בלאט 1 פון 1
ספרי מחקר
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:42 pm
דורך שלזינגרוביץ
אפגעטיילט פון דעם אשכול.כ'זע אז אפילו אין וויליאמסבורג בהאנדלט מען ביכער פון אזעלעכע וולעכע זיינן נישט קיין שומרי תורה ומצוות אין אפילו פון עלרים און ערל'טעס. פרעגט זיך די פראגע קען איך ברענגען דא א חיבור וולעכער ס'איז געשריבן געווארן אלץ א דאקטאראט טעזיס אויף יידישע עניינים אין דעם העבריישן אוניברסיטעט? כ'מיין אז ווען דער מחבר וואלט געלעבט א הונדערט יאר צוריק וואלט מען אים אנגערופן א 'משכיל'.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:24 pm
דורך לאדיך אפ
ברענג, און שרייב צו אז פאר 100 יאר צוריק וואלט ער געווען א משכיל (אדער א איטאליענישע חכם אדער א תורה עם דרך ארץ'ניק)
א נייער מחקר אויף מדרש פרדר
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:46 pm
דורך שלזינגרוביץ
כ'וויל רעדן וועגן א נייע חיבור וועלכער פארשט דעם באוואוסטן מדרש פרקי דר' אליעזר. (ס'איז פאראן א באזונדער אשכול וואס האנדלט מיט די הוצאה פון זכרון אהרן, אבער נישט דאס איז איצטער מיין ציל).
דער חיבור איז דן וועגן די כתבי יד און נאך פארשידענע עניינים פונעם אויבנדערמנטער מדרש מיטן נאמען: 'פרקי דרבי אליעזר: נוסח, עריכה ודוגמת סינופסיס של כתבי היד. דער חיבור איז געווען ארגינעל א דאקטאראט טעזיס וולעכער האט ערשינען מיט צוויי יאר צוריק, און ממש איצט איז דער מחקר ארויס דורך 'יד יצחק בן צבי' צוזאמען מיט דעם קרייז תלמוד פונעם העברעיישן אונווערסיטעט אין ירושלים אונטער דעם סיריע: 'סדרת עבודות דוקטור נבחרות'.
איינע פון די גאר אינטערעסאנטע עניינים וועלכע האבן געכאפט מיין אויג איז דער צוולפטער פרק אין דעם מחקר, וולעכער הייסט" 'חידושי הלכה ומסורות לא רבניות המשתקפות בחיבור'. דער מחבר טענה'ט אז ס'געפונן זיך אין פרקי דרבי אליעזר עטליכע טראדיציעס וולעכע שטימן נישט מיטל די הלכות פון חז"ל. אויב דער פארשער איז גערכעט איז דאס גאנץ משונהדיק מאדנע. מיר ווייסן זייער גוט אז דער חיבור איז אנגענומען געווארן אין גאנץ כלל ישראל. און פלוצעם אזא טענה?!
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 2:21 pm
דורך יידל
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 2:41 pm
דורך יאיר
שלזינגרוביץ האט געשריבן: כ'מיין אז ווען דער מחבר וואלט געלעבט א הונדערט יאר צוריק וואלט מען אים אנגערופן א 'משכיל'.
איך ווייס נישט ווי אזוי ס'גייט אין ארצינו הקדושה, אבער ביי אונז רופט מען 'משכיל' יעדער איינער וואס איז מפקפק אויף עפעס וואס מען האט געטון אינדערהיים פאר די מלחמה, פון איינער וואס גלייבט אין עוואלוציע, ביז איינער וואס מאכט מציצה בכלי און עסט פיש שבת מיט א גאפל. איך מיין אבער אז אמאל איז אויך אזוי געווען, פיל פון די ערליכע רבנים היינט וואלטן געהייסן א משכיל אמאל, נעמט למשל ר' שלמה יהודה ראפאפארט, א תלמיד חכם מופלג און מדקדק בקלה כבחמורה, האט ער זיך פארדינט צו שטיין אויף דעם זעלבן מדרגה ווי אנדערע משכילים ווי יוסף פערל וועלכע האבן געזוכט אויסצורייסן אידישקייט. דעריבער דארפט איר קלאר שטעלן וואספארא סוג משכיל ער איז.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 2:48 pm
דורך יאיר
דא קענט איר זען פון אליעזר טרייטל אליין ווי ער איז דן איבער די נושאים נאך איידער זיין ספר איז ארויסגעקומען. ביטע הרב שלזנגרוביץ, אויב איר קענט געבן נאך עטליכע אזעלכע דוגמאות וועל איך אייך דאנקבאר זיין. איך זע נאר נישט וואס איז די גרויסע וואונדער לויט די אנגענומענע מסורה אז דער מחבר איז רבי אליעזר בן הורקנוס, רבי אליעזר איז דאך געווען א תנא, פארוואס האט ער נישט געמעגט זיין מחולק מיט די אנגענומענע הלכות היינט צוטאגס. אפילו לויט די
חוקרים אז עס איז פון אסאך שפעטער איז מסתם אריינגעלייגט אלטע מדרשים.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:32 pm
דורך יידל
יאיר האט געשריבן:דא קענט איר זען פון אליעזר טרייטל אליין ווי ער איז דן איבער די נושאים נאך איידער זיין ספר איז ארויסגעקומען. ביטע הרב שלזנגרוביץ, אויב איר קענט געבן נאך עטליכע אזעלכע דוגמאות וועל איך אייך דאנקבאר זיין. איך זע נאר נישט וואס איז די גרויסע וואונדער לויט די אנגענומענע מסורה אז דער מחבר איז רבי אליעזר בן הורקנוס, רבי אליעזר איז דאך געווען א תנא, פארוואס האט ער נישט געמעגט זיין מחולק מיט די אנגענומענע הלכות היינט צוטאגס. אפילו לויט די
חוקריםאז עס איז פון אסאך שפעטער איז מסתם אריינגעלייגט אלטע מדרשים.
דיין ערשטע לינק איז די 6 בלאט פון די אשכול צו וועלכע איך האב שוין אויבן געלינקט.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 4:00 pm
דורך שלזינגרוביץ
אויב אזוי האט טרייטל מיר גאר נישט איבערגעלאזט, ער האט פארפירט דארטן מיט מער ווי דרייסיק עמודים איבער זיינע חידושים אויף די לענג און די ברייט. אבער יא א משכיל נישט א משכיל איך קען גוט אט דעם יידן און זיין משפחה: ער האט חשובע קרובים און וויליאמסבורג. גם ברוך יהיה.
נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 12:16 pm
דורך smartinof
אונבורסטית בר אילן איז ארויסגעקומען מיט א נייע בוך אויך הרב שלמה זלמן אוירבאך דער שרייבער איז א תלמיד פון בנימין (בני) בראון דער מחבר פון בוך "החזון איש" זייער גוט געשריבען