 pm
דורך יאיר
ניחמתנו, ממי שאמרו, ניחמתנו. א רפואה שלימה בקרוב. מיר זאלן הערן גוטע בשורות פון אייך.
נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 3:21 am
דורך טעפל
יאיר האט געשריבן:ניחמתנו, ממי שאמרו, ניחמתנו. א רפואה שלימה בקרוב. מיר זאלן הערן גוטע בשורות פון אייך.
נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 3:28 am
דורך נולד מאוחר
אז די וועסט מהנאה זיין די עולם דא מיט א גוטע שטיקעל לזכותו פאר דרייסיג טעג , מבטח אני אז ער וועט האבן א רפואה שלימה.
נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 5:41 pm
דורך berlbalaguleh
נולד מאוחר האט געשריבן:אז די וועסט מהנאה זיין די עולם דא מיט א גוטע שטיקעל לזכותו פאר דרייסיג טעג , מבטח אני אז ער וועט האבן א רפואה שלימה.
ווער ביסטו, הרב אמנון יצחק?
נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 5:53 pm
דורך נולד מאוחר
ווייל איך האב נישט קען אנטעטנע אייף מיין קאפל מיינט אז איך קען נישט?
מיינס ארבעט אן אנטענע.
נשלח: מאנטאג יאנואר 21, 2013 3:17 am
דורך טעפל
berlbalaguleh האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:אז די וועסט מהנאה זיין די עולם דא מיט א גוטע שטיקעל לזכותו פאר דרייסיג טעג , מבטח אני אז ער וועט האבן א רפואה שלימה.
ווער ביסטו, הרב אמנון יצחק?
איינער האט די טעג אנגערופען צום אפיס פון אמנון יצחק,פרעגט איהם די מזכירה וואס ווילסטו פון איהם? זאגט ער "א ברכה", זאגט זי אנטשולדיגס אין די טעג פון בחירות געט ער נאר קללות.
נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 5:06 pm
דורך לעמיל
זיידעטשקע האט געשריבן:ממי, מ'ווארט און מ'ווארט.
לאז דיך הערען ממי
נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 6:06 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
רבותי עס גייט מיר שוין אויף די נערווען דאס גאנצע עסק דא מיט מי שאמרו, ממי שאמרו גייט שרייבן אלכסנדר מוקדון חלק ב', ממי שאמרו גייט שרייבן אלכסנדר מוקדון חלק ג', ממי שאמרו גייט שרייבן היינט, ממי שאמרו גייט שרייבן נעקסטע וואך, ממי שאמרו גייט שרייבן און צוויי וואכן ארום, מען פאדערט ממי שאמרו אין אישית ער זאל שוין ארויפ לייגן, מען ווארענט ממי שאמרו אז דער עולם'ס געדולד פלאצט, מען בעט זיך ביי מי שאמרו מיט גוטן און מיט בייזן, ממי שאמרו לאזט וויסן אויף זיין חלק ב' אז ער איז נעתר לבקשתינו און אט אט קומט שוין חלק ג', ממי שאמרו לאט דעם עולם ווארטן, ממי שאמרו לאזט דעם עולם מיטן צונג אינדרויסן, ממי שאמרו עפנט א ספציעלע אשכול אין געזעלשאפט אפטיילונג מיטן קנאקעדיגן קעפעל הודעה פון ממי שאמרו, ממי שאמרו לאזט פריש ווארטן א פאר וואכן די אויסגעהונגערטע אידן פאר א שטיקל אלכסנדר מוקדון', דער עולם פאנגט נאכאמאל אן צו בעטן נו ממי שאמרו, נא ממי שאמרו,
כ'מיין וויפיל איז דער שיעור, עס זעהט באלד אויס ווי יעדע מאל איינער לאזט זיך הערן מיט א געבעהט פארלענגערט ער די גאולה מיט נאך א וואך, כ'בעט אייך הערטס אויף משוגע מאכן, עס איז איינע פון די ג' שבועות: אל תדחקו את הקץ, און בזכות זה זאלן מיר אויסגעלייזט ווערן במהרה בימינו אמן.
נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 6:11 pm
דורך לעמיל
מר' בענדזשאמין פרענקלין עס קוקט אויס ווי דו רעדסט פון קנאה, הקנאים יראו ויתפפצו!
נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 6:17 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
ווען איך האב נאר א נדנוד פון קנאה אויף ממי שאמרו וואלט איך נישט געשריבן דעם תגובה.
נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 6:30 pm
דורך יאיר
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:כ'מיין וויפיל איז דער שיעור, עס זעהט באלד אויס ווי יעדע מאל איינער לאזט זיך הערן מיט א געבעהט פארלענגערט ער די גאולה מיט נאך א וואך, כ'בעט אייך הערטס אויף משוגע מאכן, עס איז איינע פון די ג' שבועות: אל תדחקו את הקץ, און בזכות זה זאלן מיר אויסגעלייזט ווערן במהרה בימינו אמן.
האט א צדיק אמאל געטייטשט, האומר דבר בשם מי שאמרו, מביא גאולה לעולם.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 3:25 am
דורך טעפל
יאיר האט געשריבן:בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:כ'מיין וויפיל איז דער שיעור, עס זעהט באלד אויס ווי יעדע מאל איינער לאזט זיך הערן מיט א געבעהט פארלענגערט ער די גאולה מיט נאך א וואך, כ'בעט אייך הערטס אויף משוגע מאכן, עס איז איינע פון די ג' שבועות: אל תדחקו את הקץ, און בזכות זה זאלן מיר אויסגעלייזט ווערן במהרה בימינו אמן.
האט א צדיק אמאל געטייטשט, האומר דבר בשם מי שאמרו, מביא גאולה לעולם.
יאיר דער איינפאל איז גאונות!!
נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 3:45 pm
דורך [NAMELESS]
אז מ'רעדט פון קנאה. די וועלט האט א גרויסע טעות וואס די איסור פון קנאה איז. יעדער מיינט אז די תורה ערלויבט נישט צו גליסטן יענעמ'ס א חפץ, דהיינו: ווען דו זעהסט ווי אזוי איינער האט א שיינע דירה, און דו טראכסט אז די ווילסט האבן די זעלבע, דאס איז טייטש מקנא זיין.
דאס איז א גרויסע טעות, די ראשונים און בראשם די רמב"ן איז מסביר אז נישט דאס הייסט קנאה, און דאס איז נישט קיין שום פראבלעם. די קנאה וואס די תורה האט גע'אסר'ט איז דייקא ווען די ווילסט האבן "דע" דירה וואס דו זעהסט, און די ווילסט אז יענער זאל דאס נישט האבן. אויב דו ווילסט האבן די זעלבע וואס יענער האט, און עס באדערט נישט אז יענער האט עס אויך, דאס איז נישט קיין שום פראבלעם. דאס איז אויך פשט פונעם איסור, אנדערש איז עס שווער צו פארשטיין. ודו"ק
נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 5:38 pm
דורך שמעקעדיג
גערעכט ממי, אזוי שרייבט דער חינוך בפירוש.
אבער לויט דעם איז שווער די קשיא פונעם אבן עזרא "ווי אזוי קען מען באפעלן א מענטש אויף דברים שבלב", אויב מעג ער גלוסטן, דאן פאלט די קשיא אוועק.
נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 5:42 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז נאך אלס א דבר שבלב, ווייל עס איז אין הארץ די גלוסטן וואס איז אסור
נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 7:09 pm
דורך [NAMELESS]
אה!! וועלקאם בעק ממי שאמרו!!